Mateus 27
ydd (YDD) vs VC
1 און צומארגנס אינדערפרי האבן אלע הויפט כהנים און זקנים פון פאלק אנגענומען א באשלוס קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן;
1 Chegando a manhã, todos os príncipes dos sacerdotes e os anciãos do povo reuniram-se em conselho para entregar Jesus à morte.
2 און האבן אים געבונדן, און אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן, דעם גובערנאטאר.
2 Ligaram-no e o levaram ao governador Pilatos.
3 דעמאלט אז יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט געזען, דאס ער איז פארמשפט געווארן, האט ער חרטה געהאט, און אומגעקערט די דרייסיק שטיק זילבער צו די הויפט כהנים און זקנים,
3 Judas, o traidor, vendo-o então condenado, tomado de remorsos, foi devolver aos príncipes dos sacerdotes e aos anciãos as trinta moedas de prata,
4 אזוי צו זאגן: איך האב געזינדיקט, פארראטנדיק אומשולדיק בלוט! זיי אבער האבן געזאגט: וואס גייט דאס אונדז אָן? זארג דו וועגן דעם!
4 dizendo-lhes: Pequei, entregando o sangue de um justo. Responderam-lhe: Que nos importa? Isto é lá contigo!
5 און ער האט א ווארף געטאן די זילבער שטיק אין היכל אריין, און איז אוועק! און איז געגאנגען און האט זיך אויפגעהאנגען.
5 Ele jogou então no templo as moedas de prata, saiu e foi enforcar-se.
6 און די הויפט כהנים האבן גענומען די זילבער שטיק, און געזאגט: מען טאר זיי נישט אריינלייגן אין דעם אוצר הקרבנות, ווייל עס איז בלוט געלט.
6 Os príncipes dos sacerdotes tomaram o dinheiro e disseram: Não é permitido lançá-lo no tesouro sagrado, porque se trata de preço de sangue.
7 און נאך דעם ווי זיי האבן זיך באראטן, האבן זיי דערמיט געקויפט דעם טעפערס פעלד, א קבורה פאר די גרים.
7 Depois de haverem deliberado, compraram com aquela soma o campo do Oleiro, para que ali se fizesse um cemitério de estrangeiros.
8 דערפאר הייסט יענץ פעלד דאס בלוט פעלד ביז צום היינטיקן טאג.
8 Esta é a razão por que aquele terreno é chamado, ainda hoje, Campo de Sangue.
9 דעמאלט איז דערפילט געווארן, וואס עס איז געווארן געזאגט דורך ירמיהו הנביא, אזוי צו זאגן: און זיי האבן גענומען די דרייסיק שטיק זילבער, דעם ווערט פון דעם געשעצטן, וועמען זיי האבן געשאצט, פון די קינדער ישראל;
9 Assim se cumpriu a profecia do profeta Jeremias: Eles receberam trinta moedas de prata, preço daquele cujo valor foi estimado pelos filhos de Israel;
10 און האבן זיי געגעבן פאר דעם טעפערס פעלד, לויט ווי דער האר האט מיר געבאטן.
10 e deram-no pelo campo do Oleiro, como o Senhor me havia prescrito.
11 און יהושע/ישוע איז געשטעלט געווארן פאר דעם גובערנאטאר, און דער גובערנאטאר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און יהושע/ישוע האט געזאגט; דו זאגסט עס!
11 Jesus compareceu diante do governador, que o interrogou: És o rei dos judeus? Sim, respondeu-lhe Jesus.
12 און ווען ער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די הויפט כהנים און זקנים, האט ער גארנישט געענטפערט.
12 Ele, porém, nada respondia às acusações dos príncipes dos sacerdotes e dos anciãos.
13 דעמאלט זאגט פילאטוס צו אים: דו הערסט נישט, וואס זיי זאגן אלץ אויס קעגן דיר?
13 Perguntou-lhe Pilatos: Não ouves todos os testemunhos que levantam contra ti?
14 און ער האט אים נישט געענטפערט, אפילו נישט אויף איין איינציק ווארט, אזוי, אז דער גובערנאטאר האט זיך זייער געוואונדערט.
14 Mas, para grande admiração do governador, não quis responder a nenhuma acusação.
15 און אויף יעדן יום טוב איז דער גובערנאטאר געווען געוואוינט צו באפרייען פאר דעם פאלק איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן געוואלט.
15 Era costume que o governador soltasse um preso a pedido do povo em cada festa de Páscoa.
16 און זיי האבן דעמאלט געהאט א גוט באקאנטן געפאנגענעם, וואס האט געהייסן בר‑אבא.
16 Ora, havia naquela ocasião um prisioneiro famoso, chamado Barrabás.
17 דעריבער ווען זיי האבן זיך פארזאמלט, האט פילאטוס צו זיי געזאגט: וועמען ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען, בר‑אבאן אדער יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח?
17 Pilatos dirigiu-se ao povo reunido: Qual quereis que eu vos solte: Barrabás ou Jesus, que se chama Cristo?
18 מחמת ער האט געוואוסט, אז צוליב קנאה האבן זיי אים איבערגעגעבן.
18 {Ele sabia que tinham entregue Jesus por inveja.}
19 און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים!
19 Enquanto estava sentado no tribunal, sua mulher lhe mandou dizer: Nada faças a esse justo. Fui hoje atormentada por um sonho que lhe diz respeito.
20 די הויפט כהנים אבער און די זקנים האבן איבערגערעדט די המונים מענטשן, אז זיי זאלן פארלאנגען בר‑אבאן, יהושען/ישוען אבער צו לאזן אומברענגען.
20 Mas os príncipes dos sacerdotes e os anciãos persuadiram o povo que pedisse a libertação de Barrabás e fizesse morrer Jesus.
21 און דער גובערנאטאר האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: וועלכן פון די ביידע ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען? און זיי האבן געזאגט: בר‑אבאן!
21 O governador tomou então a palavra: Qual dos dois quereis que eu vos solte? Responderam: Barrabás!
22 זאגט פילאטוס צו זיי: און וואס זאל איך טאן מיט יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח? זאגן אלע: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים!
22 Pilatos perguntou: Que farei então de Jesus, que é chamado o Cristo? Todos responderam: Seja crucificado!
23 און ער האט געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים!
23 O governador tornou a perguntar: Mas que mal fez ele? E gritavam ainda mais forte: Seja crucificado!
24 און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט.
24 Pilatos viu que nada adiantava, mas que, ao contrário, o tumulto crescia. Fez com que lhe trouxessem água, lavou as mãos diante do povo e disse: Sou inocente do sangue deste homem. Isto é lá convosco!
25 און דער גאנצער עולם האט ענטפערנדיק געזאגט; זיין בלוט אויף אונדז, און אויף אונדזערע קינדער!
25 E todo o povo respondeu: Caia sobre nós o seu sangue e sobre nossos filhos!
26 דאן האט ער זיי באפרייט בר‑אבאן; יהושען/ישוען אבער האט ער געלאזט שמייסן און אים איבערגעגעבן, אז ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים ווערן.
26 — ausente —
27 דערנאך האבן דעם גובערנאטארס זעלנער גענומען יהושען/ישוען אין פרעטאריום אריין, און האבן פארזאמלט ארום אים די גאנצע אפטיילונג.
27 Os soldados do governador conduziram Jesus para o pretório e rodearam-no com todo o pelotão.
28 און זיי האבן אים אויסגעטאן, און ארויפגעלייגט אויף אים א פורפור מאנטל.
28 Arrancaram-lhe as vestes e colocaram-lhe um manto escarlate.
29 און געפלאכטן א קרוין פון דערנער און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים געגעבן א רוט אין זיין רעכטער האנט; האבן געבויגן די קני פאר אים, און אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: שלום צו דיר, קעניג פון די יידן!
29 Depois, trançaram uma coroa de espinhos, meteram-lha na cabeça e puseram-lhe na mão uma vara. Dobrando os joelhos diante dele, diziam com escárnio: Salve, rei dos judeus!
30 און האבן געשפיגן אויף אים, און גענומען די רוט און אים געשלאגן אויפן קאפ.
30 Cuspiam-lhe no rosto e, tomando da vara, davam-lhe golpes na cabeça.
31 און ווען זיי האבן געהאט אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דעם מאנטל, און אים אנגעטאן זיינע אייגענע מלבושים, און האבן אים אוועקגעפירט אויפהענגען אויף דער בוים צו ווערן.
31 Depois de escarnecerem dele, tiraram-lhe o manto e entregaram-lhe as vestes. Em seguida, levaram-no para o crucificar.
32 און ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען, האבן זיי געפונען א מענטשן, א מאן פון קירניה, מיט דעם נאמען שמעון; דעם דאזיקן האבן זיי געצוואונגען, אז ער זאל טראגן זיין בוים.
32 Saindo, encontraram um homem de Cirene, chamado Simão, a quem obrigaram a levar a cruz de Jesus.
33 און זענען געקומען צו אן ארט, וואס הייסט גלגלתא, דאס באטייט אן ארט פון א שארבן,
33 Chegaram ao lugar chamado Gólgota, isto é, lugar do crânio.
34 און האבן אים געגעבן צו טרינקען וויין געמישט מיט גאל; און ער האט עס טועם געווען און נישט געוואלט טרינקען.
34 Deram-lhe de beber vinho misturado com fel. Ele provou, mas se recusou a beber.
35 און נאך דעם ווי זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האבן זיי זיך צעטיילט זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל,
35 Depois de o haverem crucificado, dividiram suas vestes entre si, tirando a sorte. Cumpriu-se assim a profecia do profeta: Repartiram entre si minhas vestes e sobre meu manto lançaram a sorte {Sl 21,19}.
36 און האבן זיך אנידערגעזעצט און אים דארט באוואכט.
36 Sentaram-se e montaram guarda.
37 און זיי האבן געזעצט איבער זיין קאפ זיין באשולדיקונג, געשריבן: דאס איז יהושע/ישוע דער קעניג פון די יידן.
37 Por cima de sua cabeça penduraram um escrito trazendo o motivo de sua crucificação: Este é Jesus, o rei dos judeus.
38 צו דער צייט ווערן מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים צוויי גזלנים, איינער פון דער רעכטער זייט, און איינער פון דער לינקער זייט.
38 Ao mesmo tempo foram crucificados com ele dois ladrões, um à sua direita e outro à sua esquerda.
39 און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק מיט זייערע קעפ,
39 Os que passavam o injuriavam, sacudiam a cabeça e diziam:
40 און זאגנדיק; דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טאג, ראטעווע דיך אליין! אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, קום אראפ פון בוים!
40 Tu, que destróis o templo e o reconstróis em três dias, salva-te a ti mesmo! Se és o Filho de Deus, desce da cruz!
41 דעסגלייכן האבן אויך די הויפט כהנים מיט די סופרים און זקנים אפגעשפאט פון אים, און געזאגט:
41 Os príncipes dos sacerdotes, os escribas e os anciãos também zombavam dele:
42 אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן. ער איז דער מלך פון ישראל; זאל ער איצט אראפקומען פון בוים, און מיר וועלן גלויבן אין אים!
42 Ele salvou a outros e não pode salvar-se a si mesmo! Se é rei de Israel, desça agora da cruz e nós creremos nele!
43 ער האט געהאט בטחון אויף ה׳; זאל ער אים איצט מציל זיין, אויב ער וויל אים. ער האט דאך געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער!
43 Confiou em Deus, Deus o livre agora, se o ama, porque ele disse: Eu sou o Filho de Deus!
44 און דאס זעלביקע האבן אויך די גזלנים, וואס זענען אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן מיט אים, אים פארגעווארפן.
44 E os ladrões, crucificados com ele, também o ultrajavam.
45 און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
45 Desde a hora sexta até a nona, cobriu-se toda a terra de trevas.
46 און ארום דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: אלי אלי למה שבקתני! דאס באטייט: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזט?
46 Próximo da hora nona, Jesus exclamou em voz forte: Eli, Eli, lammá sabactáni? - o que quer dizer: Meu Deus, meu Deus, por que me abandonaste?
47 און ווען אייניקע פון די, וואס זענען דארט געשטאנען, האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער רופט אליהון!
47 A estas palavras, alguns dos que lá estavam diziam: Ele chama por Elias.
48 און באלד איז איינער פון זיי געלאפן, און גענומען א שוואם, און זי אנגעפילט מיט עסיק, און ארויפגעטאן אויף א שטעקן, און האט אים געגעבן צו טרינקען.
48 Imediatamente um deles tomou uma esponja, embebeu-a em vinagre e apresentou-lha na ponta de uma vara para que bebesse.
49 די איבריקע אבער האבן געזאגט: ווארט, לאמיר זען, צי אליהו קומט אים ראטעווען.
49 Os outros diziam: Deixa! Vejamos se Elias virá socorrê-lo.
50 און יהושע/ישוע האט נאכאמאל א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און האט אפגעגעבן זיין גייסט.
50 Jesus de novo lançou um grande brado, e entregou a alma.
51 און זע, דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען פון אויבן ביז אראפ; און די ערד האט געציטערט; און די פעלדזן האבן זיך געשפאלטן;
51 E eis que o véu do templo se rasgou em duas partes de alto a baixo, a terra tremeu, fenderam-se as rochas.
52 און די קברים האבן זיך געעפנט; און א סך לייבער פון די איינגעשלאפענע קדושים זענען אויפגעשטאנען;
52 Os sepulcros se abriram e os corpos de muitos justos ressuscitaram.
53 און זענען ארויס פון די קברים נאך זיין תחית המתים און זענען אריינגעקומען אין דער הייליקער שטאט אריין און האבן זיך באוויזן צו א סך.
53 Saindo de suas sepulturas, entraram na Cidade Santa depois da ressurreição de Jesus e apareceram a muitas pessoas.
54 און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!
54 O centurião e seus homens que montavam guarda a Jesus, diante do estremecimento da terra e de tudo o que se passava, disseram entre si, possuídos de grande temor: Verdadeiramente, este homem era Filho de Deus!
55 און דארט זענען געווען א סך פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, וועלכע האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען פון גליל, באדינענדיק אים;
55 Havia ali também algumas mulheres que de longe olhavam; tinham seguido Jesus desde a Galiléia para o servir.
56 צווישן זיי איז געווען מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב און יוסי, און די מוטער פון זבדיס קינדער.
56 Entre elas se achavam Maria Madalena e Maria, mãe de Tiago e de José, e a mãe dos filhos de Zebedeu.
57 און ווען עס איז געווארן אוונט, איז געקומען א רייכער מאן פון הרמתים, זיין נאמען איז געווען יוסף, וואס איז אליין אויך געווען ישועס תלמיד.
57 À tardinha, um homem rico de Arimatéia, chamado José, que era também discípulo de Jesus,
58 דער דאזיקער איז געגאנגען צו פילאטוסן, און האט באגערט ישועס קערפער. דעמאלט האט פילאטוס באפוילן, אז עס זאל אים געגעבן ווערן.
58 foi procurar Pilatos e pediu-lhe o corpo de Jesus. Pilatos cedeu-o.
59 און יוסף האט גענומען דעם קערפער, און אים איינגעוויקלט אין א ריין ליילעך,
59 José tomou o corpo, envolveu-o num lençol branco
60 און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען.
60 e o depositou num sepulcro novo, que tinha mandado talhar para si na rocha. Depois rolou uma grande pedra à entrada do sepulcro e foi-se embora.
61 עס איז אבער דארטן געווען מרים פון מגדלה, און די אנדערע מרים, וועלכע האבן זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם קבר.
61 Maria Madalena e a outra Maria ficaram lá, sentadas defronte do túmulo.
62 און צומארגנס, וואס איז נאך ערב שבת, האבן די הויפט כהנים און די פרושים זיך פארזאמלט ביי פילאטוסן,
62 No dia seguinte - isto é, o dia seguinte ao da Preparação -, os príncipes dos sacerdotes e os fariseus dirigiram-se todos juntos à casa de Pilatos.
63 און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.
63 E disseram-lhe: Senhor, nós nos lembramos de que aquele impostor disse, enquanto vivia: Depois de três dias ressuscitarei.
64 באפעל זשע, אז דאס קבר זאל געהאלטן ווערן זיכער ביז צום דריטן טאג, טאמער וועלן די תלמידים קומען און אים אוועקגנבענען, און זאגן דעם פאלק: ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דער לעצטער באטרוג וועט זיין ערגער פונם ערשטן.
64 Ordena, pois, que seu sepulcro seja guardado até o terceiro dia. Os seus discípulos poderiam vir roubar o corpo e dizer ao povo: Ressuscitou dos mortos. E esta última impostura seria pior que a primeira.
65 האט פילאטוס צו זיי געזאגט: איר זאלט האבן א וואך! גייט און מאכט זיכער ווי איר פארשטייט.
65 Respondeu Pilatos: Tendes uma guarda. Ide e guardai-o como o entendeis.
66 און זיי זענען געגאנגען, און האבן פארזיכערט דאס קבר מיט דער וואך, און פארחתמעט דעם שטיין.
66 Foram, pois, e asseguraram o sepulcro, selando a pedra e colocando guardas.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 27, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.