Mateus 19

ydd (YDD) vs ARA

Sair da comparação
ARA Almeida Revista e Atualizada 1993
1 ­און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז אוועק פון גליל, און איז געקומען אין דעם גבול פון יהודה, אויף יענער זייט ירדן.
1 E aconteceu que, concluindo Jesus estas palavras, deixou a Galileia e foi para o território da Judeia, além do Jordão.
2 און גרויסע המונים מענטשן האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי דארט געהיילט.
2 Seguiram-no muitas multidões, e curou-as ali.
3 און פרושים זענען געקומען צו אים, האבן אים אויסגעפרואווט, און געזאגט: צי מעג מען זיך גטן מיטן ווייב צוליב יעדער סיבה?
3 Vieram a ele alguns fariseus e o experimentavam, perguntando: É lícito ao marido repudiar a sua mulher por qualquer motivo?
4 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האט איר דען נישט געלייענט, אז דער בורא האט אין אנהויב זיי באשאפן זכר און נקבה,
4 Então, respondeu ele: Não tendes lido que o Criador, desde o princípio, os fez homem e mulher
5 און געזאגט: דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב; און די צוויי וועלן ווערן איין פלייש? אזוי זענען זיי שוין מער נישט קיין צוויי, נאר איין פלייש.
5 e que disse:
6 דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן.
6 De modo que já não são mais dois, porém uma só carne. Portanto, o que Deus ajuntou não o separe o homem.
7 זאגן זיי צו אים: און פארוואס האט משה געבאטן איר צו געבן א גט, און זי אוועקצושיקן?
7 Replicaram-lhe: Por que mandou, então, Moisés dar carta de divórcio e repudiar?
8 זאגט ער צו זיי: משה האט אייך דערלויבט צו גטן אייערע ווייבער, מחמת דער הארטקייט פון אייער הארץ; פון אנהויב איז עס אבער נישט אזוי געווען.
8 Respondeu-lhes Jesus: Por causa da dureza do vosso coração é que Moisés vos permitiu repudiar vossa mulher; entretanto, não foi assim desde o princípio.
9 און איך זאג אייך: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, אחוץ צוליב זנות, און האט חתונה מיט אן אנדערער, דער איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה.
9 Eu, porém, vos digo: quem repudiar sua mulher, não sendo por causa de relações sexuais ilícitas, e casar com outra comete adultério [e o que casar com a repudiada comete adultério].
10 זאגן די תלמידים צו אים: אויב די זאך איז אזוי צווישן מאן און ווייב, טויג נישט חתונה צו האבן.
10 Disseram-lhe os discípulos: Se essa é a condição do homem relativamente à sua mulher, não convém casar.
11 ער אבער האט צו זיי געזאגט: נישט אלע קענען מקבל זיין דאס דאזיקע ווארט, נאר זיי, וועמען עס איז געגעבן געווארן.
11 Jesus, porém, lhes respondeu: Nem todos são aptos para receber este conceito, mas apenas aqueles a quem é dado.
12 מחמת עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען אזוי געבוירן געווארן פון זייער מוטערס לייב; און עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען מסרס געווארן פון מענטשן; און עס זענען פאראן סריסים, וואס האבן זיך אליין מסרס געווען צוליב דעם מלכות השמים. ווער עס קען עס מקבל זיין, דער זאל עס מקבל זיין!
12 Porque há eunucos de nascença; há outros a quem os homens fizeram tais; e há outros que a si mesmos se fizeram eunucos, por causa do reino dos céus. Quem é apto para o admitir admita.
13 דעמאלט האט מען געברענגט קינדער צו אים, אז ער זאל ארויפלייגן די הענט אויף זיי, און זאגן א תפילה; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי.
13 Trouxeram-lhe, então, algumas crianças, para que lhes impusesse as mãos e orasse; mas os discípulos os repreendiam.
14 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און שטערט זיי נישט; מחמת צו אזעלכע געהערט דאס מלכות השמים.
14 Jesus, porém, disse: Deixai os pequeninos, não os embaraceis de vir a mim, porque dos tais é o reino dos céus.
15 און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און איז אוועקגעגאנגען פון דארטן.
15 E, tendo-lhes imposto as mãos, retirou-se dali.
16 און זע, איינער איז געקומען צו אים, און געזאגט: רבי, וואס פאר א גוטס זאל איך טאן, כדי איך זאל האבן אייביק לעבן?
16 E eis que alguém, aproximando-se, lhe perguntou: Mestre, que farei eu de bom, para alcançar a vida eterna?
17 און ער האט צו אים געזאגט: וואס פרעגסטו מיך וועגן דעם גוטן? נאר איינער איז דער גוטער! אויב אבער דו ווילסט אריינגיין אין דעם לעבן, האלט די מצוות!
17 Respondeu-lhe Jesus: Por que me perguntas acerca do que é bom? Bom só existe um. Se queres, porém, entrar na vida, guarda os mandamentos.
18 זאגט ער צו אים: וועלכע? און יהושע/ישוע האט געזאגט: זאלסט נישט טייטן, זאלסט נישט נואפן, זאלסט נישט גנבענען, זאלסט נישט זאגן פאלש עדות,
18 E ele lhe perguntou: Quais? Respondeu Jesus: Não matarás, não adulterarás, não furtarás, não dirás falso testemunho;
19 זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער און די מוטער, און: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין!
19 honra a teu pai e a tua mãe e amarás o teu próximo como a ti mesmo.
20 זאגט צו אים דער בחור: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן; וואס פעלט מיר נאך?
20 Replicou-lhe o jovem: Tudo isso tenho observado; que me falta ainda?
21 האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך.
21 Disse-lhe Jesus: Se queres ser perfeito, vai, vende os teus bens, dá aos pobres e terás um tesouro no céu; depois, vem e segue-me.
22 ווי אבער דער בחור האט געהערט דאס דאזיקע ווארט, איז ער אוועקגעגאנגען א טרויעריקער; מחמת ער האט געהאט א גרויס פארמעגן.
22 Tendo, porém, o jovem ouvido esta palavra, retirou-se triste, por ser dono de muitas propriedades.
23 און יהושע/ישוע האט געזאגט צו זיינע תלמידים: באמת זאג איך אייך: עס איז שווער פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם מלכות השמים.
23 Então, disse Jesus a seus discípulos: Em verdade vos digo que um rico dificilmente entrará no reino dos céus.
24 און ווידער זאג איך אייך: א קעמל קען לייכטער אריינגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי א רייכער אין דעם קעניגרייך פון ה׳!
24 E ainda vos digo que é mais fácil passar um camelo pelo fundo de uma agulha do que entrar um rico no reino de Deus.
25 און ווען די תלמידים האבן דאס געהערט, זענען זיי שטארק נשתומם געווארן, און האבן געזאגט: ווער זשע קען דערלייזט ווערן?
25 Ouvindo isto, os discípulos ficaram grandemente maravilhados e disseram: Sendo assim, quem pode ser salvo?
26 און יהושע/ישוע האט אויף זיי געקוקט און געזאגט צו זיי: ביי מענטשן איז דאס דאזיקע אוממעגלעך; ביי ה׳ אבער איז אלץ מעגלעך.
26 Jesus, fitando neles o olhar, disse-lhes: Isto é impossível aos homens, mas para Deus tudo é possível.
27 דעמאלט האט פעטרוס ענטפערנדיק צו אים געזאגט: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און דיר נאכגעפאלגט; וואס וועלן מיר האבן דערפאר?
27 Então, lhe falou Pedro: Eis que nós tudo deixamos e te seguimos; que será, pois, de nós?
28 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, אז איר, וואס האבן מיר נאכגעפאלגט, וועט אין דער נייער וועלט, ווען דער בר אנש וועט זיצן אויף זיין כסא הכבוד, אויך זיצן אויף צוועלף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל.
28 Jesus lhes respondeu: Em verdade vos digo que vós, os que me seguistes, quando, na regeneração, o Filho do Homem se assentar no trono da sua glória, também vos assentareis em doze tronos para julgar as doze tribos de Israel.
29 און יעדער איינער, וואס האט פארלאזט הייזער אדער ברידער אדער שוועסטער אדער פאטער אדער מוטער אדער קינדער אדער פעלדער צוליב מיין נאמען, וועט א סך מאל מער באקומען, און ירשענען דאס אייביקע לעבן.
29 E todo aquele que tiver deixado casas, ou irmãos, ou irmãs, ou pai, ou mãe [ou mulher], ou filhos, ou campos, por causa do meu nome, receberá muitas vezes mais e herdará a vida eterna.
30 נאר א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע, און לעצטע—ערשטע.
30 Porém muitos primeiros serão últimos; e os últimos, primeiros.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 19, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.