Tiago 2

Eastern Yiddish NT (YDD_AFI) vs ARC

Sair da comparação
ARC Almeida Revista e Corrigida 2009
1 ברידער מיינע, נישט מיט נושא־פנים־זיין זאלט איר האלטן די אמונה פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דעם האר פון הערלעכקייט.
1 Meus irmãos, não tenhais a fé de nosso Senhor Jesus Cristo, Senhor da glória, em acepção de pessoas.
2 ווארום ווען עס קומט אריין אין אייער שול א מאן מיט גאלדענע רינגען, פיינע מלבושים, און עס קומט אויך אריין אן ארעמאן אין פארבלאטיקטע קליידער;
2 Porque, se no vosso ajuntamento entrar algum homem com anel de ouro no dedo, com vestes preciosas, e entrar também algum pobre com sórdida vestimenta,
3 און איר קוקט זיך אום אויף דעם, וועלכער טראגט די פיינע מלבושים, און זאגט: זעץ דיך דא אנידער אויף דעם בעסטן ארט; און דעם אביון זאגט איר: דו שטיי דארטן, אדער זעץ דיך אנידער אונטן אויף מיין פוסבענקל;
3 e atentardes para o que traz a veste preciosa e lhe disserdes: Assenta-te tu aqui, num lugar de honra, e disserdes ao pobre: Tu, fica aí em pé ou assenta-te abaixo do meu estrado,
4 צי מאכט איר דען נישט קיין אונטערשייד צווישן אייך אליין, און ווערט שופטים מיט בייזע מחשבות?
4 porventura não fizestes distinção dentro de vós mesmos e não vos fizestes juízes de maus pensamentos?
5 הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב!
5 Ouvi, meus amados irmãos. Porventura, não escolheu Deus aos pobres deste mundo para serem ricos na fé e herdeiros do Reino que prometeu aos que o amam?
6 איר אבער האט פארשעמט דעם ארעמאן. די רייכע לייט, צי דריקן זיי דען אייך נישט אונטער, און זיי אליין, צי שלעפן זיי אייך דען נישט צום בית דין?
6 Mas vós desonrastes o pobre. Porventura, não vos oprimem os ricos e não vos arrastam aos tribunais?
7 צי לעסטערן זיי דען נישט אליין דעם גוטן נאמען, וואס איז גערופן געווארן איבער אייך?
7 Porventura, não blasfemam eles o bom nome que sobre vós foi invocado?
8 דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין (ויקרא יט, יח.), טוט איר וואויל;
8 Todavia, se cumprirdes, conforme a Escritura, a lei real: Amarás a teu próximo como a ti mesmo, bem fazeis.
9 אויב אבער איר זענט נושא פנים, טוט איר א זינד, און ווערט פארמשפט פון דער תורה, ווי פושעים.
9 Mas, se fazeis acepção de pessoas, cometeis pecado e sois redarguidos pela lei como transgressores.
10 ווארום ווער עס וועט האלטן די גאנצע תורה, וועט אבער שטרויכלען אין איין זאך, האט ער זיך פארשולדיקט אין אלעם.
10 Porque qualquer que guardar toda a lei e tropeçar em um só ponto tornou-se culpado de todos.
11 ווארום דער, וועלכער האט געזאגט: לא תנאף (זאלסט נישט נואפן) האט אויך געזאגט: לא תרצח (זאלסט נישט מארדן); ווען אבער דו נואפסט נישט, באגייסט אבער א מארד, ביסטו געווארן א פושע אין דער תורה. (שמות כ, יג-יד.)
11 Porque aquele que disse: Não cometerás adultério, também disse: Não matarás. Se tu, pois, não cometeres adultério, mas matares, estás feito transgressor da lei.
12 רעדט אזוי, און טוט אזוי, ווי (מענטשן, וואס) דארפן געמשפט ווערן דורך דער תורה פון פרייהייט.
12 Assim falai e assim procedei, como devendo ser julgados pela lei da liberdade.
13 ווארום דאס משפט איז אומרחמנותדיק אויף דעם, וועלכער האט נישט ארויסגעוויזן קיין רחמנות; בארעמהארציקייט טריאומפירט איבער דעם משפט.
13 Porque o juízo será sem misericórdia sobre aquele que não fez misericórdia; e a misericórdia triunfa sobre o juízo.
14 וואס נוצט עס, ברידער מיינע, ווען איינער זאגט, ער האט אמונה, נאר קיין מעשים האט ער נישט? צי קען אים דען די (ציטירן ניטציטירן) אמונה העלפן?
14 Meus irmãos, que aproveita se alguém disser que tem fé e não tiver as obras? Porventura, a fé pode salvá-lo?
15 אויב א ברודער אדער א שוועסטער זענען נאקעט, און עס פעלט זיי די טאג טעגלעכע שפייז,
15 E, se o irmão ou a irmã estiverem nus e tiverem falta de mantimento cotidiano,
16 און עמיצער פון אייך זאגט צו זיי: גייט אייך לשלום, ווארעמט זיך אָן און זעטיקט זיך; איר גיט זיי אבער נישט דאס נויטווענדיקע פארן גוף, וואס נוצט עס?
16 e algum de vós lhes disser: Ide em paz, aquentai-vos e fartai-vos; e lhes não derdes as coisas necessárias para o corpo, que proveito virá daí?
17 אויך אזוי די אמונה, אויב זי האט נישט קיין מעשים, איז זי טויט פאר זיך אליין.
17 Assim também a fé, se não tiver as obras, é morta em si mesma.
18 נאר עמיצער וועט זאגן: דו האסט אמונה, און איך האב מעשים? ווייז מיר דיין אמונה אָן די מעשים, און איך וועל דיר ווייזן מיין אמונה דורך די מעשים.
18 Mas dirá alguém: Tu tens a fé, e eu tenho as obras; mostra-me a tua fé sem as tuas obras, e eu te mostrarei a minha fé pelas minhas obras.
19 גלויבסט, אז עס איז פאראן איין ג‑ט? דו טוסט וואויל! אפילו די טייוולאנים גלויבן עס און ציטערן.
19 Tu crês que há um só Deus? Fazes bem; também os demônios o creem e estremecem.
20 דו ווילסט אבער וויסן, אָ פוסטער מענטש, אז גלויבן אָן מעשים איז טויט?
20 Mas, ó homem vão, queres tu saber que a fé sem as obras é morta?
21 צי איז דען נישט אברהם אבינו גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, מקריב זייענדיק יצחקן זיין זון אויף דער עקידה?
21 Porventura Abraão, o nosso pai, não foi justificado pelas obras, quando ofereceu sobre o altar o seu filho Isaque?
22 זעסט, אז די אמונה האט מיטגעווירקט מיט זיינע מעשים, און דורך די מעשים איז די אמונה געווארן שלמותדיק;
22 Bem vês que a fé cooperou com as suas obras e que, pelas obras, a fé foi aperfeiçoada,
23 און עס איז דערפילט געווארן דער פסוק, וואס זאגט: און אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט (בראשית טו, ו.); און ער איז גערופן געווארן א פריינד פון ג‑ט. (ישעיהו מא, ח.)
23 e cumpriu-se a Escritura, que diz: E creu Abraão em Deus, e foi-lhe isso imputado como justiça, e foi chamado o amigo de Deus.
24 איר זעט, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך מעשים, און נישט דורך אמונה אליין.
24 Vedes, então, que o homem é justificado pelas obras e não somente pela fé.
25 און אויף אן ענלעכן אופן איז דען רחב הזונה נישט גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, ווען זי האט אויפגענומען די מרגלים און זיי אוועקגעשיקט אויף אן אנדערן וועג? (יהושע ו, כה.)
25 E de igual modo Raabe, a meretriz, não foi também justificada pelas obras, quando recolheu os emissários e os despediu por outro caminho?
26 ווארום פונקט ווי א גוף אָן א נשמה איז טויט, אויך אזוי איז די אמונה אָן מעשים טויט.
26 Porque, assim como o corpo sem o espírito está morto, assim também a fé sem obras é morta.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Tiago 2, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.