Mateus 14

ydd (YDD) vs ARIB

Sair da comparação
ARIB Almeida Revisada Imprensa Bíblica
1 אין יענער צייט האט הורדוס דער טעטרארך געהערט פון ישועס שם,
1 Naquele tempo Herodes, o tetrarca, ouviu a fama de Jesus,
2 און האט געזאגט צו זיינע דינער: דאס איז יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דערפאר ווירקן אזוי די כוחות אין אים.
2 e disse aos seus cortesãos: Este é João, o Batista; ele ressuscitou dentre os mortos, e por isso estes poderes milagrosos operam nele.
3 מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס.
3 Pois Herodes havia prendido a João, e, maniatando-o, o guardara no cárcere, por causa de Herodias, mulher de seu irmão Felipe;
4 מחמת יוחנן האט צו אים געזאגט: דו טארסט זי נישט האבן.
4 porque João lhe dizia: Não te é lícito possuí-la.
5 און ער האט אים געוואלט טייטן, און האט זיך געפארכטן פאר דעם המון, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.
5 E queria matá-lo, mas temia o povo; porque o tinham como profeta.
6 נאר ווען מען האט געפייערט הורדוסנס געבוירנטאג, האט הורודיהס טאכטער געטאנצט פאר די געסט און איז הורדוסן וואוילגעפעלן.
6 Festejando-se, porém, o dia natalício de Herodes, a filha de Herodias dançou no meio dos convivas, e agradou a Herodes,
7 דערפאר האט ער צוגעזאגט מיט א שבועה, איר צו געבן, וואס זי וועט פארלאנגען.
7 pelo que este prometeu com juramento dar-lhe tudo o que pedisse.
8 און ווייל זי איז געווען פון פריער אנגערעדט פון איר מוטער, האט זי געזאגט: גיב מיר דא אויף א טעלער יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ.
8 E instigada por sua mãe, disse ela: Dá-me aqui num prato a cabeça de João, o Batista.
9 און דער קעניג איז טרויעריק געווארן; נאר צוליב די שבועות און די געסט, האט ער באפוילן עס זאל געגעבן ווערן.
9 Entristeceu-se, então, o rei; mas, por causa do juramento, e dos que estavam à mesa com ele, ordenou que se lhe desse,
10 און ער האט געשיקט, און געלאזט יוחנן אפהאקן דעם קאפ אין תפיסה.
10 e mandou degolar a João no cárcere;
11 און זיין קאפ איז געברענגט געווארן אויף א טעלער, און געגעבן געווארן דעם מיידל, און זי האט אים געברענגט צו איר מוטער.
11 e a cabeça foi trazida num prato, e dada à jovem, e ela a levou para a sua mãe.
12 און זיינע תלמידים זענען געקומען, און האבן גענומען דעם גוף, און אים קובר געווען; און זענען געגאנגען און האבן עס דערציילט יהושען/ישוען.
12 Então vieram os seus discípulos, levaram o corpo e o sepultaram; e foram anunciá-lo a Jesus.
13 און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, איז ער פון דארטן אוועק אין א שיפל, אויף א מדבריותדיק ארט איינער אליין. און ווען די המונים מענטשן האבן עס געהערט, האבן זיי אים נאכגעפאלגט צופוס פון די שטעט.
13 Jesus, ouvindo isto, retirou-se dali num barco, para um, lugar deserto, à parte; e quando as multidões o souberam, seguiram-no a pé desde as cidades.
14 און ער איז ארויסגעקומען, און האט געזען א גרויסן המון מענטשן, און זיך דערבארעמט אויף זיי און געהיילט זייערע קראנקע.
14 E ele, ao desembarcar, viu uma grande multidão; e, compadecendo-se dela, curou os seus enfermos.
15 און אנטקעגן אוונט זענען די תלמידים געקומען צו אים, און האבן געזאגט; דאס איז א וויסט ארט, און די שעה איז שוין פארביי; לאז דעריבער אפ די מאסן מענטשן, כדי זיי זאלן גיין אין די דערפער אריין, און זיך קויפן שפייז.
15 Chegada a tarde, aproximaram-se dele os discípulos, dizendo: O lugar é deserto, e a hora é já passada; despede as multidões, para que vão às aldeias, e comprem o que comer.
16 יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: זיי האבן נישט נייטיק אוועקצוגיין; גיט איר זיי צו עסן!
16 Jesus, porém, lhes disse: Não precisam ir embora; dai-lhes vós de comer.
17 זאגן זיי צו אים: מיר האבן דא גארנישט אחוץ פינף לעבלעך ברויט, און צוויי פיש.
17 Então eles lhe disseram: Não temos aqui senão cinco pães e dois peixes.
18 און ער האט געזאגט: ברענגט זיי אהער צו מיר.
18 E ele disse: trazei-mos aqui.
19 און ער האט באפוילן די המונים מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויפן גראז; און האט גענומען די פינף לעבלעך ברויט, און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל און געמאכט א ברכה, און האט צעבראכן און געגעבן די תלמידים די ברויטן, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן.
19 Tendo mandado às multidões que se reclinassem sobre a relva, tomou os cinco pães e os dois peixes e, erguendo os olhos ao céu, os abençoou; e partindo os pães, deu-os aos discípulos, e os discípulos às multidões.
20 און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן, און זיי האבן אויפגעהויבן, וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך, צוועלף קערב פול.
20 Todos comeram e se fartaram; e dos pedaços que sobejaram levantaram doze cestos cheios.
21 און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען אן ערך פינף טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער.
21 Ora, os que comeram foram cerca de cinco mil homens, além de mulheres e crianças.
22 און ער האט גלייך געצוואונגען די תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פאר אים אויף יענער זייט ים, ביז ער וועט אפלאזן די המונים מענטשן.
22 Logo em seguida obrigou os seus discípulos a entrar no barco, e passar adiante dele para o outro lado, enquanto ele despedia as multidões.
23 און ווען ער האט געהאט אוועקגעשיקט די מאסן, איז ער ארויפגעגאנגען אויפן בארג, כדי אליין תפילה צו טאן; און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער דארטן געווען איינער אליין.
23 Tendo-as despedido, subiu ao monte para orar à parte. Ao anoitecer, estava ali sozinho.
24 דאס שיפל אבער איז שוין געווען א סך מיילן פון דער יבשה, הארט געשטויסן פון די כוואליעס; מחמת דער ווינט איז געווען אנטקייגן.
24 Entrementes, o barco já estava a muitos estádios da terra, açoitado pelas ondas; porque o vento era contrário.
25 און אין דעם פערטן משמר פון דער נאכט איז ער געקומען צו זיי, גייענדיק אויפן ים.
25 À quarta vigília da noite, foi Jesus ter com eles, andando sobre o mar.
26 און ווי די תלמידים האבן אים דערזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי זיך דערשראקן, און געזאגט: עס איז א געשפענסט! און האבן געשריגן אויס מורא.
26 Os discípulos, porém, ao vê-lo andando sobre o mar, assustaram-se e disseram: É um fantasma. E gritaram de medo.
27 יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא!
27 Jesus, porém, imediatamente lhes falou, dizendo: Tende ânimo; sou eu; não temais.
28 פעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: האר, אויב דו ביסט עס, באפעל מיך קומען צו דיר אויפן וואסער!
28 Respondeu-lhe Pedro: Senhor! se és tu, manda-me ir ter contigo sobre as águas.
29 און ער האט געזאגט: קום! און פעטרוס איז אראפגעגאנגען פון שיפל, און איז געגאנגען אויפן וואסער, און געקומען צו יהושען/ישוען.
29 Disse-lhe ele: Vem. Pedro, descendo do barco, e andando sobre as águas, foi ao encontro de Jesus.
30 און ווי ער האט געזען דעם שטארקן ווינט, האט ער זיך דערשראקן, און אנהויבנדיק זיך צו טרענקען, האט ער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע מיך!
30 Mas, sentindo o vento, teve medo; e, começando a submergir, clamou: Senhor, salva-me.
31 און יהושע/ישוע האט גלייך אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט אים אנגעכאפט, און זאגט צו אים: דו קליינגלויביקער, פארוואס האסטו געצווייפלט?
31 Imediatamente estendeu Jesus a mão, segurou-o, e disse-lhe: Homem de pouca fé, por que duvidaste?
32 און ווען זיי זענען איינגעשטיגן אין שיפל, האט דער ווינט אויפגעהערט.
32 E logo que subiram para o barco, o vento cessou.
33 און די, וואס זענען געווען אין שיפל, האבן זיך געבוקט צו אים, און געזאגט: דו ביסט באמת ה׳ס זון!
33 Então os que estavam no barco adoraram-no, dizendo: Verdadeiramente tu és Filho de Deus.
34 און זיי זענען אריבערגעפארן, און זענען געקומען צום לאנד גניסרת.
34 Ora, terminada a travessia, chegaram à terra em Genezaré.
35 און ווי די לייט פון יענעם ארט האבן אים דערקענט, האבן זיי געשיקט אין יענער גאנצער געגנט ארום, און געברענגט צו אים אלע קראנקע;
35 Quando os homens daquele lugar o reconheceram, mandaram por toda aquela circunvizinhança, e trouxeram-lhe todos os enfermos;
36 און האבן אים געבעטן, אז זיי זאלן בלויז אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אנגערירט, זענען גאנץ געזונט געווארן.
36 e rogaram-lhe que apenas os deixasse tocar a orla do seu manto; e todos os que a tocaram ficaram curados.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 14, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.