Mateus 18
ydd (YDD) vs NVI
1 אין יענער שעה זענען די תלמידים געקומען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: ווער איז אינדעראמתן דער גרעסטער אין דעם מלכות השמים?
1 Naquele momento os discípulos chegaram a Jesus e perguntaram: "Quem é o maior no Reino dos céus? "
2 און ער האט גערופן צו זיך א קינד, און האט עס געשטעלט אין זייער מיט,
2 Chamando uma criança, colocou-a no meio deles,
3 און געזאגט: באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט זיך נישט אומקערן, און ווערן ווי די קינדער, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אין דעם מלכות השמים!
3 e disse: "Eu lhes asseguro que, a não ser que vocês se convertam e se tornem como crianças, jamais entrarão no Reino dos céus.
4 דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים.
4 Portanto, quem se faz humilde como esta criança, este é o maior no Reino dos céus.
5 און ווער עס וועט אויפנעמען איין קינד אזעלכעס אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף.
5 "Quem recebe uma destas crianças em meu nome, está me recebendo.
6 ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים.
6 Mas se alguém fizer tropeçar um destes pequeninos que crêem em mim, melhor lhe seria amarrar uma pedra de moinho no pescoço e se afogar nas profundezas do mar.
7 וויי צו דער וועלט מחמת די מיכשולים! מחמת שטרויכלונגען מוזן קומען; נאר וויי איז צו דעם מענטשן, דורך וועמען דאס מיכשול קומט!
7 "Ai do mundo, por causa das coisas que fazem tropeçar! É inevitável que tais coisas aconteçam, mas ai daquele por meio de quem elas acontecem!
8 און אויב דיין האנט אדער דיין פוס פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק אים אפ, און ווארף אים אוועק פון דיר! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין דעם לעבן לאם אדער הינקענדיק, ווי צו האבן ביידע הענט אדער ביידע פיס און געווארפן צו ווערן אין דעם אייביקן פייער אריין.
8 Se a sua mão ou o seu pé o fizerem tropeçar, corte-os e jogue-os fora. É melhor entrar na vida mutilado ou aleijado do que, tendo as duas mãos ou os dois pés, ser lançado no fogo eterno.
9 און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, רייס עס ארויס און ווארף עס אוועק פון דיר! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין דעם לעבן מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין דעם גיהנום פון פייער.
9 E se o seu olho o fizer tropeçar, arranque-o e jogue-o fora. É melhor entrar na vida com um só olho do que, tendo os dois olhos, ser lançado no fogo do inferno".
10 גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
10 "Cuidado para não desprezarem um só destes pequeninos! Pois eu lhes digo que os anjos deles nos céus estão sempre vendo a face de meu Pai celeste.
11 (מחמת דער בר אנש איז געקומען, כדי צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.)
11 O Filho do homem veio para salvar o que se havia perdido.
12 וואס מיינט איר? ווען א געוויסער מאן האט הונדערט שאף, און איינע פון זיי וועט פארבלאנדזשען, צי וועט ער דען נישט איבערלאזן די ניין און ניינציק אויף די בערג, און גיין זוכן די פארבלאנדזשעטע?
12 "O que acham vocês? Se alguém possui cem ovelhas, e uma delas se perde, não deixará as noventa e nove nos montes, indo procurar a que se perdeu?
13 און ווען עס טרעפט זיך, אז ער געפינט זי, באמת זאג איך אייך, ער פריידט זיך מער מיט איר, ווי מיט די ניין און ניינציק, וואס זענען נישט פארבלאנדזשעט געווארן.
13 E se conseguir encontrá-la, garanto-lhes que ele ficará mais contente com aquela ovelha do que com as noventa e nove que não se perderam.
14 אָט אזוי איז עס אויך נישט דער רצון פאר אייער פאטער, וואס איז אין הימל, אז איינס פון די דאזיקע קליינע זאל פארלוירן גיין.
14 Da mesma forma, o Pai de vocês, que está nos céus, não quer que nenhum destes pequeninos se perca".
15 ווען דיין ברודער וועט זינדיקן (קעגן דיר), זאלסטו גיין, און אים זאגן מוסר בלויז צווישן דיר און אים אליין.
15 "Se o seu irmão pecar contra você, vá e, a sós com ele, mostre-lhe o erro. Se ele o ouvir, você ganhou seu irmão.
16 וועט ער דיך הערן, האסטו געוואונען דיין ברודער. אויב אבער ער וועט נישט הערן, זאלסטו נעמען מיט דיר נאך איינעם אדער צוויי, כדי פון דעם מויל פון צוויי עדות אדער דריי זאל יעדע זאך פעסטגעשטעלט ווערן.
16 Mas se ele não o ouvir, leve consigo mais um ou dois outros, de modo que ‘qualquer acusação seja confirmada pelo depoimento de duas ou três testemunhas’.
17 און אויב ער וועט זיי נישט הערן, זאג עס צו דער קהלה. ווען אבער ער וויל די קהלה אויך נישט הערן, זאל ער זיין פאר דיר ווי א גוי און דער שטייער אויפמאנער.
17 Se ele se recusar a ouvi-los, conte à igreja; e se ele se recusar a ouvir também a igreja, trate-o como pagão ou publicano.
18 באמת זאג איך אייך, וואס איר וועט אסרן אויף דער ערד, דאס וועט זיין אסור אין הימל, און וואס איר וועט מתיר זיין אויף דער ערד, דאס וועט זיין מותר אין הימל.
18 "Digo-lhes a verdade: Tudo o que vocês ligarem na terra terá sido ligado no céu, e tudo o que vocês desligarem na terra terá sido desligado no céu.
19 ווייטער זאג איך אייך, אויב צוויי פון אייך וועלן מסכים זיין אויף דער ערד וואס שייך וועלכע עס איז זאך, אויף וואס זיי ווילן בעטן, וועט עס זיי געטאן ווערן פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
19 "Também lhes digo que se dois de vocês concordarem na terra em qualquer assunto sobre o qual pedirem, isso lhes será feito por meu Pai que está nos céus.
20 מחמת וואו צוויי אדער דריי זענען פארזאמלט אין מיין נאמען, דארט בין איך צווישן זיי.
20 Pois onde se reunirem dois ou três em meu nome, ali eu estou no meio deles".
21 דעמאלט איז פעטרוס צוגעגאנגען צו אים, און געזאגט; האר, וויפל מאל, ווען מיין ברודער זינדיקט קעגן מיר, דארף איך אים מוחל זיין? צי ביז צום זיבעטן מאל?
21 Então Pedro aproximou-se de Jesus e perguntou: "Senhor, quantas vezes deverei perdoar a meu irmão quando ele pecar contra mim? Até sete vezes? "
22 זאגט יהושע/ישוע צו אים: איך זאג דיר נישט, ביז צום זיבעטן מאל; נאר, ביז צום זיבעציקסטן מאל זיבעטן מאל!
22 Jesus respondeu: "Eu lhe digo: não até sete, mas até setenta vezes sete.
23 דערפאר איז דאס מלכות השמים געגליכן צו א מלך, וואס האט געוואלט מאכן א חשבון מיט זיינע קנעכט.
23 "Por isso, o Reino dos céus é como um rei que desejava acertar contas com seus servos.
24 און ווי ער האט אנגעהויבן צו רעכענען, האט מען געברענגט פאר אים איינעם, וועלכער איז שולדיק געווען צען טויזנט טאלאנטן.
24 Quando começou o acerto, foi trazido à sua presença um que lhe devia uma enorme quantidade de prata.
25 און ווייל ער האט נישט געהאט צו באצאלן, האט זיין האר באפוילן, אז מען זאל אים פארקויפן מיט זיין ווייב און קינדער און אלץ, וואס ער האט, און עס זאל באצאלט ווערן.
25 Como não tinha condições de pagar, o senhor ordenou que ele, sua mulher, seus filhos e tudo o que ele possuía fossem vendidos para pagar a dívida.
26 דאן איז דער קנעכט אנידערגעפאלן און האט זיך געבוקט צו אים, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר אלץ באצאלן!
26 "O servo prostrou-se diante dele e lhe implorou: ‘Tem paciência comigo, e eu te pagarei tudo’.
27 און דער האר פון יענעם קנעכט האט זיך דערבארמט אויף אים, און האט אים געלאזט גיין, און אים מוחל געווען דעם חוב.
27 O senhor daquele servo teve compaixão dele, cancelou a dívida e o deixou ir.
28 ווען אבער יענער קנעכט איז ארויסגעגאנגען, האט ער געפונען איינעם פון זיינע מיטקנעכט, וואס איז אים שולדיק געווען הונדערט דינרים; און ער האט אים אנגעכאפט, און האט אים געווערגן, און געזאגט: באצאל, וואס דו ביסט שולדיק!
28 "Mas quando aquele servo saiu, encontrou um de seus conservos, que lhe devia cem denários. Agarrou-o e começou a sufocá-lo, dizendo: ‘Pague-me o que me deve! ’
29 דאן איז זיין מיטקנעכט אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר באצאלן!
29 "Então o seu conservo caiu de joelhos e implorou-lhe: ‘Tenha paciência comigo, e eu lhe pagarei’.
30 ער אבער האט נישט געוואלט, נאר איז אוועקגעגאנגען און האט אים אריינגעווארפן אין תפיסה, ביז ער וועט האבן באצאלט, וואס ער איז שולדיק געווען.
30 "Mas ele não quis. Antes, saiu e mandou lançá-lo na prisão, até que pagasse a dívida.
31 דעריבער ווען זיינע מיטקנעכט האבן געזען, וואס דא איז געשען, האבן זיי זיך שטארק מצער געווען, און זענען געקומען און דערציילט זייער האר אלץ, וואס האט פאסירט.
31 Quando os outros servos, companheiros dele, viram o que havia acontecido, ficaram muito tristes e foram contar ao seu senhor tudo o que havia acontecido.
32 דעמאלט האט זיין האר אים גערופן צו זיך, און זאגט צו אים: דו געמיינער קנעכט! יענעם גאנצן חוב האב איך דיר פארגעבן, ווייל דו האסט מיך געבעטן;
32 "Então o senhor chamou o servo e disse: ‘Servo mau, cancelei toda a sua dívida porque você me implorou.
33 האסטו דען נישט אויך געדארפט רחמנות האבן אויף דיין מיטקנעכט, ווי איך האב אויף דיר רחמנות געהאט?
33 Você não devia ter tido misericórdia do seu conservo como eu tive de você? ’
34 און זיין האר איז צארנדיק געווארן, און האט אים איבערגעגעבן צו די פייניקער, ביז ער וועט באצאלן אלץ, וואס ער איז אים שולדיק.
34 Irado, seu senhor entregou-o aos torturadores, até que pagasse tudo o que devia.
35 פונקט אזוי וועט אויך מיין הימלישער פאטער טאן צו אייך, ווען איר וועט נישט מוחל זיין יעדער איינער דעם ברודער זיינעם פון אייערע הערצער.
35 "Assim também lhes fará meu Pai celestial, se cada um de vocês não perdoar de coração a seu irmão".
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 18, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.