Mateus 5

ydd (YDD) vs NTLH

Sair da comparação
NTLH Nova Tradução na Linguagem de Hoje 2000
1 און זעענדיק די המונים מענטשן, איז ער ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג; און ווען ער האט זיך אנידערגעזעצט זענען זיינע תלמידים געקומען צו אים.
1 Quando Jesus viu aquelas multidões, subiu um monte e sentou-se. Os seus discípulos chegaram perto dele,
2 און ער האט אויפגעעפנט זיין מויל און זיי געלערנט, זאגנדיק:
2 e ele começou a ensiná-los. Jesus disse:
3 וואויל איז די ארעמע אין גייסט;
3 — Felizes as pessoas que sabem que são
4 וואויל איז די טרויערנדיקע;
4 — Felizes as pessoas que choram,
5 וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין;
5 — Felizes as pessoas humildes,
6 וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט;
6 — Felizes as pessoas que têm fome e sede
7 וואויל איז די בעלי רחמים;
7 — Felizes as pessoas que têm misericórdia
8 וואויל איז די, וואס זענען ריין אין הארצן;
8 — Felizes as pessoas que têm o coração puro,
9 וואויל איז די, וואס מאכן שלום;
9 — Felizes as pessoas que trabalham pela paz,
10 וואויל איז די, וואס ווערן פארפאלגט צוליב גערעכטיקייט;
10 — Felizes as pessoas que sofrem perseguições
11 וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר.
11 — Felizes são vocês quando os insultam, perseguem e dizem todo tipo de calúnia contra vocês por serem meus seguidores.
12 פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.
12 Fiquem alegres e felizes, pois uma grande recompensa está guardada no céu para vocês. Porque foi assim mesmo que perseguiram os
13 איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער דאס זאלץ זאל פארלירן זיין טעם, מיט וואס וועט עס געזאלצן ווערן? עס טויג מער צו גארנישט, אחוץ ארויסגעווארפן און פון לייטן געטרעטן צו ווערן.
13 — Vocês são o sal para a humanidade; mas, se o sal perde o gosto, deixa de ser sal e não serve para mais nada. É jogado fora e pisado pelas pessoas que passam.
14 איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט, וואס ליגט אויף א בארג, קען נישט בלייבן פארבארגן.
14 — Vocês são a luz para o mundo. Não se pode esconder uma cidade construída sobre um monte.
15 מען ליכטבענטשן אויך נישט אויף א ליכט, און שטעלט עס אונטער דעם מאסשעפל, נאר אויף דעם לייכטער; און עס לויכט אלעמען אין הויז.
15 Ninguém acende uma lamparina para colocá-la debaixo de um cesto. Pelo contrário, ela é colocada no lugar próprio para que ilumine todos os que estão na casa.
16 אָט אזוי זאל אייער ליכט שיינען פאר מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע מעשים טובים, און אפגעבן א לויב צו אייער פאטער, וואס איז אין הימל.
16 Assim também a luz de vocês deve brilhar para que os outros vejam as coisas boas que vocês fazem e louvem o Pai de vocês, que está no céu.
17 איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען צו צעשטערן די תורה אדער די נביאים; איך בין נישט געקומען צו צעשטערן, נאר ממלא צו זיין.
17 — Não pensem que eu vim para acabar com a
18 מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען.
18 Eu afirmo a vocês que isto é verdade: enquanto o céu e a terra durarem, nada será tirado da Lei — nem a menor letra, nem qualquer acento. E assim será até o fim de todas as coisas.
19 דעריבער ווער עס וועט צעשטערן איינע פון די דאזיקע קלענסטע מצוות, און וועט אָט אזוי לערנען די מענטשן, דער וועט הייסן קלענסטער אין דעם מלכות השמים; ווער אבער עס וועט זיי טאן און לערנען, דער וועט הייסן גרויס אינם מלכות השמים.
19 Portanto, qualquer um que desobedecer ao menor mandamento e ensinar os outros a fazerem o mesmo será considerado o menor no
20 מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.
20 Pois eu afirmo a vocês que só entrarão no Reino do Céu se forem mais fiéis em fazer a vontade de Deus do que os
21 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: דו זאלסט נישט טייטן; ווער אבער עס טייט, איז חייב צום משפט.
21 — Vocês ouviram o que foi dito aos seus antepassados: “Não mate. Quem matar será julgado.”
22 איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום.
22 Mas eu lhes digo que qualquer um que ficar com raiva do seu irmão será julgado. Quem disser ao seu irmão: “Você não vale nada” será julgado pelo tribunal. E quem chamar o seu irmão de idiota estará em perigo de ir para o fogo do inferno.
23 דעריבער ווען דו ברענגסט דיין קרבן צו דעם מזבח, און דארטן דערמאנסטו דיך, אז דיין ברודער האט עפעס קעגן דיר,
23 Portanto, se você estiver oferecendo no altar a sua oferta a Deus e lembrar que o seu irmão tem alguma queixa contra você,
24 זאלסטו דארטן איבערלאזן דיין קרבן פאר דעם מזבח, און גיי קודם כל אהין, רעד זיך דורך מיט דיין ברודער, און דאן קום און זיי מקריב דיין קרבן.
24 deixe a sua oferta ali, na frente do altar, e vá logo fazer as pazes com o seu irmão. Depois volte e ofereça a sua oferta a Deus.
25 ווער משווה מיט דיין קעגנער געשווינט, בשעת דו ביסט נאך מיט אים אויפן וועג; טאמער וועט דיין קעגנער דיך איבערגעבן צום שופט, און דער שופט צום שוטר, און דו וועסט געווארפן ווערן אין תפיסה אריין.
25 — Se alguém fizer uma acusação contra você e levá-lo ao tribunal, entre em acordo com essa pessoa enquanto ainda é tempo, antes de chegarem lá. Porque, depois de chegarem ao tribunal, você será entregue ao juiz, o juiz o entregará ao carcereiro, e você será jogado na cadeia.
26 באמת זאג איך דיר, דו וועסט פון דארטן בשום אופן נישט ארויסקומען, ביז דו באצאלסט נישט די לעצטע פרוטה!
26 Eu afirmo a você que isto é verdade: você não sairá dali enquanto não pagar a multa toda.
27 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: זאלסט נישט נואפן!
27 — Vocês ouviram o que foi dito: “Não cometa adultério.”
28 איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן.
28 Mas eu lhes digo: quem olhar para uma mulher e desejar possuí-la já cometeu adultério no seu coração.
29 און אויב דיין רעכט אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס, און ווארף עס אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל געווארפן ווערן אין גיהנום אריין.
29 Portanto, se o seu olho direito faz com que você peque, arranque-o e jogue-o fora. Pois é melhor perder uma parte do seu corpo do que o corpo inteiro ser atirado no inferno.
30 און אויב דיין רעכטע האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ, און ווארף זי אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל גיין אין גיהנום אריין.
30 Se a sua mão direita faz com que você peque, corte-a e jogue-a fora. Pois é melhor perder uma parte do seu corpo do que o corpo inteiro ir para o inferno.
31 און עס איז געזאגט געווארן: ווער עס שיידט זיך פון זיין ווייב, זאל ער איר געבן א גט.
31 — Foi dito também: “Quem mandar a sua esposa embora deverá dar a ela um documento de divórcio.”
32 איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס שיידט זיך פון זיין ווייב, אחוץ צוליב א פאל פון זנות, מאכט ער זי מזנה צו זיין. און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה.
32 Mas eu lhes digo: todo homem que mandar a sua esposa embora, a não ser em caso de adultério, será culpado de fazer com que ela se torne adúltera, se ela casar de novo. E o homem que casar com ela também cometerá adultério.
33 ווידער האט איר געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: זאלסט נישט שווערן פאלש, זאלסט אבער אפצאלן דיינע שבועות צום האר (ג‑ט).
33 — Vocês ouviram o que foi dito aos seus antepassados: “Não quebre a sua promessa, mas cumpra o que você jurou ao Senhor que ia fazer.”
34 איך אבער זאג אייך, שווערט לגמרי נישט; נישט ביים הימל, ווייל עס איז ה׳ס כסא הכבוד.
34 Mas eu lhes digo: não jurem de jeito nenhum. Não jurem pelo céu, pois é o trono de Deus;
35 נישט ביי דער ערד, ווייל זי איז א פוסבענקל פאר זיינע פיס; נישט ביי ירושלים, ווייל דאס איז די שטאט פון דעם גרויסן מלך.
35 nem pela terra, pois é o estrado onde ele descansa os seus pés; nem por Jerusalém, pois é a cidade do grande Rei.
36 זאלסט אויך נישט שווערן ביי דיין קאפ, ווייל דו קענסט נישט קיין איינציקע האר ווייס אדער שווארץ מאכן.
36 Não jurem nem mesmo pela sua cabeça, pois vocês não podem fazer com que um só fio dos seus cabelos fique branco ou preto.
37 נאר זאל אייער ווארט זיין; יא, יא; ניין, ניין! און וואס איז מער ווי די דאזיקע איז פונם בייזן.
37 Que o “sim” de vocês seja sim, e o “não”, não, pois qualquer coisa a mais que disserem vem do Maligno .
38 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: אן אויג פאר אן אויג, און א צאן פאר א צאן;
38 — Vocês ouviram o que foi dito: “Olho por olho, dente por dente.”
39 איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו.
39 Mas eu lhes digo: não se vinguem dos que fazem mal a vocês. Se alguém lhe der um tapa na cara, vire o outro lado para ele bater também.
40 און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד.
40 Se alguém processar você para tomar a sua
41 און ווער עס צווינגט דיך צו גיין א מייל, גיי מיט אים צוויי.
41 Se um dos soldados estrangeiros forçá-lo a carregar uma carga um quilômetro, carregue-a dois quilômetros.
42 גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק.
42 Se alguém lhe pedir alguma coisa, dê; e, se alguém lhe pedir emprestado, empreste.
43 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, און האסן דיין שונא;
43 — Vocês ouviram o que foi dito: “Ame os seus amigos e odeie os seus inimigos.”
44 איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך;
44 Mas eu lhes digo: amem os seus inimigos e orem pelos que perseguem vocês,
45 כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים.
45 para que vocês se tornem filhos do Pai de vocês, que está no céu. Porque ele faz com que o sol brilhe sobre os bons e sobre os maus e dá chuvas tanto para os que fazem o bem como para os que fazem o mal.
46 מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע?
46 Se vocês amam somente aqueles que os amam, por que esperam que Deus lhes dê alguma recompensa? Até os cobradores de impostos amam as pessoas que os amam!
47 און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע?
47 Se vocês falam somente com os seus amigos, o que é que estão fazendo de mais? Até os pagãos fazem isso!
48 דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.
48 Portanto, sejam perfeitos, assim como é perfeito o Pai de vocês, que está no céu.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 5, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.