Mateus 24
ydd (YDD) vs ACF
1 און יהושע/ישוע איז ארויסגעגאנגען פון בית המקדש, און איז אוועקגעגאנגען; און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען צו אים, כדי אים צו ווייזן די בנינים פון בית המקדש.
1 E, quando Jesus ia saindo do templo, aproximaram-se dele os seus discípulos para lhe mostrarem a estrutura do templo.
2 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר זעט דאס אלץ? באמת זאג איך אייך, עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן!
2 Jesus, porém, lhes disse: Não vedes tudo isto? Em verdade vos digo que não ficará aqui pedra sobre pedra que não seja derrubada.
3 און ווען ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, בשעת זיי זענען געווען אליין, און האבן געזאגט: זאג אונדז, ווען וועט דאס געשען, און וואס וועט זיין דאס אות פון דיין קומען, און פון דעם קץ פון דער וועלט?
3 E, estando assentado no Monte das Oliveiras, chegaram-se a ele os seus discípulos em particular, dizendo: Dize-nos, quando serão essas coisas, e que sinal haverá da tua vinda e do fim do mundo?
4 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: זעט, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן!
4 E Jesus, respondendo, disse-lhes: Acautelai-vos, que ninguém vos engane;
5 מחמת א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, אזוי צו זאגן: איך בין דער משיח; און פארפירן א סך.
5 Porque muitos virão em meu nome, dizendo: Eu sou o Cristo; e enganarão a muitos.
6 און איר וועט הערן פון מלחמות און שמועות פון מלחמות; גיט אכטונג, דערשרעקט זיך נישט; מחמת דאס מוז געשען, נאר עס איז נאך נישט דער קץ.
6 E ouvireis de guerras e de rumores de guerras; olhai, não vos assusteis, porque é mister que isso tudo aconteça, mas ainda não é o fim.
7 מחמת א פאלק וועט זיך אויפהויבן קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה; און עס וועלן זיין הונגער נויטן און ערדציטערנישן אויף פארשיידענע ערטער.
7 Porquanto se levantará nação contra nação, e reino contra reino, e haverá fomes, e pestes, e terremotos, em vários lugares.
8 דאס אלץ אבער איז דער אנהויב פון די ווייען.
8 Mas todas estas coisas são o princípio de dores.
9 דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען.
9 Então vos hão de entregar para serdes atormentados, e matar-vosão; e sereis odiados de todas as nações por causa do meu nome.
10 און דעמאלט וועלן א סך שטרויכלען, און פארראטן איינס דאס אנדערע, און זיך האסן איינס דאס אנדערע.
10 Nesse tempo muitos serão escandalizados, e trair-se-ão uns aos outros, e uns aos outros se odiarào.
11 און עס וועלן אויפשטיין פיל פאלשע נביאים, און פארפירן א סך.
11 E surgirão muitos falsos profetas, e enganarão a muitos.
12 און דורך דעם וואס אומגערעכטיקייט וועט זיך פארפילפאכן, וועט די ליבע פון א סך זיך אפקילן.
12 E, por se multiplicar a iniqüidade, o amor de muitos esfriará.
13 ווער אבער עס האלט אויס ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
13 Mas aquele que perseverar até ao fim, esse será salvo.
14 און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.
14 E este evangelho do reino será pregado em todo o mundo, em testemunho a todas as nações, e então virá o fim.
15 דעריבער ווען איר זעט די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג, וואס איז געזאגט געווארן דורך דניאל הנביא, שטיין אויף דעם מקום קדוש—זאל דער לייענער פארשטיין! (דניאל יב, יא.)—
15 Quando, pois, virdes que a abominação da desolação, de que falou o profeta Daniel, está no lugar santo; quem lê, entenda;
16 דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג;
16 Então, os que estiverem na Judéia, fujam para os montes;
17 דער, וואס איז אויפן דאך, זאל נישט אראפגיין נעמען עפעס פון זיין הויז;
17 E quem estiver sobre o telhado não desça a tirar alguma coisa de sua casa;
18 און דער, וואס איז אין פעלד, זאל זיך נישט אומקערן צוריק, צו נעמען זיין בגד.
18 E quem estiver no campo não volte atrás a buscar as suas vestes.
19 אבער וויי איז צו די מעוברתדיקע און צו די אנזויגערינס אין יענע טעג!
19 Mas ai das grávidas e das que amamentarem naqueles dias!
20 און טוט תפילה, אז אייער אנטרינונג זאל נישט געשען אין ווינטער, און נישט שבת.
20 E orai para que a vossa fuga não aconteça no inverno nem no sábado;
21 מחמת עס וועס דעמאלט זיין א גרויסע צרה, וואס אויסגלייכן איז נישט געווען פונם אנהויב פון דער וועלט ביז אצונד,
21 Porque haverá então grande aflição, como nunca houve desde o princípio do mundo até agora, nem tampouco há de haver.
22 און וועט אויך מער נישט זיין. און אויב יענע טעג וואלטן נישט פארקירצט געווארן, וואלט קיין שום בשר (ודם) נישט ניצול געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע וועלן יענע טעג יא פארקירצט ווערן.
22 E, se aqueles dias não fossem abreviados, nenhuma carne se salvaria; mas por causa dos escolhidos serão abreviados aqueles dias.
23 ווען עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע, דא איז דער משיח, אדער: דא! זאלט איר עס נישט גלויבן.
23 Então, se alguém vos disser: Eis que o Cristo está aqui, ou ali, não lhe deis crédito;
24 מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.
24 Porque surgirão falsos cristos e falsos profetas, e farão tão grandes sinais e prodígios que, se possível fora, enganariam até os escolhidos.
25 זע, איך האב עס אייך פארויסגעזאגט.
25 Eis que eu vo-lo tenho predito.
26 ווען זשע זיי וועלן אייך זאגן: זע, ער איז אין דער מדבר; זאלט איר נישט ארויסגיין; זע, (בחדרי) חדרים; גלויבט עס נישט.
26 Portanto, se vos disserem: Eis que ele está no deserto, não saiais. Eis que ele está no interior da casa; não acrediteis.
27 מחמת אזויווי דער בליץ קומט ארויס פון מזרח, און שיינט ביז מערב, אזוי וועט זיין דאס קומען פון דעם בר אנש.
27 Porque, assim como o relâmpago sai do oriente e se mostra até ao ocidente, assim será também a vinda do Filho do homem.
28 נאר וואו דער טויטער קערפער איז דארט וועלן זיך פארזאמלען די אדלערס.
28 Pois onde estiver o cadáver, aí se ajuntarão as águias.
29 און באלד נאך דער צרה פון יענע טעג, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן.
29 E, logo depois da aflição daqueles dias, o sol escurecerá, e a lua não dará a sua luz, e as estrelas cairão do céu, e as potências dos céus serão abaladas.
30 און דעמאלט וועט זיך באווייזן דאס צייכן פון דעם בר אנש אין הימל, און דעמאלט וועלן אלע משפחות פון דער ערד קלאגן, און וועלן זען דעם בר אנש קומען אויף די וואלקנס פון הימל מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג, יד.)
30 Então aparecerá no céu o sinal do Filho do homem; e todas as tribos da terra se lamentarão, e verão o Filho do homem, vindo sobre as nuvens do céu, com poder e grande glória.
31 און ער וועט שיקן זיינע מלאכים מיט א גרויסן שופר, און זיי וועלן איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון איין עק הימל ביז צום אנדערן עק הימל.
31 E ele enviará os seus anjos com rijo clamor de trombeta, os quais ajuntarão os seus escolhidos desde os quatro ventos, de uma à outra extremidade dos céus.
32 און פון דעם פייגנבוים לערנט זיך דאס משל: ווען זיין צווייג ווערט שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאענט.
32 Aprendei, pois, esta parábola da figueira: Quando já os seus ramos se tornam tenros e brotam folhas, sabeis que está próximo o verão.
33 אזוי אויך איר, ווען איר זעט דאס אלץ, זאלט וויסן, אז עס איז נאענט ביי דער טיר.
33 Igualmente, quando virdes todas estas coisas, sabei que ele está próximo, às portas.
34 באמת זאג איך אייך, דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז דאס אלץ וועט געשען;
34 Em verdade vos digo que não passará esta geração sem que todas estas coisas aconteçam.
35 דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,
35 O céu e a terra passarão, mas as minhas palavras não hão de passar.
36 נאר וואס שייך יענעם טאג און שעה ווייסט קיינער נישט, אפילו נישט די מלאכים אין הימל, אויך דער זון נישט, אחוץ דער פאטער אליין.
36 Mas daquele dia e hora ninguém sabe, nem os anjos do céu, mas unicamente meu Pai.
37 מחמת אזוי ווי עס איז געווען אין טעג פון נוח, אזוי וועט עס זיין ביי דעם קומען פון דעם בר אנש,
37 E, como foi nos dias de Noé, assim será também a vinda do Filho do homem.
38 מחמת ווי אין יענע טעג פארן מבול האבן זיי געגעסן און געטרונקען, חתונה געהאט און חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגאנגען אין דער תיבה,
38 Porquanto, assim como, nos dias anteriores ao dilúvio, comiam, bebiam, casavam e davam-se em casamento, até ao dia em que Noé entrou na arca,
39 און האבן גארנישט געוואוסט ביז דאס מבול איז געקומען, און אלעמען אוועקגעטראגן; אזוי וועט אויך זיין ביים קומען פון דעם בר אנש.
39 E não o perceberam, até que veio o dilúvio, e os levou a todos, assim será também a vinda do Filho do homem.
40 דעמאלט וועלן צוויי זיין אין פעלד; איינער ווערט מיטגענומען, און איינער איבערגעלאזט.
40 Então, estando dois no campo, será levado um, e deixado o outro;
41 צוויי פרויען וועלן מאלן אויף דער מיל; איינע ווערט מיטגענומען, און איינע איבערגעלאזט.
41 Estando duas moendo no moinho, será levada uma, e deixada outra.
42 דעריבער וואכט, ווייל איר ווייסט נישט, וועלכן טאג אייער האר קומט.
42 Vigiai, pois, porque não sabeis a que hora há de vir o vosso Senhor.
43 דאס אבער זאלט איר וויסן, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכן משמר דער גנב קומט, וואלט ער געהאלטן וואך, און נישט דערלאזט אונטערגראבן זיין הויז.
43 Mas considerai isto: se o pai de família soubesse a que vigília da noite havia de vir o ladrão, vigiaria e não deixaria minar a sua casa.
44 דערפאר זאלט איר אויך זיין גרייט! ווייל דער בר אנש קומט אין א שעה, ווען איר מיינט נישט.
44 Por isso, estai vós apercebidos também; porque o Filho do homem há de vir à hora em que não penseis.
45 ווער זשע איז דער געטרייער און קלוגער קנעכט, וועמען דער האר האט געזעצט איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די שפייז אין דער ריכטיקער צייט?
45 Quem é, pois, o servo fiel e prudente, que o seu senhor constituiu sobre a sua casa, para dar o sustento a seu tempo?
46 וואויל איז יענעם קנעכט, וואס, ווען זיין האר קומט, געפינט ער אים אזוי טאן.
46 Bem-aventurado aquele servo que o seu senhor, quando vier, achar servindo assim.
47 באמת זאג איך אייך, ער וועט אים זעצן איבער אלע זיינע גיטער.
47 Em verdade vos digo que o porá sobre todos os seus bens.
48 אויב אבער יענער שלעכטער קנעכט וועט זאגן אין זיין הארצן: מיין האר זוימט זיך;
48 Mas se aquele mau servo disser no seu coração: O meu senhor tarde virá;
49 און וועט אנהויבן צו שלאגן זיינע מיטקנעכט, און עסן און טרינקען מיט די שכורים;
49 E começar a espancar os seus conservos, e a comer e a beber com os ébrios,
50 אזוי וועט דער האר פון יענעם קנעכט קומען אין א טאג, ווען ער ריכט זיך נישט, און אין א שעה, וואס ער ווייסט נישט,
50 Virá o senhor daquele servo num dia em que o não espera, e à hora em que ele não sabe,
51 און וועט אים צעשניידן אויף שטיקער, און לייגן זיין חלק מיט די צבועקעס. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
51 E separá-lo-á, e destinará a sua parte com os hipócritas; ali haverá pranto e ranger de dentes.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 24, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.