Lucas 15

Eastern Yiddish NT (YDD_AFI) vs VC

Sair da comparação
VC Versão Católica
1 און עס האבן זיך דערנענטערט צו אים אלע שטייער אויפמאנער און חוטאים, כדי אים צו הערן.
1 Aproximavam-se de Jesus os publicanos e os pecadores para ouvi-lo.
2 און די פרושים און סופרים האבן געמורמלט, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער נעמט אויף חוטאים און עסט מיט זיי!
2 Os fariseus e os escribas murmuravam: Este homem recebe e come com pessoas de má vida!
3 און ער האט געזאגט צו זיי דאס דאזיקע משל, אזוי צו זאגן:
3 Então lhes propôs a seguinte parábola:
4 וועלכער מענטש פון אייך, האבנדיק הונדערט שאף און פארלירנדיק איינע פון זיי, לאזט נישט איבער די ניין און ניינציק אין דער מדבר און גייט נאך דער פארלוירענער, ביז ער געפינט זי?
4 Quem de vós que, tendo cem ovelhas e perdendo uma delas, não deixa as noventa e nove no deserto e vai em busca da que se perdeu, até encontrá-la?
5 און ווען ער האט זי געפונען, לייגט ער זי אויף זיינע שולטער מיט שמחה;
5 E depois de encontrá-la, a põe nos ombros, cheio de júbilo,
6 און קומענדיק אהיים, רופט ער צונויף זיינע פריינד און די שכנים, און זאגט צו זיי: פריידט זיך מיט מיר, ווייל איך האב געפונען מיין שאף, וואס איז פארלוירן געגאנגען.
6 e, voltando para casa, reúne os amigos e vizinhos, dizendo-lhes: Regozijai-vos comigo, achei a minha ovelha que se havia perdido.
7 איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה.
7 Digo-vos que assim haverá maior júbilo no céu por um só pecador que fizer penitência do que por noventa e nove justos que não necessitam de arrependimento.
8 אדער וועלכע פרוי, וואס האט צען דראכמעס, ווען זי פארלירט איין דראכמע, צינדט נישט אָן א ליכט, און קערט אויס דאס הויז, און זוכט מיט פלייס, ביז זי געפינט זי?
8 Ou qual é a mulher que, tendo dez dracmas e perdendo uma delas, não acende a lâmpada, varre a casa e a busca diligentemente, até encontrá-la?
9 און ווען זי האט געפונען, רופט זי צונויף אירע פריינט און שכנות, און זאגט: פריידט זיך מיט מיר; ווייל איך האב געפונען די דראכמע, וואס איך האב פארלוירן!
9 E tendo-a encontrado, reúne as amigas e vizinhas, dizendo: Regozijai-vos comigo, achei a dracma que tinha perdido.
10 אָט אזוי, זאג איך אייך, ווערט א שמחה פאר די מלאכים פון ה׳ איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה.
10 Digo-vos que haverá júbilo entre os anjos de Deus por um só pecador que se arrependa.
11 און ער האט געזאגט: א געוויסער מענטש האט געהאט צוויי זין.
11 Disse também: Um homem tinha dois filhos.
12 און דער יונגערער פון זיי האט געזאגט צום פאטער: פאטער, גיב מיר דעם חלק פארמעגן, וואס פאלט מיר צו! און ער האט זיי צעטיילט דאס האב און גוטס.
12 O mais moço disse a seu pai: Meu pai, dá-me a parte da herança que me toca. O pai então repartiu entre eles os haveres.
13 און אין ווייניקע טעג ארום האט דער יונגערער זון אלץ צונויפגעזאמלט, און זיך אוועקגעלאזט אין א ווייט לאנד אריין; און דארט פארשווענדט זיין פארמעגן אין אן אויסגעלאסן לעבן.
13 Poucos dias depois, ajuntando tudo o que lhe pertencia, partiu o filho mais moço para um país muito distante, e lá dissipou a sua fortuna, vivendo dissolutamente.
14 און ווען ער האט שוין געהאט אלץ פארברויכט, איז געווארן א שטארקער הונגער איבער יענעם גאנצן לאנדן; און ער האט אנגעהויבן צו ליידן נויט.
14 Depois de ter esbanjado tudo, sobreveio àquela região uma grande fome e ele começou a passar penúria.
15 און ער איז געגאנגען און האט זיך באהאפטן צו איינעם פון די בירגער פון יענעם לאנד; און ער האט אים געשיקט אין זיינע פעלדער אריין צו פאשען חזירים.
15 Foi pôr-se ao serviço de um dos habitantes daquela região, que o mandou para os seus campos guardar os porcos.
16 און ער האט געגארט אנצופילן זיין בויך מיט די שויטן, וואס די חזירים האבן געפרעסן; און קיינער האט עס אים נישט געגעבן.
16 Desejava ele fartar-se das vagens que os porcos comiam, mas ninguém lhas dava.
17 ווען אבער ער איז געקומען צו זיך, האט ער געזאגט: אָ, וויפל לוין ארבעטער פון מיין פאטער האבן ברויט בשפע, און איך גיי דא אויס פאר הונגער!
17 Entrou então em si e refletiu: Quantos empregados há na casa de meu pai que têm pão em abundância... e eu, aqui, estou a morrer de fome!
18 איך וועל אויפשטיין און גיין צו דעם פאטער מיינעם, און וועל זאגן צו אים, פאטער, איך האב געזינדיקט קעגן הימל און פאר דיר;
18 Levantar-me-ei e irei a meu pai, e dir-lhe-ei: Meu pai, pequei contra o céu e contra ti;
19 איך בין מער נישט ווערט גערופן צו ווערן דיין זון; מאך מיך ווי איינעם פון דיינע לוין ארבעטער.
19 já não sou digno de ser chamado teu filho. Trata-me como a um dos teus empregados.
20 און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק צו זיין פאטער. בשעת אבער ער איז נאך געווען ווייט, האט דער פאטער זיינער אים געזען און האט זיך דערבארעמט, און איז געלאפן, און אים געפאלן אויף זיין האלדז, און האט אים געקושט.
20 Levantou-se, pois, e foi ter com seu pai. Estava ainda longe, quando seu pai o viu e, movido de compaixão, correu-lhe ao encontro, lançou-se-lhe ao pescoço e o beijou.
21 און דער זון האט צו אים געזאגט: פאטער, איך האב געזינדיקט קעגן הימל און פאר דיר, איך בין מער נישט ווערט גערופן צו ווערן דיין זון.
21 O filho lhe disse, então: Meu pai, pequei contra o céu e contra ti; já não sou digno de ser chamado teu filho.
22 דער פאטער אבער האט געזאגט צו זיינע קנעכט: ברענגט געשווינט ארויס דאס בעסטע מלבוש און קליידט אים אָן; און גיט אים א רינג אויף זיין האנט, און שיך אויף די פיס;
22 Mas o pai falou aos servos: Trazei-me depressa a melhor veste e vesti-lha, e ponde-lhe um anel no dedo e calçado nos pés.
23 און ברענגט דאס געשטאפטע קאלב, שחט עס, און לאמיר עסן און זיך לאזן וואוילגיין;
23 Trazei também um novilho gordo e matai-o; comamos e façamos uma festa.
24 ווייל דער דאזיקער זון מיינער איז געווען טויט, און איז ווידער לעבעדיק געווארן; ער איז געווען פארלוירן, און איז געפונען געווארן. און זיי האבן אנגעהויבן זיך משמח צו זיין.
24 Este meu filho estava morto, e reviveu; tinha se perdido, e foi achado. E começaram a festa.
25 אבער זיין עלטערער זון איז געווען אין פעלד; און ווען ער איז געקומען און זיך דערנענטערט צום הויז, האט ער געהערט קלעזמער מוזיק און טאנץ.
25 O filho mais velho estava no campo. Ao voltar e aproximar-se da casa, ouviu a música e as danças.
26 און ער האט צוגערופן איינעם פון די קנעכט, און האט געפרעגט וואס דאס זאל באטייטן.
26 Chamou um servo e perguntou-lhe o que havia.
27 און ער האט אים געזאגט: דיין ברודער איז געקומען; און דיין פאטער האט געשחטן דאס געשטאפטע קאלב, ווייל ער האט אים צוריק באקומען א געזונטן.
27 Ele lhe explicou: Voltou teu irmão. E teu pai mandou matar um novilho gordo, porque o reencontrou são e salvo.
28 און ער איז צארנדיק געווארן, און האט נישט געוואלט אריינגיין; זיין פאטער אבער איז ארויסגעקומען און האט אים געבעטן.
28 Encolerizou-se ele e não queria entrar, mas seu pai saiu e insistiu com ele.
29 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צום פאטער: אָט שוין אזוי פיל יארן דין איך דיך, און האב נאך קיינמאל נישט עובר געווען אויף דיינס א געבאט; און מיר האסטו נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין ציגנבאק, כדי איך זאל מיך משמח זיין מיט מיינע פריינד;
29 Ele, então, respondeu ao pai: Há tantos anos que te sirvo, sem jamais transgredir ordem alguma tua, e nunca me deste um cabrito para festejar com os meus amigos.
30 ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב!
30 E agora, que voltou este teu filho, que gastou os teus bens com as meretrizes, logo lhe mandaste matar um novilho gordo!
31 האט ער צו אים געזאגט; מיין קינד, דו ביסט תמיד מיט מיר, און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין.
31 Explicou-lhe o pai: Filho, tu estás sempre comigo, e tudo o que é meu é teu.
32 מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!
32 Convinha, porém, fazermos festa, pois este teu irmão estava morto, e reviveu; tinha se perdido, e foi achado.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 15, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.