Lucas 12
Eastern Yiddish NT (YDD_AFI) vs NAA
1 דערווייל האט זיך פארזאמלט א המון פון טויזנטער מענטשן, אזוי אז זיי האבן זיך געטרעטן איינס דאס אנדערע, האט ער אנגעהויבן צום ערשט צו זאגן צו זיינע תלמידים: היט זיך פאר דעם זויערטייג פון די פרושים, וועלכעס איז צביעות.
1 Visto que milhares de pessoas se aglomeraram, a ponto de se atropelarem umas às outras, Jesus começou a dizer, antes de tudo, aos seus discípulos:
2 און עס איז נישטא קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן, און קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט געמאכט ווערן.
2 Não há nada encoberto que não venha a ser revelado, nem oculto que não venha a ser conhecido.
3 דערפאר, אלץ וואס איר האט גערעדט אין דער פינצטערניש, וועט געהערט ווערן אין דער ליכטיקייט; און וואס איר האט געזאגט אויפן אויער בחדרי חדרים, דאס וועט אויסגערופן ווערן אויף די דעכער.
3 Porque tudo o que vocês disseram às escuras será ouvido em plena luz; e o que disseram ao pé do ouvido no interior da casa será proclamado dos telhados.
4 איך זאג אייך אבער, מיינע פריינד: האט נישט קיין מורא פאר די, וואס טייטן דעם גוף און נאך דעם זענען נישט ביכולת עפעס מער צו טאן.
4 — Digo a vocês, meus amigos: não temam os que matam o corpo e, depois disso, nada mais podem fazer.
5 איך וועל אייך אבער ווייזן פאר וועמען איר זאלט מורא האבן: האט מורא פאר אים, וואס נאכן טייטן, האט ער די מאכט אריינצואווארפן אין גיהנום אריין; יא, איך זאג אייך, פאר דעם דאזיקן זאלט איר מורא האבן!
5 Eu, porém, vou mostrar a quem vocês devem temer: temam aquele que, depois de matar, tem poder para lançar no inferno. Sim, digo que a esse vocês devem temer.
6 צי פארקויפט מען דען נישט פינף פייגעלעך פאר צוויי איסרים? און קיין איינס פון זיי איז נישט פארגעסן פאר ה׳.
6 — Não se vendem cinco pardais por duas moedinhas? Entretanto, Deus não se esquece de nenhum deles.
7 נאר אפילו די האר פון אייער קאפ זענען אלע געציילט. האט נישט קיין מורא! איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך.
7 Até os cabelos da cabeça de vocês estão todos contados. Não temam! Vocês valem bem mais do que muitos pardais.
8 איך זאג אייך אבער: יעדער איינער, וואס וועט זיך באקענען צו מיר פאר מענטשן, וועט אויך דער בר אנש זיך באקענען צו אים פאר די מלאכים פון ה׳;
8 — Digo mais a vocês: todo aquele que me confessar diante dos outros, também o Filho do Homem o confessará diante dos anjos de Deus;
9 דער אבער, וואס פארלייקנט מיך פאר מענטשן, וועט פארלייקנט ווערן פאר די מלאכים פון ה׳.
9 mas o que me negar diante das pessoas será negado diante dos anjos de Deus.
10 און יעדער איינער, וואס וועט זאגן א ווארט אנטקעגן דעם בר אנש וועט עס אים פארגעבן ווערן; ווער אבער עס לעסטערט דעם רוח הקודש, דעם וועט נישט פארגעבן ווערן.
10 Todo aquele que disser uma palavra contra o Filho do Homem, isso lhe será perdoado; mas, para o que blasfemar contra o Espírito Santo, não haverá perdão.
11 און ווען מען פירט אייך פאר די שולן און פאר די פירשטן און פאר די געוועלטיקער, זאלט איר נישט זארגן, וויאזוי אדער מיט וואס איר זאלט זיך פארטיידיקן אדער וואס איר זאלט זאגן;
11 — Quando levarem vocês às sinagogas ou à presença de governadores e autoridades, não se preocupem quanto à maneira como irão responder, nem quanto às coisas que tiverem de falar.
12 ווארום דער רוח הקודש וועט אייך לערנען אין דער זעלביקער שעה, וואס איר דארפט זאגן.
12 Porque o Espírito Santo lhes ensinará, naquela mesma hora, as coisas que vocês devem dizer.
13 און עמיצער אויס דעם המון מענטשן האט צו אים געזאגט: רבי, זאג דעם ברודער מיינעם, אז ער זאל זיך טיילן מיט מיר מיט דער ירושה!
13 Nesse ponto, um homem que estava no meio da multidão disse a Jesus: — Mestre, diga a meu irmão que reparta comigo a herança.
14 ער אבער האט צו אים געזאגט: מענטש, ווער האט מיך באשטימט פאר א שופט אדער צעטיילער איבער אייך?
14 Mas Jesus lhe respondeu:
15 ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן.
15 Então lhes recomendou:
16 און האט זיי געזאגט א משל, אזוי צו זאגן: א געוויסן עושרס לאנד האט אריינגעברענגט א גוטן שניט;
16 E Jesus lhes contou ainda uma parábola, dizendo:
17 און ער האט זיך מישב געווען, זאגנדיק: וואס זאל איך טאן, אז איך האב נישט וואו איינצוזאמלען מיינע פירות?
17 Então ele começou a pensar: “Que farei, pois não tenho onde armazenar a minha colheita?”
18 און האט געזאגט: דאס דאזיקע וועל איך טאן: איך וועל צעשטערן מיינע שפייכלערס און בויען גרעסערע און וועל דארטן איינזאמלען די גאנצע תבואה און די גיטער מיינע;
18 Até que disse: “Já sei! Destruirei os meus celeiros, construirei outros maiores e aí armazenarei todo o meu produto e todos os meus bens.
19 און איך וועל זאגן צו מיין זעל: נשמה מיינע, האסט א סך גוטע זאכן ליגן אויף פיל יארן; האב מנוחה, עס, טרינק און לאז דיר וואוילגיין!
19 Então direi à minha alma: ‘Você tem em depósito muitos bens para muitos anos; descanse, coma, beba e aproveite a vida.’”
20 ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט?
20 Mas Deus lhe disse: “Louco! Esta noite lhe pedirão a sua alma; e o que você tem preparado, para quem será?”
21 אָט אזוי גייט עס דעם, וואס זאמלט אוצרות פאר זיך און איז נישט רייך אין ה׳.
21 — Assim é o que ajunta tesouros para si mesmo, mas não é rico para com Deus.
22 און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: צוליב דעם זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר וועט עסן; אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר וועט זיך אנקליידן.
22 A seguir, Jesus se dirigiu aos seus discípulos, dizendo:
23 ווארום דאס לעבן איז מער ווי די שפייז און דער קערפער—ווי דאס מלבוש.
23 Porque a vida é mais do que o alimento, e o corpo, mais do que as roupas.
24 באטראכט די ראבן! אז נישט זיי זייען, נישט זיי שניידן, זיי האבן נישט קיין קאמער, נישט קיין שייער, און ה׳ דערנערט זיי דאך; וויפל מער זענט איר ווערט ווי די פייגל?
24 Observem os corvos, que não semeiam, não colhem, não têm despensa nem celeiros; contudo, Deus os sustenta. Vocês valem muito mais do que as aves!
25 און ווער פון אייך מיט זיין זארגן קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס?
25 Quem de vocês, por mais que se preocupe, pode acrescentar um côvado ao curso da sua vida?
26 דעריבער, אויב איר זענט נישט אפילו בכוח צו טאן דאס קלענסטע, וואס זארגט איר זיך פאר די איבריקע זאכן?
26 Portanto, se não podem fazer nada quanto às coisas mínimas, por que se preocupam com as outras?
27 באטראכט די ליליעס! ווי נישט זיי שפינען, נישט זיי וועבן; און איך זאג אייך, אפילו שלמה אין זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אנגעקליידט ווי איינע פון די דאזיקע.
27 Observem como crescem os lírios: eles não trabalham, nem fiam. Eu, porém, afirmo a vocês que nem Salomão, em toda a sua glória, se vestiu como qualquer deles.
28 און אויב ה׳ קליידט אזוי דאס גראז אויפן פעלד, וואס היינט איז עס און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וויפל מער אייך, איר קליינגלויביקע!
28 Ora, se Deus veste assim a erva que hoje está no campo e amanhã é lançada no forno, muito mais fará por vocês, homens de pequena fé!
29 און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף.
29 Portanto, não fiquem perguntando o que irão comer ou beber e não fiquem preocupados com isso.
30 ווארום צו די אלע זאכן שטרעבן די אומות העולם; אייער פאטער אבער ווייסט, אז איר דארפט די דאזיקע זאכן.
30 Porque os gentios de todo o mundo é que procuram estas coisas; mas o Pai de vocês sabe que vocês precisam delas.
31 נאר זוכט זיין קעניגרייך און דאס וועט אייך צוגעגעבן ווערן.
31 Busquem, antes de tudo, o seu Reino, e estas coisas lhes serão acrescentadas.
32 האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך!
32 — Não tenha medo, ó pequenino rebanho; porque o Pai de vocês se agradou em dar-lhes o seu Reino.
33 פארקויפט אייער האב און גיט צדקה; מאכט זיך בייטלען, וואס ווערן נישט אלט; אן אוצר, וואס לאזט זיך נישט אויס, אין הימל, וואו קיין גנב דערנענטערט זיך נישט און קיין מילב צעשטערט אויך נישט.
33 Vendam os seus bens e deem esmola; façam para vocês mesmos bolsas que não desgastem, tesouro inesgotável nos céus, onde o ladrão não chega, nem a traça corrói,
34 ווארום וואו אייער אוצר איז, דארט וועט אויך אייער הארץ זיין.
34 porque, onde estiver o tesouro de vocês, aí estará também o seu coração.
35 זאלן אייערע לענדן זיין אנגעגורט און אייערע ליכט ברענען;
35 — Estejam preparados, com o corpo cingido e as lamparinas acesas.
36 און זייט גלייך צו מענטשן, וואס ווארטן אויף זייער האר, ווען ער וועט זיך אומקערן פון דער חתונה, כדי ווען ער קומט און קלאפט אָן, זאלן זיי אים גלייך אויפעפענען.
36 Façam como os homens que esperam pelo seu senhor, ao voltar ele das festas de casamento; para que logo abram a porta, quando vier e bater.
37 וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען.
37 Bem-aventurados aqueles servos a quem o senhor, quando vier, encontrar vigilantes. Em verdade lhes digo que ele há de cingir-se, dar-lhes lugar à mesa e, aproximando-se, os servirá.
38 און אויב ער וועט קומען אינם צווייטן אדער דריטן משמר פון דער נאכט און וועט זיי אזוי געפינען, איז וואויל יענע קנעכט.
38 Quer ele venha à meia-noite ou de madrugada, bem-aventurados serão eles, se os encontrar vigilantes.
39 נאר דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכער שעה דער גנב קומט, וואלט ער נישט דערלאזט מען זאל איינברעכן אין זיין הויז.
39 Porém, considerem isto: se o pai de família soubesse a que hora viria o ladrão, não deixaria que a sua casa fosse arrombada.
40 און איר זאלט זיין גרייט, ווייל דער בר אנש קומט אין א שעה, וואס איר שטעלט זיך נישט פאר.
40 Estejam também vocês preparados, porque o Filho do Homem virá à hora em que vocês menos esperam.
41 און פעטרוס האט געזאגט: האר, צי זאגסטו דאס דאזיקע משל צו אונדז אדער אויך צו אלעמען?
41 Então Pedro perguntou: — Senhor, esta parábola é só para nós ou também para todos?
42 און דער האר האט געזאגט: ווער זשע איז דער געטרייער און פארשטאנדיקער הויז פארוואלטער, וועלכען דער האר וועט באשטימען איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די מאס שפייז צו דער רעכטער צייט?
42 O Senhor respondeu:
43 וואויל איז יענעם קנעכט, וואס ווען דער האר זיינער קומט, געפינט ער אים אזוי טאן.
43 Bem-aventurado aquele servo a quem seu senhor, quando vier, achar fazendo assim.
44 באמת זאג איך אייך, אז ער וועט אים באשטימען איבער אלע זיינע גיטער.
44 Em verdade lhes digo que lhe confiará todos os seus bens.
45 אויב אבער יענער קנעכט וועט זאגן אין זיין הארצן: מיין האר זוימט זיך צו קומען; און וועט אנהויבן צו שלאגן די קנעכט און די דינסטן, אויך צו עסן און טרינקען און זיך אנצושכורן,
45 Mas o que acontecerá se aquele servo disser consigo mesmo: “Meu senhor demora para vir”, e começar a espancar os empregados e as empregadas, a comer, a beber e a embriagar-se?
46 וועט דער האר פון יענעם קנעכט קומען אין א טאג, ווען ער דערווארט עס נישט און אין א שעה, וואס ער ווייסט נישט; און וועט אים צעשניידן אין צווייען און וועט לייגן זיין חלק מיט די ווידערשפעניקע.
46 Virá o senhor daquele servo, em dia em que não o espera e em hora que não sabe, e irá aplicar-lhe um castigo severo, condenando-o com os infiéis.
47 יענער קנעכט אבער, וואס האט געוואוסט זיין הארס רצון און האט נישט צוגעגרייט, אדער געטאן לויט זיין ווילן, וועט ליידן א סך שלעק;
47 — Aquele servo que conheceu a vontade de seu senhor e não se aprontou, nem fez segundo a sua vontade, será punido com muitos açoites.
48 אבער דער, וואס האט נישט געוואוסט, און האט געטאן דאס, פאר וועלכן ער איז חייב שלעק, וועט ווייניק געשלאגן ווערן. און יעדען איינעם, וועמען א סך איז געגעבן געווארן, וועט א סך געפאדערט ווערן פון אים; און וועמען מען האט א סך אנפארטרויט, וועט מען מער פארלאנגען פון אים.
48 Aquele, porém, que não soube a vontade do seu senhor e fez coisas dignas de reprovação levará poucos açoites. Mas àquele a quem muito foi dado, muito lhe será exigido; e àquele a quem muito se confia, muito mais lhe pedirão.
49 איך בין געקומען, צו ווארפן א פייער אויף דער ערד; און וואס וויל איך, אויב עס האט זיך שוין אנגעצונדן?
49 — Eu vim para lançar fogo sobre a terra, e bem que eu gostaria que já estivesse aceso.
50 איך אבער האב א מקווה געטובלט צו ווערן, און ווי עס טוט מיר באנג, ביז זי וועט פארענדיקט ווערן!
50 Mas existe um batismo pelo qual tenho de passar, e como me angustio até que o mesmo se cumpra!
51 איר מיינט, אז איך בין געקומען געבן שלום אויף דער ערד? ניין! איך זאג אייך, נאר פיל מער א מחלוקה;
51 Vocês pensam que vim para dar paz à terra? Eu afirmo a vocês que não; pelo contrário, vim para trazer divisão.
52 ווארום פון איצט אָן וועלן זיין פינף אין איין הויז צעטיילט; דריי קעגן צוויי, און צוויי קעגן דריי.
52 Porque, daqui em diante, estarão cinco divididos numa casa: três contra dois e dois contra três.
53 עס וועלן זיין צעטיילט פאטער קעגן זון און זון קעגן פאטער; מוטער קעגן טאכטער און טאכטער קעגן דער מוטער; שוויגער קעגן איר שנור און שנור קעגן דער שוויגער.
53 Estarão divididos: pai contra filho, filho contra pai; mãe contra filha, filha contra mãe; sogra contra nora e nora contra sogra.
54 און ער האט אויך געזאגט צו די המונים מענטשן: ווען איר זעט א וואלקן אויפגיין אין מערב, זאגט איר גלייך: עס קומט א רעגן; און אזוי געשעט עס.
54 Jesus disse ainda às multidões:
55 און ווען עס בלאזט א דרום ווינט, זאגט איר; עס וועט זיין א היץ; און עס געשעט.
55 E, quando notam que sopra o vento sul, dizem que fará calor, e assim acontece.
56 איר צבועקעס, דאס אויסזען פון דער ערד און פון דעם הימל ווייסט איר אויסצופארשן; און ווי איז עס וואס איר פארשט נישט די דאזיקע צייט?
56 Hipócritas! Vocês sabem interpretar a aparência da terra e do céu, mas não sabem discernir esta época?
57 און פארוואס משפט איר נישט פון זיך אליין, וואס איז גערעכט?
57 — E por que não julgam também por vocês mesmos o que é justo?
58 ווארום ווען דו גייסט מיט דיין קעגנער פארן שר, גיב דיר די מי אויפן וועג, אז דו זאלסט פטור ווערן פון אים (מיט גוטנס); טאמער וועט ער דיך אוועקשלעפן צום שופט, און דער שופט וועט דיך איבערגעבן צום שוטר, און דער שוטר וועט דיך אריינווארפן אין תפיסה אריין.
58 Quando você for com o seu adversário ao magistrado, faça o possível para chegar a um acordo com ele enquanto vocês estão a caminho, para não acontecer que ele arraste você ao juiz, o juiz entregue você ao oficial de justiça e o oficial de justiça ponha você na prisão.
59 איך זאג דיר, דו וועסט בשום אופן פון דארטן נישט ארויס, ביז דו וועסט נישט האבן באצאלט די לעצטע פרוטה!
59 Digo-lhe que você não sairá dali enquanto não pagar o último centavo.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 12, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.