Lucas 18
Eastern Yiddish NT (YDD_AFI) vs NAA
1 און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן,
1 Jesus lhes contou uma parábola para mostrar que deviam orar sempre e nunca desanimar:
2 אזוי צו זאגן: אין א געוויסער שטאט איז געווען א שופט, וואס האט זיך נישט געפארכטן פאר ה׳ און נישט געשוינט קיין מענטשן.
2 — Em certa cidade havia um juiz que não temia a Deus, nem respeitava ninguém.
3 און עס איז געווען א געוויסע אלמנה אין יענער שטאט; און זי איז געקומען צו אים און האט געזאגט: פארשאף מיר גערעכטיקייט קעגן מיין שונא!
3 Havia também, naquela mesma cidade, uma viúva que sempre o procurava, dizendo: “Julgue a minha causa contra o meu adversário.”
4 און א לאנגע צייט האט ער נישט געוואלט; דערנאך אבער האט ער געזאגט צו זיך אליין: הגם איך האב נישט מורא פאר ה׳ און שויען נישט קיין מענטשן,
4 Por algum tempo, ele não a quis atender, mas depois pensou assim: “É bem verdade que eu não temo a Deus, nem respeito ninguém.
5 דאך, ווייל די דאזיקע אלמנה מאכט מיר מיד, וועל איך איר פארשאפן גערעכטיקייט, כדי זי זאל נישט סוף כל סוף קומען מיך שלאגן אין פנים אריין.
5 Porém, como esta viúva fica me incomodando, vou julgar a sua causa, para não acontecer que, por fim, venha a molestar-me.”
6 און דער האר האט געזאגט: הערט, וואס דער אומגערעכטער שופט זאגט!
6 Então o Senhor disse:
7 און צי וועט דען ה׳ נישט שאפן גערעכטיקייט פאר זיינע אויסדערוויילטע, וואס רופן צו אים טאג און נאכט, אפילו ווען ער איז געדולדיק מיט זיי?
7 Será que Deus não fará justiça aos seus escolhidos, que a ele clamam dia e noite, embora pareça demorado em defendê-los?
8 איך זאג אייך, ער וועט זיי אינגיכן פארשאפן גערעכטיקייט! דאך ווען דער בר אנש וועט קומען, צי וועט ער דען געפינען די אמונה אויף דער ערד?
8 Digo a vocês que, depressa, lhes fará justiça. Contudo, quando o Filho do Homem vier, será que ainda encontrará fé sobre a terra?
9 און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויך צו אייניקע, וואס זענען געווען איבערצייגט וועגן זיך אליין, אז זיי זענען צדיקים און די איבריקע האבן זיי מבטל געמאכט:
9 Jesus também contou esta parábola para alguns que confiavam em si mesmos, por se considerarem justos, e desprezavam os outros:
10 צוויי מענטשן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין תפילה טאן, איינער א פרוש, דער אנדערער א שטייער אויפמאנער.
10 — Dois homens foram ao templo para orar: um era fariseu e o outro era publicano.
11 דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער.
11 O fariseu ficou em pé e orava de si para si mesmo, desta forma: “Ó Deus, graças te dou porque não sou como os demais homens, roubadores, injustos e adúlteros, nem ainda como este publicano.
12 איך פאסט צוויי מאל אין דער וואך; איך גיב מעשר פון אלעם, וואס איך דערווערב.
12 Jejuo duas vezes por semana e dou o dízimo de tudo o que ganho.”
13 און דער שטייער אויפמאנער איז געשטאנען פונדערווייטנס, האט אפילו נישט געוואלט אויפהויבן די אויגן צום הימל, נאר האט זיך געשלאגן אויף זיין ברוסט, אזוי צו זאגן: אָ, ה׳, זיי מיר מוחל, דעם חוטא!
13 O publicano, estando em pé, longe, nem mesmo ousava levantar os olhos para o céu, mas batia no peito, dizendo: “Ó Deus, tem pena de mim, que sou pecador!”
14 איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
14 Digo a vocês que este desceu justificado para a sua casa, e não aquele. Porque todo o que se exalta será humilhado; mas o que se humilha será exaltado.
15 און מען האט אויך געברענגט קליינע קינדער צו אים, אז ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער זעענדיק דאס, האבן אנגעשריגן אויף זיי.
15 Traziam também as crianças a Jesus para que ele as abençoasse, mas os discípulos, ao verem isso, os repreendiam.
16 יהושע/ישוע אבער האט זיי צוגערופן, זאגנדיק: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און פארווערט עס זיי נישט; ווארום פון אזעלכע איז דאס קעניגרייך פון ה׳.
16 Jesus, porém, chamando as crianças para junto de si, disse:
17 באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אננעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינקומען דערין.
17 Em verdade lhes digo: Quem não receber o Reino de Deus como uma criança de maneira nenhuma entrará nele.
18 און א געוויסער שר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן?
18 Certo homem de destaque perguntou a Jesus: — Bom Mestre, que farei para herdar a vida eterna?
19 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: פארוואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ איינער—ה׳.
19 Jesus respondeu:
20 די געבאטן קענסטו דאך: זאלסט נישט נואפן; זאלסט נישט מארדן; זאלסט נישט גנבענען; זאלסט נישט פאלש עדות זאגן; זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער דיינעם און די מוטער. (שמות כ, יב-טז.)
20 Você conhece os mandamentos: “Não cometa adultério”, “não mate”, “não furte”, “não dê falso testemunho”, “honre o seu pai e a sua mãe”.
21 און ער האט געזאגט: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן פון יונגווייז אָן.
21 Então o homem disse: — Tudo isso tenho observado desde a minha juventude.
22 ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!
22 Ouvindo isso, Jesus lhe disse:
23 ווי נאר ער האט דאס געהערט, איז ער געווארן זייער טרויעריק; ווארום ער איז געווען זייער רייך.
23 Mas, ouvindo ele estas palavras, ficou muito triste, porque era riquíssimo.
24 און יהושע/ישוע האט אויף אים געקוקט און געזאגט: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן פארמעגנס, אריינצוקומען אין ה׳ס קעניגרייך אריין!
24 Jesus, vendo-o assim triste, disse:
25 ווארום עס איז לייכטער פאר א קעמל אריינצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ג‑ט.
25 Porque é mais fácil um camelo passar pelo fundo de uma agulha do que um rico entrar no Reino de Deus.
26 האבן די צוהערער געזאגט: טא ווער זשע קען דערלייזט ווערן?
26 Os que ouviram isto perguntaram: — Sendo assim, quem pode ser salvo?
27 ער אבער האט געזאגט: דאס, וואס איז ביי מענטשן אוממעגלעך, איז יא מעגלעך ביי ה׳.
27 Mas Jesus respondeu:
28 און פעטרוס האט געזאגט: זע, מיר האבן איבערגעלאזט אונדזער אייגנס און האבן דיר נאכגעפאלגט.
28 Então Pedro disse: — Eis que nós deixamos nossa casa e seguimos o senhor.
29 ער אבער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן אזעלכער, וואס האט פארלאזט א הויז, אדער א פרוי, אדער ברידער, אדער עלטערן, אדער קינדער, צוליב דעם קעניגרייך פון ה׳,
29 Jesus lhes respondeu:
30 וואס וועט נישט באקומען כפלי כפלים אין דער דאזיקער צייט, און אויף עולם הבא אייביק לעבן.
30 que não receba, no presente, muitas vezes mais e, no mundo por vir, receberá a vida eterna.
31 און ער האט גענומען די צוועלף צו זיך און האט צו זיי געזאגט: זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים, און עס וועט דערפילט ווערן אלץ, וואס איז געשריבן געווארן דורך די נביאים וועגן דעם בר אנש. (ישעיהו נג, א-יב.)
31 Chamando os doze para um lado, Jesus lhes disse:
32 ווארום ער וועט איבערגעגעבן ווערן צו די אומות (העולם), און וועט אפגעשפאט, און באליידיקט, און באשפיגן ווערן; (ישעיהו נ, ו.)
32 Ele será entregue aos gentios, que vão zombar dele, insultá-lo e cuspir nele.
33 און זיי וועלן אים געבן שלעק און אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער ווידער אויפשטיין. (תהלים טז, י.)
33 Depois de açoitá-lo, eles o matarão, mas, ao terceiro dia, ressuscitará.
34 און זיי האבן נישט פארשטאנען קיין זאך פון די דאזיקע, און דאס דאזיקע ווארט איז געווען פארהוילן פון זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געזאגט געווארן.
34 Eles, porém, não entenderam nada disso. O significado dessas palavras lhes era encoberto, e eles não sabiam do que Jesus estava falando.
35 און עס איז געשען, בשעת ער האט זיך דערנענטערט קיין יריחו, איז איינער א בלינדער געזעסן ביים וועג און געבעטלט.
35 Aconteceu que, quando Jesus se aproximava de Jericó, um cego estava sentado à beira do caminho, pedindo esmolas.
36 און היות ער האט געהערט א המון מענטשן פארבייגיין, האט ער זיך געפרעגט, וואס עס איז.
36 E, ouvindo o barulho da multidão que passava, perguntou o que era aquilo.
37 און מען האט אים געזאגט, אז יהושע/ישוע פון נצרת גייט פארביי.
37 Anunciaram-lhe que Jesus, o Nazareno, estava passando.
38 און ער האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע בן דוד, האב רחמנות אויף מיר!
38 Então ele gritou: — Jesus, Filho de Davi, tenha compaixão de mim!
39 און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, האבן אנגעשריגן אויף אים, אז ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן; בן דוד, האב רחמנות אויף מיר!
39 E os que iam na frente o repreendiam para que se calasse. Mas ele gritava cada vez mais: — Filho de Davi, tenha compaixão de mim!
40 און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט און באפוילן מען זאל אים ברענגען צו אים. און ווי ער האט זיך דערנענטערט, האט ער אים געפרעגט:
40 Jesus parou e mandou que trouxessem o cego. E, tendo ele chegado, Jesus perguntou:
41 וואס ווילסטו איך זאל טאן פאר דיר? און ער האט געזאגט: האר, אז איך זאל ווערן זעענדיק!
41 — O que você quer que eu lhe faça? Ele respondeu: — Senhor, que eu possa ver de novo.
42 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט; באקום דיין זעענדיק! דיין גלויבן האט דיר געהאלפן!
42 Jesus lhe disse:
43 און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳.
43 Imediatamente ele passou a ver de novo e seguia Jesus, glorificando a Deus. Também todo o povo, vendo isto, dava louvores a Deus.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 18, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.