Mateus 7
ydd (YDD) vs NAA
1 משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן.
1 — Não julguem, para que vocês não sejam julgados.
2 מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן.
2 Pois com o critério com que vocês julgarem vocês serão julgados; e com a medida com que vocês tiverem medido vocês também serão medidos.
3 און וואס זעסטו דאס שפענדל אין דיין ברודערס אויג, אבער דעם קלאץ, וואס איז אין דיין אויג, באמערקסטו נישט?
3 — Por que você vê o cisco no olho do seu irmão, mas não repara na trave que está no seu próprio?
4 אדער ווי אזוי קענסטו זאגן צו דיין ברודער: לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל פון דיין אויג; און זע, דער קלאץ איז אין דיין אויג?
4 Ou como você dirá a seu irmão: “Deixe que eu tire o cisco do seu olho”, quando você tem uma trave no seu próprio?
5 דו צבועק, ווארף צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג; און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל פון דיין ברודערס אויג.
5 Hipócrita! Tire primeiro a trave do seu olho e então você verá claramente para tirar o cisco do olho do seu irmão.
6 גיט נישט דאס הייליקע צו די הינט, און ווארפט נישט אייערע פערל פאר די חזירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע פיס, און אומקערנדיק זיך אייך צערייסן.
6 — Não deem aos cães o que é santo, nem joguem as suas pérolas diante dos porcos, para que estes não as pisem com os pés e aqueles, voltando-se, não estraçalhem vocês.
7 בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן!
7 — Peçam e lhes será dado; busquem e acharão; batam, e a porta será aberta para vocês.
8 מחמת יעדער, וואס בעט, באקומט; און דער, וואס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.
8 Pois todo o que pede recebe; o que busca encontra; e, a quem bate, a porta será aberta.
9 אדער וועלכער מענטש צווישן אייך איז עס, וואס, אויב זיין זון זאל אים בעטן ברויט, וועט ער אים געבן א שטיין?
9 Ou quem de vocês, se o filho pedir pão, lhe dará uma pedra?
10 אדער אויב ער זאל בעטן א פיש, וועט ער דען אים געבן א שלאנג?
10 Ou, se pedir um peixe, lhe dará uma cobra?
11 אויב דעריבער איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, וויפל מער וועט אייער פאטער, וואס איז אין הימל, געבן גוטס צו די, וואס בעטן אים?
11 Ora, se vocês, que são maus, sabem dar coisas boas aos seus filhos, quanto mais o Pai de vocês, que está nos céus, dará coisas boas aos que lhe pedirem?
12 דעריבער אלץ, וואס איר ווילט, אז די מענטשן זאלן אייך טאן, טוט אויך אזוי פאר זיי; מחמת דאס דאזיקע איז די תורה און די נביאים.
12 — Portanto, tudo o que vocês querem que os outros façam a vocês, façam também vocês a eles; porque esta é a Lei e os Profetas.
13 גייט אריין דורך דעם ענגן טויער; ווייל געראם איז דאס טויער, און אויסגעברייטערט דער וועג, וואס פירט צו פארדארבונג, און א סך זענען עס, וואס גייען אריין דורך דעם דאזיקן.
13 — Entrem pela porta estreita! Porque larga é a porta e espaçoso é o caminho que conduz para a perdição, e são muitos os que entram por ela.
14 ווי ענג איז אבער דאס טויער, און שמאל דער וועג, וואס פירט צום לעבן, און ווייניק זענען די, וואס געפינען אים.
14 Estreita é a porta e apertado é o caminho que conduz para a vida, e são poucos os que o encontram.
15 היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף.
15 — Cuidado com os falsos profetas, que se apresentam a vocês disfarçados de ovelhas, mas por dentro são lobos vorazes.
16 פון זייערע פירות זאלט איר זיי דערקענען. צי קלויבט מען דען וויינטרויבן פון דערנער, אדער פייגן פון שטעכלקעס?
16 Pelos seus frutos vocês os conhecerão. Por acaso se colhem uvas de espinheiros ou figos de ervas daninhas?
17 אזוי טראגט יעדער גוטער בוים גוטע פירות; דער פארפוילטער בוים אבער גיט ארויס שלעכטע פירות.
17 Assim, toda árvore boa produz frutos bons, porém a árvore má produz frutos maus.
18 א גוטער בוים קען נישט ברענגען קיין שלעכטע פירות, און א פארפוילטער בוים נישט ברענגען קיין גוטע פירות.
18 A árvore boa não pode produzir frutos maus, e a árvore má não pode produzir frutos bons.
19 יעדער בוים, וואס גיט נישט ארויס קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.
19 Toda árvore que não produz bom fruto é cortada e jogada no fogo.
20 דעריבער זאלט איר זיי דערקענען פון זייערע פירות.
20 Assim, pois, pelos seus frutos vocês os conhecerão.
21 נישט יעדער איינער, וואס זאגט צו מיר, האר, האר, וועט אריינגיין אין מלכות השמים, נאר דער, וואס טוט דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
21 — Nem todo o que me diz: “Senhor, Senhor!” entrará no Reino dos Céus, mas aquele que faz a vontade de meu Pai, que está nos céus.
22 א סך וועלן זאגן צו מיר אין יענעם טאג: האר, האר, צי האבן מיר דען נישט אין דיין נאמען נבואות געזאגט, און אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און אין דיין נאמען געטאן א סך וואונדער?
22 Muitos, naquele dia, vão me dizer: “Senhor, Senhor, nós não profetizamos em seu nome? E em seu nome não expulsamos demônios? E em seu nome não fizemos muitos milagres?”
23 און דעמאלט וועל איך מודה זיין פאר זיי: איך האב אייך קיינמאל נישט געקענט; אוועק פון מיר, איר, וואס טוט רשעות.
23 Então lhes direi claramente: “Eu nunca conheci vocês. Afastem-se de mim, vocês que praticam o mal.”
24 דעריבער יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי, וועט זיין געגליכן צו א מאן א חכם, וואס האט געבויט זיין הויז אויף דעם פעלדזן.
24 — Todo aquele, pois, que ouve estas minhas palavras e as pratica será comparado a um homem prudente que construiu a sua casa sobre a rocha.
25 און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן אנגעגריפן יענע הויז; און עס איז נישט איינגעפאלן; מחמת עס איז געווען געגרינדעט אויף דעם פעלדזן.
25 Caiu a chuva, transbordaram os rios, sopraram os ventos e bateram com força contra aquela casa, e ela não desabou, porque tinha sido construída sobre a rocha.
26 און יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי נישט, וועט זיין געגליכן צו א מאן א נאר, וואס האט געבויט זיין הויז אויפן זאמד.
26 E todo aquele que ouve estas minhas palavras e não as pratica será comparado a um homem insensato que construiu a sua casa sobre a areia.
27 און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן געשטויסן אויף יענעם הויז; און עס איז איינגעפאלן, און דער צואמענברוך דערפון איז געווען גרויס.
27 Caiu a chuva, transbordaram os rios, sopraram os ventos e bateram com força contra aquela casa, e ela desabou, sendo grande a sua ruína.
28 און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האבן די המונים מענטשן געשטוינט איבער זיין לערנונג.
28 Quando Jesus acabou de proferir estas palavras, as multidões estavam maravilhadas com a sua doutrina,
29 מחמת ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי זייערע סופרים.
29 porque ele as ensinava como quem tem autoridade, e não como os escribas.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 7, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.