Mateus 23

ydd (YDD) vs ACF

Sair da comparação
ACF Almeida Corrigida Fiel
1 דעמאלט האט יהושע/ישוע גערעדט צו די המונים מענטשן און צו זיינע תלמידים,
1 Então falou Jesus à multidão, e aos seus discípulos,
2 אזוי צו זאגן: די סופרים און די פרושים האבן זיך אנידערגעזעצט אויף משהס שטול.
2 Dizendo: Na cadeira de Moisés estão assentados os escribas e fariseus.
3 דעריבער אלץ, וואס זיי וועלן אייך זאגן, זאלט איר טאן און אפהיטן; טוט אבער נישט לויט זייערע מעשים; מחמת זיי זאגן, און טאן נישט.
3 Todas as coisas, pois, que vos disserem que observeis, observai-as e fazei-as; mas não procedais em conformidade com as suas obras, porque dizem e não fazem;
4 זיי בינדן שווערע לאסטן און לייגן זיי אויף מענטשנס שולטערן; אליין אבער ווילן זיי די דאזיקע אפילו מיט דעם פינגער נישט אנרירן.
4 Pois atam fardos pesados e difíceis de suportar, e os põem aos ombros dos homens; eles, porém, nem com seu dedo querem movê-los;
5 און אלע זייערע מעשים טאן זיי, כדי פון לייטן געזען צו ווערן, מחמת זיי מאכן ברייט זייערע תפילין, און לאנג די ציצית,
5 E fazem todas as obras a fim de serem vistos pelos homens; pois trazem largos filactérios, e alargam as franjas das suas vestes,
6 און האבן ליב דאס ארט אויבנאן אויף סעודות, און די ערשטע ערטער אין שול,
6 E amam os primeiros lugares nas ceias e as primeiras cadeiras nas sinagogas,
7 און דאס שלום אפגעבן אויף די מערקפלעצער, און פון לייטן גערופן צו ווערן רבי!
7 E as saudações nas praças, e o serem chamados pelos homens; Rabi, Rabi.
8 איר אבער זאלט זיך נישט רופן רבי, מחמת איינער איז אייער רבי, און איר אלע זענט ברידער.
8 Vós, porém, não queirais ser chamados Rabi, porque um só é o vosso Mestre, a saber, o Cristo, e todos vós sois irmãos.
9 און רופט נישט קיינעם אויף דער ערד אייער פאטער; מחמת איינער איז אייער פאטער, וואס איז אין הימל.
9 E a ninguém na terra chameis vosso pai, porque um só é o vosso Pai, o qual está nos céus.
10 איר זאלט זיך אויך נישט רופן מדריכים; ווייל איינער איז אייער מדריך, דער משיח.
10 Nem vos chameis mestres, porque um só é o vosso Mestre, que é o Cristo.
11 דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין אייער משרת.
11 O maior dentre vós será vosso servo.
12 און ווער עס וועט זיך אליין דערהייבן, דער וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן, דער וועט דערהייבט ווערן.
12 E o que a si mesmo se exaltar será humilhado; e o que a si mesmo se humilhar será exaltado.
13 וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.
13 Mas ai de vós, escribas e fariseus, hipócritas! pois que fechais aos homens o reino dos céus; e nem vós entrais nem deixais entrar aos que estão entrando.
14 (וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר שלינגט איין די הייזער פון די אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאוונט איר לאנג. דערפאר וועט איר באקומען א הארבער משפט.)
14 Ai de vós, escribas e fariseus, hipócritas! pois que devorais as casas das viúvas, sob pretexto de prolongadas orações; por isso sofrereis mais rigoroso juízo.
15 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארט ארום איבער ים און יבשה, כדי צו מאכן א גר; און ווען ער ווערט עס שוין, מאכט איר אים פאר א בן גיהנום טאפלט מער ווי איר זענט אליין.
15 Ai de vós, escribas e fariseus, hipócritas! pois que percorreis o mar e a terra para fazer um prosélito; e, depois de o terdes feito, o fazeis filho do inferno duas vezes mais do que vós.
16 וויי איז צו אייך, בלינדע מנהיגים, וואס זאגן: ווער עס שווערט ביים היכל, איז עס גארנישט; אבער ווער עס שווערט ביים גאלד פון היכל, דער איז חייב.
16 Ai de vós, condutores cegos! pois que dizeis: Qualquer que jurar pelo templo, isso nada é; mas o que jurar pelo ouro do templo, esse é devedor.
17 איר נאראנים און בלינדע; מחמת וואס איז גרעסער, דאס גאלד אדער דער היכל, וואס הייליקט דאס גאלד?
17 Insensatos e cegos! Pois qual é maior: o ouro, ou o templo, que santifica o ouro?
18 און: ווער עס שווערט ביים מזבח, דאס איז גארנישט; ווער אבער עס שווערט ביים קרבן, וואס ליגט דערויף, דער איז חייב.
18 E aquele que jurar pelo altar isso nada é; mas aquele que jurar pela oferta que está sobre o altar, esse é devedor.
19 איר בלינדע! מחמת וואס איז גרעסער, דאס קרבן אדער דער מזבח, וואס הייליקט דאס קרבן?
19 Insensatos e cegos! Pois qual é maior: a oferta, ou o altar, que santifica a oferta?
20 דעריבער ווער עס שווערט ביים מזבח, דער שווערט ביי אים און ביי אלעם, וואס איז אויף אים.
20 Portanto, o que jurar pelo altar, jura por ele e por tudo o que sobre ele está;
21 און ווער עס שווערט ביים היכל, דער שווערט ביי אים, און ביי דעם, וואס וואוינט דרינען.
21 E, o que jurar pelo templo, jura por ele e por aquele que nele habita;
22 און ווער עס שווערט ביים הימל, דער שווערט ביי ה׳ס כסא הכבוד און ביי דעם, וואס זיצט דערויף.
22 E, o que jurar pelo céu, jura pelo trono de Deus e por aquele que está assentado nele.
23 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר גיט אפ מעשר פון דער מיענטע און דעם דיל און דעם קימל, און פארנאכלעסיקט די שווערערע זאכן פון דער תורה: דאס משפט און דעם חסד און די אמונה! די דאזיקע זאכן האט איר געדארפט טאן, און יענע נישט פארנאכלעסיקן.
23 Ai de vós, escribas e fariseus, hipócritas! pois que dizimais a hortelã, o endro e o cominho, e desprezais o mais importante da lei, o juízo, a misericórdia e a fé; deveis, porém, fazer estas coisas, e não omitir aquelas.
24 איר בלינדע פירער, וואס זייען דורך די מוק, און שלינגען אראפ דאס קעמל.
24 Condutores cegos! que coais um mosquito e engulis um camelo.
25 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר מאכט ריין דאס אויסנווייניקסטע פון דעם בעכער און דער שיסל, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט גזלה און נישט איינגעהאלטנקייט.
25 Ai de vós, escribas e fariseus, hipócritas! pois que limpais o exterior do copo e do prato, mas o interior está cheio de rapina e de intemperança.
26 דו בלינדער פרוש, רייניק קודם כל דאס אינעווייניקסטע פון דעם בעכער, כדי אויך דאס אויסנווייניקסטע זאל ווערן ריין.
26 Fariseu cego! limpa primeiro o interior do copo e do prato, para que também o exterior fique limpo.
27 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר זענט גלייך צו געקאלעכטע קברים, וואס פון אויסנווייניק זען זיי אויס שיין, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט ביינער פון מתים, און יעדער אומריינקייט.
27 Ai de vós, escribas e fariseus, hipócritas! pois que sois semelhantes aos sepulcros caiados, que por fora realmente parecem formosos, mas interiormente estão cheios de ossos de mortos e de toda a imundícia.
28 אָט אזוי ווייזט איר זיך ארויס פון דרויסן ווי צדיקים פאר די מענטשן, פון אינעווייניק אבער זענט איר פול מיט צביעות און רשעות.
28 Assim também vós exteriormente pareceis justos aos homens, mas interiormente estais cheios de hipocrisia e de iniqüidade.
29 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר בויט אויף די קברים פון די נביאים, און באצירט די מצבות פון די צדיקים,
29 Ai de vós, escribas e fariseus, hipócritas! pois que edificais os sepulcros dos profetas e adornais os monumentos dos justos,
30 און זאגט: אויב מיר וואלטן געלעבט אין די טעג פון אונדזערע עלטערן, וואלטן מיר זיך נישט באטייליקט מיט זיי אין דעם בלוט פון די נביאים.
30 E dizeis: Se existíssemos no tempo de nossos pais, nunca nos associaríamos com eles para derramar o sangue dos profetas.
31 אזוי זענט איר עדות צו זיך אליין, אז איר זענט קינדער פון די נביאים מערדער.
31 Assim, vós mesmos testificais que sois filhos dos que mataram os profetas.
32 און איר מאכט פול די מאס פון אייערע עלטערן!
32 Enchei vós, pois, a medida de vossos pais.
33 איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?
33 Serpentes, raça de víboras! como escapareis da condenação do inferno?
34 דערפאר, זע, איך שיק צו אייך נביאים און חכמים, און סופרים; א טייל פון זיי וועט איר טייטן און לאזן אויפהענגען אויף דער בוים; און א טייל פון זיי וועט איר שלאגן מיט ריטער אין אייערע שולן, און פארפאלגן פון שטאט צו שטאט;
34 Portanto, eis que eu vos envio profetas, sábios e escribas; a uns deles matareis e crucificareis; e a outros deles açoitareis nas vossas sinagogas e os perseguireis de cidade em cidade;
35 כדי עס זאל קומען אויף אייך דאס גאנצע רעכטפארטיקע בלוט, וואס איז פארגאסן געווארן אויף דער ערד, פון דעם בלוט פון הבל דעם צדיק ביז צום בלוט פון זכריה בן ברכיה, וועמען איר האט געהרגעט צווישן דעם היכל און דעם מזבח.
35 Para que sobre vós caia todo o sangue justo, que foi derramado sobre a terra, desde o sangue de Abel, o justo, até ao sangue de Zacarias, filho de Baraquias, que matastes entre o santuário e o altar.
36 באמת זאג איך אייך, דאס אלץ וועט קומען אויף דעם דאזיקן דור.
36 Em verdade vos digo que todas estas coisas hão de vir sobre esta geração.
37 ירושלים, ירושלים, וואס הרגעסט די נביאים, און שטייניקסט די, וואס זענען געשיקט צו דיר! וויפל מאל האב איך געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון זאמלט איין אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט.
37 Jerusalém, Jerusalém, que matas os profetas, e apedrejas os que te são enviados! quantas vezes quis eu ajuntar os teus filhos, como a galinha ajunta os seus pintos debaixo das asas, e tu não quiseste!
38 זע, אייער הויז וועט אייך איבערגעלאזט ווערן פארוויסט.
38 Eis que a vossa casa vai ficar-vos deserta;
39 מחמת איך זאג אייך: פון איצט אָן וועט איר מיך מער נישט זען, ביז איר וועט זאגן:
39 Porque eu vos digo que desde agora me não vereis mais, até que digais: Bendito o que vem em nome do Senhor.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 23, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.