Mateus 26

ydd (YDD) vs NAA

Sair da comparação
NAA Nova Almeida Atualizada 2017
1 און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט אלע די דאזיקע ווערטער, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים:
1 Quando Jesus acabou de proferir estas palavras, disse aos seus discípulos:
2 איר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן.
2 — Vocês sabem que, daqui a dois dias, será celebrada a Páscoa, e o Filho do Homem será entregue para ser crucificado.
3 דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא;
3 Então os principais sacerdotes e os anciãos do povo se reuniram no palácio do sumo sacerdote, chamado Caifás,
4 און זיי האבן זיך באראטן, כדי צו כאפן יהושען/ישוען מיט כיטרעקייט, און אים צו טייטן.
4 e deliberaram prender Jesus, à traição, e matá-lo.
5 נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.
5 Mas diziam: — Não durante a festa, para que não haja tumulto entre o povo.
6 און בשעת יהושע/ישוע איז געווען אין בית‑היני אין שמעון דעם מצורעדיקנס הויז,
6 Quando Jesus estava em Betânia, na casa de Simão, o leproso,
7 איז צוגעקומען צו אים א פרוי, וואס האט געהאט אן אלאבאסטער פלאש מיט זייער טייערן זאלבאייל, און דעם האט זי אויסגעגאסן אויף זיין קאפ, ווען ער איז געזעסן צום טיש.
7 aproximou-se dele uma mulher, trazendo um frasco feito de alabastro com um perfume precioso, que ela derramou sobre a cabeça de Jesus, estando ele à mesa.
8 ווי אבער די תלמידים האבן עס געזען, זענען זיי געווארן בייז, און געזאגט: צו וואס דער דאזיקער שאדן?
8 Vendo isto, os discípulos ficaram indignados e disseram: — Para que este desperdício?
9 מחמת דאס דאזיקע האט מען געקענט טייער פארקויפן, און עס געבן צו ארעמעלייט.
9 Este perfume poderia ter sido vendido por muito dinheiro, para ser dado aos pobres.
10 נאר יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און האט צו זיי געזאגט: וואס פארשאפט איר עגמת נפש דער פרוי? זי האט דאך מיר געטאן א טובה!
10 Mas Jesus, sabendo disto, lhes disse:
11 מחמת די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי אייך, מיך אבער האט איר נישט אלעמאל!
11 Porque os pobres estarão sempre com vocês, mas a mim vocês nem sempre terão.
12 מחמת אויסגיסנדיק דעם דאזיקן זאלבאייל אויף מיין גוף, האט זי עס געטאן צו מיין קבורה.
12 Porque, derramando este perfume sobre o meu corpo, ela o fez para o meu sepultamento.
13 באמת זאג איך אייך: וואו נאר די דאזיקע גוטע בשורה וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט מען אויך זאגן, וואס זי האט געטאן, איר לזכרון!
13 Em verdade lhes digo que, onde for pregado em todo o mundo este evangelho, também será contado o que ela fez, para memória dela.
14 דעמאלט איז געגאנגען איינער פון די צוועלף, וואס האט געהייסן יהודה איש‑קריות, צו די הויפט כהנים,
14 Então um dos doze, chamado Judas Iscariotes, foi falar com os principais sacerdotes.
15 און האט געזאגט: וואס ווילט איר מיר געבן, ווען איך וועל אים איבערגעבן צו אייך? און זיי האבן אים אפגעוואויגן דרייסיק שטיק זילבער.
15 Ele disse: — Quanto me darão para que eu o entregue a vocês? E pagaram-lhe trinta moedas de prata.
16 און פון דעמאלט אן האט ער געזוכט א גוטע געלעגנהייט, כדי ער זאל אים פארראטן.
16 E, desse momento em diante, Judas buscava uma boa ocasião para entregar Jesus.
17 און דעם ערשטן טאג פון חג המצות זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, אזוי צו זאגן: וואו ווילסטו זאלן מיר צוגרייטן פאר דיר צו עסן דאס קרבן פסח?
17 No primeiro dia da Festa dos Pães sem Fermento, os discípulos vieram a Jesus e lhe perguntaram: — Onde quer que façamos os preparativos para que o senhor possa comer a Páscoa?
18 און ער האט געזאגט: גייט אין דער שטאט אריין צו דעם און דעם, און זאגט צו אים: דער רבי זאגט: מיין צייט איז נאענט; ביי דיר וויל איך מאכן פסח מיט מיינע תלמידים.
18 E ele lhes respondeu:
19 און די תלמידים האבן געטאן, ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן; און צוגעגרייט דאס קרבן פסח.
19 E eles fizeram como Jesus lhes havia ordenado e prepararam a Páscoa.
20 און ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער זיך אנידערגעזעצט צום טיש מיט די צוועלף תלמידים.
20 Ao cair da tarde, Jesus pôs-se à mesa com os doze discípulos.
21 און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער געזאגט; באמת זאג איך אייך, אז איינער פון אייך וועט מיך פארראטן!
21 E, enquanto comiam, Jesus disse:
22 און זיי זענען געווארן זייער טרויעריק, און האבן אנגעהויבן, איינער נאכן אנדערן, צו זאגן צו אים: האר, בין איך דאס?
22 E eles, muito entristecidos, começaram um por um a perguntar-lhe: — Por acaso seria eu, Senhor?
23 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס טונקט איין די האנט מיט מיר אין דער קערה, דער דאזיקער וועט מיך פארראטן.
23 Jesus respondeu:
24 דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן.
24 O Filho do Homem vai, como está escrito a seu respeito; mas ai daquele por quem o Filho do Homem está sendo traído! Melhor seria para ele se nunca tivesse nascido!
25 און יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט ענטפערנדיק געזאגט: רבי, בין איך דאס? זאגט ער צו אים: דו האסט עס געזאגט!
25 Então Judas, que o traía, perguntou: — Por acaso sou eu, Mestre? Jesus respondeu:
26 און בשעת זיי האבן געגעסן, האט יהושע/ישוע גענומען ברויט, און האט געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און געזאגט: נעמט, עסט! דאס איז מיין גוף.
26 Enquanto comiam, Jesus pegou um pão, e, abençoando-o, o partiu e deu aos discípulos, dizendo:
27 און ער האט גענומען א כוס, געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי, זאגנדיק: טרינקט אלע דערפון!
27 A seguir, Jesus pegou um cálice e, tendo dado graças, o deu aos seus discípulos, dizendo:
28 מחמת דאס איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע צו דער פארגעבונג פון זינד.
28 porque isto é o meu sangue, o sangue da aliança, derramado em favor de muitos, para remissão de pecados.
29 איך זאג אייך אבער, איך וועל מער נישט טרינקען פון איצט אָן פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל דאס טרינקען מיט אייך ניי אין דעם קעניגרייך פון מיין פאטער.
29 E digo a vocês que, desta hora em diante, nunca mais beberei deste fruto da videira, até aquele dia em que beberei com vocês o vinho novo, no Reino de meu Pai.
30 און זיי האבן אפגעזונגען הלל, און זענען ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
30 E, tendo cantado um hino, saíram para o monte das Oliveiras.
31 דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו זיי: איר אלע וועט געשטרויכלט ווערן אין מיר אין דער דאזיקער נאכט; מחמת עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף פון דער סטאדע וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.)
31 Então Jesus disse aos discípulos:
32 נאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך פארויסגיין פאר אייך קיין גליל.
32 Mas, depois da minha ressurreição, irei adiante de vocês para a Galileia.
33 פעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אפילו ווען אלע וועלן געשטרויכלט ווערן אין דיר, וועל איך מיך קיינמאל נישט שטרויכלען!
33 Mas Pedro, tomando a palavra, disse a Jesus: — Ainda que o senhor venha a ser um tropeço para todos, nunca o será para mim.
34 האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר, אז אין דער דאזיקער נאכט, איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!
34 Mas Jesus lhe disse:
35 זאגט פעטרוס צו אים: און אויב איך זאל מוזן שטארבן מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען! דעסגלייכן האבן אויך אלע תלמידים געזאגט.
35 Pedro insistiu: — Ainda que me seja necessário morrer com o senhor, de modo nenhum o negarei. E todos os discípulos disseram o mesmo.
36 דאן גייט יהושע/ישוע מיט זיי אויף אן ארט, וואס הייסט גת‑שמני, און זאגט צו די תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל אהינגיין דארטן און תפילה טאן.
36 Em seguida, Jesus foi com eles a um lugar chamado Getsêmani. E disse aos discípulos:
37 און ער האט מיטגענומען פעטרוסן און זבדיס ביידע זין, און האט אנגעהויבן צו טרויערן און צו זיין באטריבט.
37 E, levando consigo Pedro e os dois filhos de Zebedeu, começou a sentir-se tomado de tristeza e de angústia.
38 דעמאלט זאגט ער צו זיי: מיין נפש איז טיף באטריבט, ביז צום טויט! בלייבט דא, און וואכט מיט מיר!
38 Então lhes disse:
39 און איז געגאנגען אביסל פארויס, און איז אנידערגעפאלן אויף זיין פנים, האט תפילה געטאן און געזאגט: מיין פאטער אויב עס איז מעגלעך, זאל אוועקגיין פון מיר דער דאזיקער בעכער; דאך נישט ווי איך וויל, נאר ווי דו!
39 E, adiantando-se um pouco, prostrou-se sobre o seu rosto, orando e dizendo:
40 און ער גייט צו צו די תלמידים, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: אזוי, איר האט נישט געקענט וואכן מיט מיר איין שעה?
40 E, voltando para os discípulos, achou-os dormindo. E disse a Pedro:
41 האלט וואך און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון! דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש אבער איז שוואך.
41 Vigiem e orem, para que não caiam em tentação; o espírito, na verdade, está pronto, mas a carne é fraca.
42 ווידער איז ער צום צווייטן מאל אוועקגעגאנגען, און האט תפילה געטאן, אזוי צו זאגן: מיין פאטער, אויב דאס דאזיקע קען נישט פארבייגיין, אחוץ איך זאל עס טרינקען, זאל דיין רצון געשען!
42 Retirando-se pela segunda vez, orou de novo, dizendo:
43 און ער איז געקומען און האט זיי ווידער געפונען שלאפן; מחמת זייערע אויגן זענען געווען שווער.
43 E, voltando, achou-os outra vez dormindo; porque os olhos deles estavam pesados.
44 און ער האט זיי איבערגעלאזט, איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן צום דריטן מאל, זאגנדיק נאכאמאל די זעלביקע ווערטער.
44 Deixando-os novamente, foi orar pela terceira vez, repetindo as mesmas palavras.
45 דאן גייט ער צו צו די תלמידים, און זאגט צו זיי: איר שלאפט נאך אלץ, און רוט? זע, די שעה האט זיך דערנענטערט, און דער בר אנש ווערט פארראטן אין די הענט פון חוטאים!
45 Então voltou para os discípulos e lhes disse:
46 שטייט אויף, לאמיר גיין! זע, דער וואס פארראט מיך איז נאענט!
46 Levantem-se, vamos embora! Eis que o traidor se aproxima.
47 און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געקומען און מיט אים א גרויסער המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און זקנים פון פאלק.
47 E enquanto Jesus ainda falava, eis que chegou Judas, um dos doze, e, com ele, grande multidão com espadas e porretes, vinda da parte dos principais sacerdotes e dos anciãos do povo.
48 דער אבער, וואס האט אים פארראטן, האט זיי געגעבן א צייכן, און געזאגט: וועמען איך וועל געבן א קוש, דער איז עס, כאפט אים!
48 Ora, o traidor tinha dado a eles um sinal: “Aquele que eu beijar, é esse; prendam-no.”
49 און גלייך איז ער צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: שלום, רבי! און האט אים געקושט.
49 E logo, aproximando-se de Jesus, Judas disse: — Salve, Mestre! E o beijou.
50 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: פריינד, צו וואס ביסטו געקומען? דעמאלט זענען זיי צוגעגאנגען און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף יהושען/ישוען, און אים גענומען.
50 Jesus, porém, lhe disse: Nisto, aproximando-se eles, agarraram Jesus e o prenderam.
51 און זע, איינער פון די, וואס זענען געווען מיט יהושען/ישוען, האט אויסגעשטרעקט די האנט, און ארויסגעצויגן זיין שווערד, און האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער.
51 E eis que um dos que estavam com Jesus, estendendo a mão, sacou da espada e, golpeando o servo do sumo sacerdote, cortou-lhe a orelha.
52 דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: קער אום דיין שווערד אויף איר ארט! מחמת אלע, וואס נעמען א שווערד, וועלן אומקומען מיט דער שווערד.
52 Então Jesus lhe disse:
53 אדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים?
53 Ou você acha que não posso pedir a meu Pai, e ele me mandaria neste momento mais de doze legiões de anjos?
54 און וויאזוי זשע וואלטן די כתבי (הקודש) געקענט דערפילט ווערן, אז אָט אזוי מוז עס געשען?
54 Mas como, então, se cumpririam as Escrituras, que dizem que assim deve acontecer?
55 אין יענער שעה האט יהושע/ישוע געזאגט צו די המונים מענטשן: ווי אנטקעגן א גזלן זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען, מיך צו כאפן. טאג אויס טאג איין בין איך געזעסן אין בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט גענומען.
55 Naquele momento, Jesus disse às multidões:
56 דאס אלץ אבער איז געשען, כדי די שריפטן פון די נביאים זאלן דערפילט ווערן. דעמאלט האבן אלע תלמידים אים פארלאזט, און זענען אנטלאפן.
56 Tudo isto, porém, aconteceu para que se cumprissem as Escrituras dos profetas. Então todos os discípulos o deixaram e fugiram.
57 און די, וואס האבן גענומען יהושען/ישוען, האבן אים אוועקגעפירט צו קיפא, דעם כהן גדול, וואו די סופרים און די זקנים זענען געווען פארזאמלט.
57 E os que prenderam Jesus o levaram à casa de Caifás, o sumo sacerdote, onde se haviam reunido os escribas e os anciãos.
58 און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס ביז צום הויף פון כהן גדול, און איז אריינגעגאנגען אינעווייניק, און זיך אנידערגעזעצט מיט די שומרים, צו זען דעם סוף.
58 Pedro o seguia de longe até o pátio do sumo sacerdote. E, tendo entrado, assentou-se entre os servos, para ver como aquilo ia terminar.
59 און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט א פאלש עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי זיי זאלן אים קענען טייטן;
59 E os principais sacerdotes e todo o Sinédrio procuravam algum testemunho falso contra Jesus, a fim de o condenarem à morte.
60 און האבן נישט געפונען, הגם א סך פאלשע עדות זענען געקומען. צולעצט אבער זענען געקומען צוויי,
60 E não acharam, apesar de terem sido apresentadas muitas testemunhas falsas. Mas, afinal, compareceram duas, afirmando:
61 און האבן געזאגט: דער דאזיקער האט געזאגט: איך בין בכוח צו צעשטערן דעם היכל פון ה׳, און אים אויפצובויען אין דריי טאג.
61 — Este disse: “Posso destruir o santuário de Deus e reconstruí-lo em três dias.”
62 און דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט צו אים: דו ענטפערסט גארנישט? וואס איז דאס, וואס זיי זאגן עדות קעגן דיר?
62 E, levantando-se o sumo sacerdote, perguntou a Jesus: — Você não diz nada em resposta ao que estes depõem contra você?
63 יהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער!
63 Jesus, porém, guardou silêncio. E o sumo sacerdote lhe disse: — Eu exijo que nos diga, tendo o Deus vivo por testemunha, se você é o Cristo, o Filho de Deus.
64 זאגט יהושע/ישוע צו אים: דו האסט עס געזאגט! דאך זאג איך אייך: פון איצט אָן וועט איר זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען אויף די וואלקנס פון הימל! (תהלים קי, א; דניאל ז, יג-יד.)
64 Jesus respondeu:
65 דעמאלט האט דער כהן גדול צעריסן זיינע קליידער, זאגנדיק: ער האט געלעסטערט; וואס דארפן מיר נאך האבן עדות? זע, איר האט איצט געהערט די לעסטערונג.
65 Então o sumo sacerdote rasgou as suas vestes e disse: — Blasfemou! Por que ainda precisamos de testemunhas? Eis que agora mesmo vocês ouviram a blasfêmia!
66 וואס מיינט איר? און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: ער איז חייב מיתה.
66 O que vocês acham? E eles responderam: — É réu de morte.
67 דאן האבן זיי אים געשפיגן אין פנים אריין און האבן אים געשלאגן מיט די פויסטן;
67 Então alguns cuspiram no rosto de Jesus e bateram nele. E outros o esbofeteavam, dizendo:
68 אנדערע האבן אים געגעבן פעטש, און געזאגט: משיח, זאג נבואות צו אונדז! ווער איז עס, וואס האט דיך געשלאגן?
68 — Profetize para nós, ó Cristo! Quem foi que bateu em você?
69 און פעטרוס איז געזעסן אינדרויסן אויפן הויף. און א דינסטמויד איז צוגעקומען צו אים, און האט געזאגט: אויך דו ביסט געווען מיט יהושע/ישוע הגלילי!
69 Pedro estava sentado fora no pátio. Uma empregada se aproximou e lhe disse: — Você também estava com Jesus, o galileu.
70 ער אבער האט עס געלייקנט פאר אלעמען, אזוי צו זאגן: איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט!
70 Mas ele negou diante de todos e disse: — Não sei o que você está dizendo.
71 און איז ארויסגעגאנגען צום פאדערהויז, און אן אנדערע האט אים דערזען, און זאגט צו די מענטשן דארטן: דער דאזיקער איז געווען מיט יהושע/ישוע פון נצרת!
71 Quando se dirigia para a porta, Pedro foi visto por outra empregada, que disse aos que estavam ali: — Este também estava com Jesus, o Nazareno.
72 און נאכאמאל האט ער עס געלייקנט מיט א שבועה: איך קען נישט דעם מענטשן!
72 E ele negou outra vez, com juramento: — Não conheço esse homem.
73 און נאך א קליינער וויילע זענען צוגעקומען די, וואס זענען דארט געשטאנען, און האבן געזאגט צו פעטרוסן: עס איז אמת, אויך דו ביסט איינער פון זיי; מחמת אפילו דיין ארט רעדן פארראט דיך.
73 Pouco depois, aproximando-se os que estavam ali, disseram a Pedro: — Com certeza você também é um deles, porque o seu modo de falar o denuncia.
74 דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו שעלטן און שווערן: איך קען נישט דעם מענטשן! און גלייך האט א האן געקרייט.
74 Então ele começou a praguejar e a jurar: — Não conheço esse homem! E no mesmo instante o galo cantou.
75 און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון יהושע/ישוע, וואס ער האט אים געהאט געזאגט: איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט ביטער געוויינט.
75 Então Pedro se lembrou da palavra que Jesus lhe tinha dito: “Antes que o galo cante, você me negará três vezes.” E Pedro, saindo dali, chorou amargamente.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 26, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.