Mateus 12

ydd (YDD) vs VC

Sair da comparação
VC Versão Católica
1 אין יענער צייט איז יהושע/ישוע א שבת געגאנגען דורך די קארנפעלדער; זיינע תלמידים אבער האט געהונגערט, און זיי האבן אנגעהויבן אפצורייסן זאנגען, און צו עסן.
1 Atravessava Jesus os campos de trigo num dia de sábado. Seus discípulos, tendo fome, começaram a arrancar as espigas para comê-las.
2 און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו אים: זע, דיינע תלמידים טאן, וואס מען טאר שבת נישט טאן!
2 Vendo isto, os fariseus disseram-lhe: Eis que teus discípulos fazem o que é proibido no dia de sábado.
3 ער אבער האט צו זיי געזאגט: צי האט איר נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען עס האט אים געהונגערט און די, וואס זענען געווען מיט אים?
3 Jesus respondeu-lhes: Não lestes o que fez Davi num dia em que teve fome, ele e seus companheiros,
4 ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז, און זיי האבן געגעסן דאס לחם הפנים, וואס עס איז נישט געווען מותר פאר אים צו עסן, נישט פאר די, וואס זענען געווען מיט אים, אחוץ בלויז פאר די כהנים?
4 como entrou na casa de Deus e comeu os pães da proposição? Ora, nem a ele nem àqueles que o acompanhavam era permitido comer esses pães reservados só aos sacerdotes.
5 אדער האט איר נישט געלייענט אין דער תורה, אז אלע שבת זענען די כהנים מחלל שבת אין בית המקדש, און פארזינדיקן זיך דאך נישט?
5 Não lestes na lei que, nos dias de sábado, os sacerdotes transgridem no templo o descanso do sábado e não se tornam culpados?
6 איך זאג אייך אבער, אז דא איז דא איינער, וואס איז גרעסער ווי דאס בית המקדש!
6 Ora, eu vos declaro que aqui está quem é maior que o templo.
7 און אויב איר וואלט געוואוסט, וואס עס הייסט: איך באגער בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן, וואלט איר נישט פארמשפט די אומשולדיקע. (הושע ו׳ ו.)
7 Se compreendêsseis o sentido destas palavras: Quero a misericórdia e não o sacrifício... não condenaríeis os inocentes.
8 מחמת דער בר אנש איז האר איבער דעם שבת.
8 Porque o Filho do Homem é senhor também do sábado.
9 און ער איז אוועק פון דארטן, און איז געגאנגען אין זייער שול אריין.
9 Partindo dali, Jesus entrou na sinagoga.
10 און זע, דארט איז געווען א מענטש מיט א פארדארטער האנט. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: מעג מען שבת היילן? כדי זיי זאלן קענען אים באשולדיקן.
10 Encontrava-se lá um homem que tinha a mão seca. Alguém perguntou a Jesus: É permitido curar no dia de sábado? Isto para poder acusá-lo.
11 ער אבער האט צו זיי געזאגט: וועלכער איז דער מענטש צווישן אייך, וואס וועט האבן איין שאף, און אויב די דאזיקע וועט שבת אריינפאלן אין א גרוב, וועט ער זי דען נישט אנכאפן, און ארויסשלעפן?
11 Jesus respondeu-lhe: Há alguém entre vós que, tendo uma única ovelha e se esta cair num poço no dia de sábado, não a irá procurar e retirar?
12 און וויפל איז א מענטש מער ווערט ווי א שאף! דעריבער מעג מען שבת טאן גוטס.
12 Não vale o homem muito mais que uma ovelha? É permitido, pois, fazer o bem no dia de sábado.
13 דעמאלט זאגט ער צו דעם מענטשן: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זי איז ווידער געווארן געזונט ווי די אנדערע.
13 Disse, então, àquele homem: Estende a mão. Ele a estendeu e ela tornou-se sã como a outra.
14 די פרושים אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך באראטן קעגן אים, ווי אזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
14 Os fariseus saíram dali e deliberaram sobre os meios de o matar.
15 יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט,
15 Jesus soube disso e afastou-se daquele lugar. Uma grande multidão o seguiu, e ele curou todos os seus doentes.
16 און זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן אים נישט מפרסם זיין,
16 Proibia-lhes formalmente falar disso,
17 כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיהו הנביא, אזוי צו זאגן:
17 para que se cumprisse o anunciado pelo profeta Isaías:
18 זע, מיין קנעכט, וועמען איך האב אויסדערוויילט;
18 Eis o meu servo a quem escolhi, meu bem-amado em quem minha alma pôs toda sua a afeição. Farei repousar sobre ele o meu Espírito e ele anunciará a justiça aos pagãos.
19 ער וועט זיך נישט קריגן, און וועט אויך נישט שרייען;
19 Ele não disputará, não elevará sua voz; ninguém ouvirá sua voz nas praças públicas.
20 א צעשפאלטן שטעקל וועט ער נישט צעברעכן,
20 Não quebrará o caniço rachado, nem apagará a mecha que ainda fumega, até que faça triunfar a justiça.
21 און אויף זיין נאמען וועלן די אומות (העולם) האפן.
21 Em seu nome as nações pagãs porão sua esperança {Is 42,1-4}.
22 דעמאלט האט מען צו אים געברענגט א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט, בלינד און שטום, און ער האט אים געהיילט, אז דער שטומער האט סיי גערעדט סיי געזען.
22 Apresentaram-lhe, depois, um possesso cego e mudo. Jesus o curou de tal modo, que este falava e via.
23 און די אלע המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: איז ער נישט אפשר דער בן דוד?
23 A multidão, admirada, dizia: Não será este o filho de Davi?
24 ווען די פרושים אבער האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער טרייבט נישט ארויס קיין בייזע גייסטער, אחוץ דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער!
24 Mas, ouvindo isto, os fariseus responderam: É por Beelzebul, chefe dos demônios, que ele os expulsa.
25 און וויסנדיק זייערע געדאנקען, האט ער צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, ווערט פארוויסט; און יעדע שטאט אדער הויז, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, וועט נישט בלייבן שטיין.
25 Jesus, porém, penetrando nos seus pensamentos, disse: Todo reino dividido contra si mesmo será destruído. Toda cidade, toda casa dividida contra si mesma não pode subsistir.
26 און אויב דער שׂטן טרייבט ארויס דעם שׂטן, איז ער נישט אייניק מיט זיך אליין: ווי אזוי זשע וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום?
26 Se Satanás expele Satanás, está dividido contra si mesmo. Como, pois, subsistirá o seu reino?
27 און אויב איך טרייב ארויס בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים.
27 E se eu expulso os demônios por Beelzebul, por quem é que vossos filhos os expulsam? Por isso, eles mesmos serão vossos juízes.
28 אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם גייסט פון ה׳, אזוי איז שוין ה׳ס קעניגרייך געקומען צו אייך.
28 Mas, se é pelo Espírito de Deus que expulso os demônios, então chegou para vós o Reino de Deus.
29 אדער ווי אזוי קען עמיצער אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור, און אוועקרויבן זיינע זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור? און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז.
29 Como pode alguém penetrar na casa de um homem forte e roubar-lhe os bens, sem ter primeiro amarrado este homem forte? Só então pode roubar sua casa.
30 ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און דער, וואס זאמלט נישט איין מיט מיר, צעשפרייט.
30 Quem não está comigo está contra mim; e quem não ajunta comigo, espalha.
31 דערפאר זאג איך אייך: יעדע זינד און לעסטערונג וועט די מענטשן פארגעבן ווערן; נאר די לעסטערונג פון דעם גייסט וועט נישט פארגעבן ווערן.
31 Por isso, eu vos digo: todo pecado e toda blasfêmia serão perdoados aos homens, mas a blasfêmia contra o Espírito não lhes será perdoada.
32 און אויב עס וועט ווער זאגן א ווארט קעגן דעם בר אנש, וועט עס אים פארגעבן ווערן; נאר ווער עס וועט רעדן קעגן דעם רוח הקודש, וועט עס אים נישט פארגעבן ווערן, נישט אין דער דאזיקער וועלט, נישט לעולם הבא.
32 Todo o que tiver falado contra o Filho do Homem será perdoado. Se, porém, falar contra o Espírito Santo, não alcançará perdão nem neste século nem no século vindouro.
33 אדער מאכט דעם בוים גוט, און זיין פרוכט גוט; אדער מאכט דעם בוים שלעכט, און זיין פרוכט שלעכט! מחמת פון די פירות דערקענט מען דעם בוים.
33 Ou dizeis que a árvore é boa e seu fruto bom, ou dizeis que é má e seu fruto, mau; porque é pelo fruto que se conhece a árvore.
34 איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.
34 Raça de víboras, maus como sois, como podeis dizer coisas boas? Porque a boca fala do que lhe transborda do coração.
35 דער גוטער מענטש ברענגט ארויס גוטע זאכן פון זיין גוטן אוצר, און דער בייזער מענטש ברענגט ארויס בייז פון זיין בייזן אוצר.
35 O homem de bem tira boas coisas de seu bom tesouro. O mau, porém, tira coisas más de seu mau tesouro.
36 איך זאג אייך אבער, אז יעדעס פוסטע ווארט, וואס מענטשן וועלן רעדן, וועלן זיי מוזן אפגעבן א חשבון דערפון אינם יום הדין.
36 Eu vos digo: no dia do juízo os homens prestarão contas de toda palavra vã que tiverem proferido.
37 מחמת פון דיינע ווערטער וועסטו גערעכטפערטיקט ווערן, און פון דיינע ווערטער וועסטו פארמשפט ווערן.
37 É por tuas palavras que serás justificado ou condenado.
38 דעמאלט האבן אים אייניקע פון די סופרים און פרושים געענטפערט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווילן זען א צייכן פון דיר!
38 Então alguns escribas e fariseus tomaram a palavra: Mestre, quiséramos ver-te fazer um milagre.
39 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: א בייז און נואפדיק דור באגערט א צייכן, און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה הנביא.
39 Respondeu-lhes Jesus: Esta geração adúltera e perversa pede um sinal, mas não lhe será dado outro sinal do que aquele do profeta Jonas:
40 ווייל אזוי ווי יונה איז געווען דריי טעג און דריי נעכט אין די געדערעם פון דעם ריזנפיש, אזוי וועט דער בר אנש זיין דריי טעג און דריי נעכט אין דעם הארץ פון דער ערד.
40 do mesmo modo que Jonas esteve três dias e três noites no ventre do peixe, assim o Filho do Homem ficará três dias e três noites no seio da terra.
41 די לייט פון נינוה וועלן אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועלן עס פאראורטיילן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, א גרעסערער ווי יונה איז דא דא.
41 No dia do juízo, os ninivitas se levantarão com esta raça e a condenarão, porque fizeram penitência à voz de Jonas. Ora, aqui está quem é mais do que Jonas.
42 די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועט עס פאראורטיילן; ווייל זי איז געקומען פון עק וועלט צו הערן שלמהס חכמה; און זע, א גרעסערער ווי שלמה איז דא דא.
42 No dia do juízo, a rainha do Sul se levantará com esta raça e a condenará, porque veio das extremidades da terra para ouvir a sabedoria de Salomão. Ora, aqui está quem é mais do que Salomão.
43 ווען אבער דער אומריינער גייסט גייט ארויס פון דעם מענטשן, גייט ער איבער ערטער, וואו עס איז קיין וואסער נישטא, זוכנדיק מנוחה, און געפינט נישט.
43 Quando o espírito impuro sai de um homem, ei-lo errante por lugares áridos à procura de um repouso que não acha.
44 זאגט ער דעמאלט; איך וועל מיך אומקערן אין מיין הויז אריין, פונוואנען איך בין ארויסגעגאנגען; און ווען ער קומט, געפינט ער עס ליידיק, אויסגעקערט, און אויסגעצירט.
44 Diz ele, então: Voltarei para a casa donde saí. E, voltando, encontra-a vazia, limpa e enfeitada.
45 דאן גייט ער, און נעמט מיט זיך זיבן אנדערע גייסטער, ערגערע ווי ער אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארט; און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב. אָט אזוי וועט עס זיין מיט דעם דאזיקן בייזן דור.
45 Vai, então, buscar sete outros espíritos piores que ele, e entram nessa casa e se estabelecem aí; e o último estado daquele homem torna-se pior que o primeiro. Tal será a sorte desta geração perversa.
46 און בשעת ער האט נאך גערעדט צו די המונים מענטשן, זע, זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געשטאנען אינדרויסן, און האבן באגערט צו רעדן מיט אים.
46 Jesus falava ainda à multidão, quando veio sua mãe e seus irmãos e esperavam do lado de fora a ocasião de lhe falar.
47 און עמיצער האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער שטייען אינדרויסן, און ווילן רעדן מיט דיר.
47 Disse-lhe alguém: Tua mãe e teus irmãos estão aí fora, e querem falar-te.
48 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו דעם, וואס האט עס אים געזאגט: ווער איז מיין מוטער, און ווער זענען מיינע ברידער?
48 Jesus respondeu-lhe: Quem é minha mãe e quem são meus irmãos?
49 און האט אויסגעשטרעקט זיין האנט אויף זיינע תלמידים, און געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער!
49 E, apontando com a mão para os seus discípulos, acrescentou: Eis aqui minha mãe e meus irmãos.
50 מחמת ווער עס וועט טאן דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל, דער זעלביקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער!
50 Todo aquele que faz a vontade de meu Pai que está nos céus, esse é meu irmão, minha irmã e minha mãe.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 12, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.