Hebreus 11
Eastern Yiddish NT (YDD_AFI) vs BKJ
1 אמונה אבער איז דער בטחון פון די זאכן, אויף וועלכע מען האפט, אן איבערצייגונג פון זאכן, וואס מען זעט נישט.
1 Ora, a fé é a substância das coisas pelas quais esperamos, a evidência das coisas não vistas.
2 ווארום דורך דער דאזיקער האבן די זקנים באקומען אן עדות.
2 Porque por ela os antigos obtiveram um bom testemunho.
3 דורך אמונה זענען מיר משיג, אז די וועלטן זענען געמאכט געווארן דורך דעם ווארט פון ה׳, אזוי, אז וואס סע ווערט געזען איז נישט געמאכט געווארן פון דעם, וואס דערשיינט.
3 Através da fé entendemos que os mundos foram moldados pela palavra de Deus; de modo que as coisas que são vistas não foram feitas das coisas que aparecem.
4 דורך אמונה האט הבל מקריב געווען א בעסער קרבן צו ה׳ ווי קין, דורך וועלכן ער האט דערהאלטן אן עדות, אז ער איז א צדיק, ווען ה׳ האט עדות געזאגט אויף זיינע מתנות; און דורך וועלכן הגם ער איז געשטארבן רעדט ער דאך נאך אלץ.
4 Pela fé Abel ofereceu a Deus um sacrifício mais excelente do que Caim, pelo qual alcançou testemunho de que ele era justo, testificando Deus sobre os seus dons, e através disso, depois de morto, ainda fala.
5 דורך אמונה איז חנוך אוועקגענומען געווארן, אז ער זאל נישט זען דעם טויט, און איז נישט געפונען געווארן, ווייל ה׳ האט אים אוועקגענומען; ווארום איידער ער איז אוועקגענומען געווארן, האט ער באקומען דאס עדות, אז ער איז געווען וואוילגעפעלן צו ה׳;
5 Pela fé Enoque foi trasladado para não ver a morte, e não foi achado, porque Deus o trasladara; porque antes de sua trasladação ele tinha testemunho de que agradara a Deus.
6 אָן אמונה אבער איז נישט מעגלעך אים וואוילצוגעפעלן; ווייל דער, וואס דערנענטערט זיך צו ה׳ מוז גלויבן, אז ער איז, און אז ער וועט זיין א גומל שכר צו די, וואס זוכן אים.
6 Porém, sem fé é impossível agradar-lhe; porque é necessário que aquele que se aproxima de Deus acredite que ele existe, e que é galardoador daqueles que diligentemente o buscam.
7 דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה.
7 Pela fé Noé, tendo sido avisado por Deus a respeito das coisas que ainda não se viam, comoveu-se com temor, preparou uma arca para salvação da sua casa, pela qual condenou o mundo, e tornou-se herdeiro da justiça, que é segundo a fé.
8 דורך אמונה האט אברהם געהארכט, ווען ער איז גערופן געווארן, ארויסצוגיין צו אן ארט, וואס ער האט געזאלט באקומען פאר א ירושה; און איז ארויסגעגאנגען, נישט וויסנדיק, וואואהין ער גייט.
8 Pela fé Abraão, quando foi chamado a ir para um lugar que havia de receber posteriormente por herança, obedeceu e saiu, sem saber para onde ia.
9 דורך אמונה האט ער זיך אויפגעהאלטן אין דעם לאנד פון דער הבטחה ווי א פרעמדער אין א פרעמד לאנד, וואוינענדיק אין געצעלטן מיט יצחקן און יעקבן, די מיטיורשים פון דער זעלביקער הבטחה;
9 Pela fé peregrinou na terra da promessa, como em uma terra estranha, habitando em tabernáculos com Isaque e Jacó, os herdeiros com ele da mesma promessa.
10 ווארום ער האט געהאפט אויף דער שטאט, וואס האט פעסטע יסודות, וועמעס ארכיטעקט און בוימייסטער איז ה׳.
10 Porque procurava por uma cidade que tem fundamentos, da qual o artífice e construtor é Deus.
11 דורך אמונה האט אויך שרה באקומען די קראפט טראגנדיק צו ווערן און צו געבוירן, הגם זי האט שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער, ווייל זי האט געהאלטן, אז דער, וואס האט צוגעזאגט, איז באגלויבט;
11 Pela fé também a própria Sara recebeu vigor para conceber descendência, e deu à luz uma criança quando já de idade avançada; porquanto teve por fiel aquele que havia prometido.
12 אלס פועל יוצא זענען אויך פון איינעם, שוין כמעט א טויטן, געבוירן געווארן אזוי פיל, ווי די מאסע שטערן פון הימל און ווי דאס זאמד ביים ברעג ים—נישט צום איבערציילן. (בראשית כב, יז.)
12 Por isso também de um, e esse já considerado como quase morto, descenderam tantos como as estrelas do céu em multidão, e como a areia inumerável da praia.
13 זיי אלע זענען געשטארבן אין גלויבן און האבן נישט באקומען די הבטחות, נאר בלויז זיי געזען פונדערווייטנס, און זיך געפריידט מיט זיי, און האבן מודה געווען, אז זיי (אליין) זענען פרעמדע און וואנדערער אויף דער ערד.
13 Todos estes morreram na fé, sem terem recebido as promessas; mas vendo-as de longe, foram persuadidos a respeito delas, e abraçaram-nas, e confessaram que eram estrangeiros e peregrinos na terra.
14 ווארום די, וואס זאגן אזעלכעס, מאכן קלאר, אז זיי זוכן א היימלאנד.
14 Porque aqueles que dizem tais coisas declaram abertamente que procuram por um país.
15 און וואלטן זיי אין זינען געהאט יענץ לאנד, פון וועלכן זיי זענען ארויסגעגאנגען, וואלטן זיי געהאט גענוג געלעגנהייט זיך צוריקצוקערן.
15 E verdadeiramente, se lembrassem daquele país de onde haviam saído, teriam tido a oportunidade de retornar.
16 זיי באגערן אבער איצט א בעסערס, דאס הייסט א הימליש (לאנד); צוליב וואס ה׳ שעמט זיך נישט מיט זיי, גערופן צו ווערן זייער ג‑ט; ווארום ער האט צוגעגרייט פאר זיי א שטאט.
16 Mas agora eles desejam um país melhor, isto é, um celestial. Por isso também Deus não se envergonha de se chamar seu Deus, porque já lhes preparou uma cidade.
17 דורך אמונה האט אברהם מקריב געווען יצחקן, ווען ער איז אויסגעפרואווט געווארן; דער, וואס האט אנגענומען די הבטחות, האט געברענגט צו (דער עקידה) זיין בן יחיד;
17 Pela fé Abraão, quando foi provado, ofereceu a Isaque, e aquele que recebera as promessas ofereceu o seu unigênito.
18 צו וועמען עס איז געזאגט געווארן: אין יצחקן וועט דיר גערופן ווערן זאמען;
18 Dele foi dito: Em Isaque será chamada a tua descendência.
19 רעכענענדיק, אז ה׳ איז אימשטאנד אים אויפצוועקן אויך פון די טויטע; פונוואנען ער האט אים טאקע צוריקבאקומען בדרך משל.
19 Considerando que Deus sendo poderoso para levantá-lo até mesmo dentre os mortos; e então também figuradamente ele o recebeu.
20 דורך אמונה האט אויך יצחק געבענטשט יעקבן און עשיון וועגן צוקונפטיקע זאכן.
20 Pela fé Isaque abençoou Jacó e Esaú, concernente às coisas futuras.
21 דורך אמונה האט יעקב ביים שטארבן געבענטשט יעדן פון יוספס זין, און זיך געבוקט, (אנגעלענט) אויפן קאפ פון זיין שטעקן (תרגום השבעים).
21 Pela fé Jacó, quando estava próximo da morte, abençoou ambos os filhos de José, e adorou, reclinando-se sobre o seu cajado.
22 דורך אמונה האט יוסף ביים שטארבן דערמאנט די קינדער ישראל פון זייער ארויסגיין (פון מצרים); און זיי באפוילן וועגן זיינע ביינער.
22 Pela fé José, ao morrer, fez menção da saída dos filhos de Israel, e deu ordem acerca de seus ossos.
23 דורך אמונה איז משה באהאלטן געווארן פון זיינע עלטערן דריי חדשים לאנג, ווייל זיי האבן געזען, אז ער איז א שיין קינד, און האבן זיך נישט געשראקן פאר דעם קעניגס באפעל.
23 Pela fé Moisés, quando nasceu, foi escondido três meses por seus pais, porque viram que era um menino formoso; e não temeram o mandamento do rei.
24 דורך אמונה האט משה, ווען ער איז גרויס געווארן, זיך אפגעזאגט צו הייסן פרעהס טאכטערס זון,
24 Pela fé Moisés, sendo já crescido, recusou ser chamado filho da filha de Faraó,
25 אויסוויילנדיק א סך ליבער צו ליידן מיט ה׳ס פאלק, ווי א הנאה צו האבן אויף א געוויסער צייט פון דעם פארגעניגן פון זינד,
25 escolhendo antes ser afligido com o povo de Deus, do que por um período desfrutar do gozo do pecado.
26 האלטנדיק די חרפה פונם משיח פאר א גרעסער עשירות ווי די אוצרות פון מצרים, ווייל ער האט געבליקט אויף דער שכר פארגעלטונג.
26 Considerando a desonra de Cristo como riqueza maior do que os tesouros do Egito; porque tinha em vista a recompensa do galardão.
27 דורך אמונה האט ער פארלאזט מצרים, נישט שרעקנדיק זיך פאר דעם קעניגס גרימצארן; ווארום ער האט זיך געשטארקט, ווי ער וואלט געזען אים, וועמעס פנים מען קען נישט זען.
27 Pela fé deixou o Egito, não temendo a ira do rei; porque perseverou como que vendo aquele que está invisível.
28 דורך אמונה האט ער געמאכט דעם פסח און דאס שפריצן דאס בלוט, כדי דער משחית פון די בכורים זאל זיי נישט אנרירן.
28 Pela fé ele celebrou a páscoa e a aspersão do sangue, a fim de que o destruidor dos primogênitos não lhes tocasse.
29 דורך אמונה זענען זיי אריבערגעגאנגען דעם ים סוף, ווי אויף טרוקענער ערד, וואס די מצריים האבן פארזוכט און זענען דערטרונקען געווארן.
29 Pela fé passaram o mar Vermelho como por terra seca; e os egípcios que o mesmo fizeram, afogaram-se.
30 דורך אמונה זענען די מויערן פון יריחו איינגעפאלן, נאכדעם ווי מען האט זיי ארומגערינגלט זיבן טעג.
30 Pela fé, os muros de Jericó caíram, após serem rodeados durante sete dias.
31 דורך אמונה איז רחב הזונה נישט אומגעקומען מיט די אומגלויביקע, ווייל זי האט אויפגענומען די מרגלים בשלום.
31 Pela fé a prostituta Raabe não pereceu com os incrédulos, porque havia acolhido em paz os espias.
32 און וואס נאך זאל איך זאגן? ווארום עס וועט מיר פעלן צייט צו דערציילן וועגן גדעון, ברק, שמשון, יפתח, דוד און שמואל און די נביאים;
32 E que mais direi? Porque não haveria tempo para falar de Gideão, e de Baraque, e de Sansão, e de Jefté, e de Davi, e de Samuel e dos profetas:
33 וועלכע האבן דורך אמונה איינגענומען קעניגרייכן, געטאן גערעכטיקייט, דערגרייכט הבטחות, פארשטאפט די מיילער פון לייבן,
33 Os quais pela fé subjugaram reinos, praticaram a justiça, obtiveram promessas, fecharam as bocas dos leões,
34 אויסגעלאשן די קראפט פון פייער, אנטלאפן פון דער שארף פון דער שווערד, שטארק געווארן פון שוואכקייט, געווארן גיבורים אין מלחמה, געמאכט פרעמדע חיילות אנטלויפן.
34 apagaram a violência do fogo, escaparam do fio da espada, foram feitos fortes na fraqueza, foram valentes em batalha, puseram em fuga os exércitos dos estranhos.
35 פרויען האבן צוריקבאקומען זייערע טויטע דורך תחית המתים; און אנדערע זענען געפייניקט געווארן, נישט אננעמענדיק קיין באפרייאונג, כדי זיי זאלן דערגרייכן א בעסער תחית המתים;
35 As mulheres receberam os seus mortos trazidos novamente à vida; e outros foram torturados, não aceitando o seu livramento, para que pudessem alcançar uma melhor ressurreição.
36 און אנדערע זענען אויסגעפרואווט געווארן דורך שפאט און שלעק און אויך דורך קייטן און תפיסה;
36 E outros foram testados com escárnios e açoites cruéis, de fato, e além de cadeias e prisões.
37 זיי זענען געשטייניקט געווארן, אויסגעפרואווט געווארן, דורכגעזעגט געווארן, געשטארבן דעם טויט פון דער שווערד, ארומגעגאנגען אין שאפן און אין ציגן פעל, געווען אין נויט, אונטערגעדריקט, שלעכט באהאנדלט,
37 Eles foram apedrejados, serrados ao meio, tentados, mortos ao fio da espada; vaguearam sem destino vestidos em peles de ovelhas e de cabras, sendo destituídos, afligidos e atormentados,
38 וואס די וועלט איז זיי נישט ווערט געווען; זיי האבן געבלאנדזשעט אין מדבריות: און אויף בערג, אין היילן און אין די לעכער פון דער ערד.
38 (dos quais o mundo não era digno), eles peregrinaram errantes pelos desertos, e montes, e pelas covas e cavernas da terra.
39 און זיי אלע, וועמען עס איז געגעבן געווארן אן עדות דורך אמונה, האבן נישט מקבל געווען די הבטחה,
39 E todos estes, tendo obtido um bom testemunho através da fé, não receberam a promessa,
40 ווייל ה׳ האט פארויסגעזען עפעס בעסערס פאר אונדז, כדי זיי זאלן נישט ווערן שלמותדיק אָן אונדז.
40 tendo Deus preparado alguma coisa melhor para nós, para que eles sem nós não fossem ser aperfeiçoados.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Hebreus 11, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.