Tiago 4

ydd (YDD) vs VC

Sair da comparação
VC Versão Católica
1 פונוואנען זשע זענען מלחמות און פונוואנען זענען קריגערייען ביי אייך? צי דען נישט פונדאנען, פון אייערע תאוות, וואס ראנגלען זיך אין די אברים אייערע?
1 Donde vêm as lutas e as contendas entre vós? Não vêm elas de vossas paixões, que combatem em vossos membros?
2 איר גלוסט, און האט נישט; איר הרגעט און זענט מקנא, און קענט עס נישט דערגרייכן; איר קריגט זיך ארום און האלט מלחמה; איר האט נישט צוליב דעם, וואס איר בעט נישט.
2 Cobiçais, e não recebeis; sois invejosos e ciumentos, e não conseguis o que desejais; litigais e fazeis guerra. Não obtendes, porque não pedis.
3 איר בעט יא און באקומט נישט, ווייל איר בעט שלעכט, כדי איר זאלט עס פארצערן אין אייערע תאוות.
3 Pedis e não recebeis, porque pedis mal, com o fim de satisfazerdes as vossas paixões.
4 איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.
4 Adúlteros, não sabeis que o amor do mundo é abominado por Deus? Todo aquele que quer ser amigo do mundo constitui-se inimigo de Deus.
5 אדער מיינט איר, אז אומזיסט זאגט דער פסוק: צו קנאה גלוסט דער גייסט, וועלכן ער האט געמאכט וואוינען אין אונדז?
5 Ou imaginais que em vão diz a Escritura: Sois amados até o ciúme pelo espírito que habita em vós?
6 גרעסער אבער איז דער חסד, וועלכן ער גיט. דערפאר זאגט ער: ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידעריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)
6 Deus, porém, dá uma graça ainda mais abundante. Por isso, ele diz: Deus resiste aos soberbos, mas dá sua graça aos humildes {Pr 3,34}.
7 אונטערטעניקט זשע זיך צו ה׳; און שטעלט זיך אנטקעגן דעם שׂטן, און ער וועט אנטלויפן פון אייך.
7 Sede submissos a Deus. Resisti ao demônio, e ele fugirá para longe de vós.
8 דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.
8 Aproximai-vos de Deus, e ele se aproximará de vós. Lavai as mãos, pecadores, e purificai os vossos corações, ó homens de dupla atitude.
9 פייניקט זיך און טרויערט און וויינט; זאל אייער געלעכטער פארקערט ווערן צו געוויין, און אייער שמחה צו טרויער.
9 Reconhecei a vossa miséria, afligi-vos e chorai. Converta-se o vosso riso em pranto e a vossa alegria em tristeza.
10 דערנידעריקט אייך פאר ה׳, און ער וועט אייך דערהייבן.
10 Humilhai-vos na presença do Senhor, e ele vos exaltará.
11 בארעדט נישט איינער דעם אנדערן, ברידער. ווער עס בארעדט א ברודער אדער משפט זיין ברודער, דער בארעדט די תורה און משפט די תורה; אויב אבער דו משפטסט די תורה, ביסטו שוין נישט קיין עוסק אין דער תורה, נאר א שופט.
11 Meus irmãos, não faleis mal uns dos outros. Quem fala mal de seu irmão, ou o julga, fala mal da lei e julga a lei. E se julgas a lei, já não és observador da lei, mas seu juiz.
12 איינער איז דער געזעצגעבער און שופט, דער, וועלכער איז בכוח צו ראטעווען און צו פארדארבן; ווער אבער ביסטו, וואס משפטסט דיין חבר?
12 Não há mais que um legislador e um juiz: aquele que pode salvar e perder. Mas quem és tu, que julgas o teu próximo?
13 איצט קומט איר, וועלכע זאגן: היינט אדער מארגן וועלן מיר פארן אין דער און דער שטאט אריין און דארטן פארבלייבן א יאר און האנדלען און פארדינען;
13 Agora dizeis: Hoje ou amanhã iremos a tal cidade, ficaremos ali um ano, comerciaremos e tiraremos o nosso lucro.
14 און איר ווייסט דאך נישט, וואס מארגן וועט זיין! וואס איז אייער לעבן? ווארום איר זענט א נעפל, וואס באווייזט זיך אויף א וויילע און שפעטער ווערט ער פארשווונדן. (לוקאס כד, לא.)
14 E, entretanto, não sabeis o que acontecerá amanhã! Pois que é a vossa vida? Sois um vapor que aparece por um instante e depois se desvanece.
15 אנשטאט דעם זאלט איר זאגן: אם ירצה ה׳—און מיר וועלן לעבן, וועלן מיר טאן די דאזיקע זאך אדער יענע.
15 Em vez de dizerdes: Se Deus quiser, viveremos e faremos esta ou aquela coisa.
16 און איצט בארימט איר זיך מיט אייער גאווה; יעדע אזעלכע בארימעריי איז בייז.
16 Mas agora vós vos jactais das vossas presunções. Toda jactância desse gênero é viciosa.
17 דעריבער ווער עס ווייסט צו טאן גוטס, און טוט עס נישט, איז עס פאר אים א זינד.
17 Aquele que souber fazer o bem, e não o faz, peca.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Tiago 4, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.