Mateus 10
ydd (YDD) vs NVI
1 און ער האט גערופן צו זיך זיינע צוועלף תלמידים, און האט זיי געגעבן מאכט איבער אומריינע גייסטער, זיי ארויסצוטרייבן, און צו היילן יעדע קראנקייט און יעדע שלאפקייט.
1 Chamando seus doze discípulos, deu-lhes autoridade para expulsar espíritos imundos e curar todas as doenças e enfermidades.
2 און אָט די דאזיקע זענען די נעמען פון די צוועלף שליחים: דער ערשטער שמעון, וואס מען האט אים גערופן פעטרוס, און זיין ברודער אנדריי; יעקב בן זבדי, און זיין ברודער יוחנן;
2 Estes são os nomes dos doze apóstolos: primeiro, Simão, chamado Pedro, e André, seu irmão; Tiago, filho de Zebedeu, e João, seu irmão;
3 פיליפוס און בר‑תלמי; תומא און מתתיהו דער שטייער אויפמאנער; יעקב בן חלפי און תדי;
3 Filipe e Bartolomeu; Tomé e Mateus, o publicano; Tiago, filho de Alfeu, e Tadeu;
4 שמעון הקנאי און יהודה איש‑קריות, וואס האט אים אויך פארראטן.
4 Simão, o zelote, e Judas Iscariotes, que o traiu.
5 די דאזיקע צוועלף האט יהושע/ישוע געשיקט, און האט זיי באפוילן, אזוי צו זאגן:
5 Jesus enviou estes doze com as seguintes instruções: "Não se dirijam aos gentios, nem entrem em cidade alguma dos samaritanos.
6 נאר גייט ליבער צו די פארלוירענע שעפעלעך פון דעם הויז ישראל.
6 Antes, dirijam-se às ovelhas perdidas de Israel.
7 גייט, רופט אויס און זאגט: דאס מלכות השמים איז נאענט!
7 Por onde forem, preguem esta mensagem: ‘O Reino dos céus está próximo’.
8 היילט די קראנקע, וועקט אויף די טויטע, רייניקט די קרעציקע, טרייבט ארויס די בייזע גייסטער! אומזיסט האט איר באקומען, אומזיסט זאלט איר געבן!
8 Curem os enfermos, ressuscitem os mortos, purifiquem os leprosos, expulsem os demônios. Vocês receberam de graça; dêem também de graça.
9 נעמט נישט קיין גאלד, נישט קיין זילבער, נישט קיין קופער אין אייערע גארטלען;
9 Não levem nem ouro, nem prata, nem cobre em seus cintos;
10 נישט קיין זאק אויפן וועג, נישט קיין צוויי העמדער, נישט קיין שיך, נישט קיין שטאק; מחמת דער ארבעטער איז ווערט זיין שפייז.
10 não levem nenhum saco de viagem, nem túnica extra, nem sandálias, nem bordão; pois o trabalhador é digno do seu sustento.
11 און אין וועלכער שטאט אדער דארף איר קומט אריין, פארשט אויס ווער עס האט די ווערדע אין איר; און דארטן זאלט איר איינשטיין ביז איר גייט אוועק.
11 "Na cidade ou povoado em que entrarem, procurem alguém digno de recebê-los, e fiquem em sua casa até partirem.
12 און אריינקומענדיק אין דעם הויז, זאלט איר עס באגריסן.
12 Ao entrarem na casa, saúdem-na.
13 און אויב דאס הויז איז ראוי זאל אייער שלום קומען דערויף, אויב אבער עס איז נישט ראוי זאל אייער שלום זיך אומקערן צו אייך.
13 Se a casa for digna, que a paz de vocês repouse sobre ela; se não for, que a paz retorne para vocês.
14 און ווער עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און נישט הערן אייערע ווערטער, זאלט איר ארויסגיין פון יענעם הויז אדער יענער שטאט און אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס!
14 Se alguém não os receber nem ouvir suas palavras, sacudam a poeira dos pés, quando saírem daquela casa ou cidade.
15 באמת זאג איך אייך; עס וועט זיין גרינגער פאר דעם לאנד פון סדום און עמורה אינם טאג פון משפט, ווי פאר יענער שטאט.
15 Eu lhes digo a verdade: No dia do juízo haverá menor rigor para Sodoma e Gomorra do que para aquela cidade.
16 זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. זייט זשע קלוג ווי די שלאנגען, און אָן פאלשקייט ווי די טויבן.
16 Eu os estou enviando como ovelhas entre lobos. Portanto, sejam prudentes como as serpentes e simples como as pombas.
17 היט זיך אבער פאר די מענטשן! מחמת זיי וועלן אייך איבערגעבן צום סנהדרין, און אין זייערע שולן וועלן זיי אייך שמייסן מיט ריטער;
17 "Tenham cuidado, pois os homens os entregarão aos tribunais e os açoitarão nas sinagogas deles.
18 אפילו פאר מושלים און מלכים וועט מען אייך פירן צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי און צו די אומות (העולם).
18 Por minha causa vocês serão levados à presença de governadores e reis como testemunhas a eles e aos gentios.
19 ווען זיי וועלן אייך אבער איבערגעבן, זאלט איר נישט זארגן, ווי אזוי אדער וואס איר האט צו רעדן;
19 Mas quando os prenderem, não se preocupem quanto ao que dizer, ou como dizer. Naquela hora lhes será dado o que dizer,
20 מחמת עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, וואס איר זאלט רעדן; מחמת נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער גייסט פון אייער פאטער איז עס, וואס רעדט דורך אייך.
20 pois não serão vocês que estarão falando, mas o Espírito do Pai de vocês falará por intermédio de vocês.
21 און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער זיין קינד, און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן די עלטערן און וועלן זיי טייטן.
21 "O irmão entregará à morte o seu irmão, e o pai o seu filho; filhos se rebelarão contra seus pais e os matarão.
22 און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען. ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
22 Todos odiarão vocês por minha causa, mas aquele que perseverar até o fim será salvo.
23 און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.
23 Quando forem perseguidos num lugar, fujam para outro. Eu lhes garanto que vocês não terão percorrido todas as cidades de Israel antes que venha o Filho do homem.
24 א תלמיד איז נישט איבער זיין רבין, און א קנעכט נישט איבער זיין האר.
24 "O discípulo não está acima do seu mestre, nem o servo acima do seu senhor.
25 עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!
25 Basta ao discípulo ser como o seu mestre, e ao servo, como o seu senhor. Se o dono da casa foi chamado Belzebu, quanto mais os membros da sua família!
26 דעריבער זאלט איר זיך נישט פארכטן פאר זיי! מחמת עס איז נישטא קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן; און קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט ווערן.
26 "Portanto, não tenham medo deles. Não há nada escondido que não venha a ser revelado, nem oculto que não venha a se tornar conhecido.
27 וואס איך זאג אייך אין דער פינסטער, דאס זאלט איר רעדן אינם ליכט, און וואס עס ווערט אייך געשעפטשעט אין אויער אריין, דאס זאלט איר אויסרופן אויף די דעכער.
27 O que eu lhes digo na escuridão, falem à luz do dia; o que é sussurrado em seus ouvidos, proclamem dos telhados.
28 און פארכט זיך נישט פאר די, וואס טייטן דעם גוף, אבער האבן נישט קיין קראפט צו טייטן די נשמה; אמער זאלט איר זיך פארכטן פאר דעם, וואס איז בכוח צו פארדארבן סיי די נשמה סיי דעם גוף אין גיהנום.
28 Não tenham medo dos que matam o corpo, mas não podem matar a alma. Antes, tenham medo daquele que pode destruir tanto a alma como o corpo no inferno.
29 פארקויפט מען דען נישט צוויי פייגעלעך פאר איין פרוטה? און דאך פאלט נישט קיין איינס פון זיי צו דער ערד אָן אייער פאטער.
29 Não se vendem dois pardais por uma moedinha? Contudo, nenhum deles cai no chão sem o consentimento do Pai de vocês.
30 ביי אייך אבער זענען אפילו די האר פון קאפ אלע געציילט.
30 Até os cabelos da cabeça de vocês estão todos contados.
31 דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן; איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך.
31 Portanto, não tenham medo; vocês valem mais do que muitos pardais!
32 ווער זשע עס וועט מיך מתוודה זיין פאר די מענטשן, וועל איך דעם אויך מתוודה זיין פאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
32 "Quem, pois, me confessar diante dos homens, eu também o confessarei diante do meu Pai que está nos céus.
33 ווער אבער עס וועט מיך פארלייקענען פאר די מענטשן, וועל איך דעם אויך פארלייקענען פאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
33 Mas aquele que me negar diante dos homens, eu também o negarei diante do meu Pai que está nos céus.
34 איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען, כדי צו ברענגען שלום אויף דער ערד. איך בין נישט געקומען ברענגען שלום, נאר א שווערד.
34 "Não pensem que vim trazer paz à terra; não vim trazer paz, mas espada.
35 מחמת איך בין געקומען אפצושיידן א מענטשן פון זיין פאטער, און א טאכטער פון איר מוטער, און א שנור פון איר שוויגער,
35 Pois vim para fazer que ‘o homem fique contra seu pai, a filha contra sua mãe, a nora contra sua sogra;
36 און א מענטשנס שונאים וועלן זיין זיינע אייגענע בני בית.
36 os inimigos do homem serão os da sua própria família’.
37 ווער עס האט ליב פאטער אדער מוטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט; און ווער עס האט ליב זון אדער טאכטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט.
37 "Quem ama seu pai ou sua mãe mais do que a mim não é digno de mim; quem ama seu filho ou sua filha mais do que a mim não é digno de mim;
38 און ווער עס נעמט נישט זיין בוים, און פאלגט מיר נאך, איז מיך נישט ווערט.
38 e quem não toma a sua cruz e não me segue, não é digno de mim.
39 ווער עס געפינט זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן; און ווער עס פארלירט זיין לעבן פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס געפינען.
39 Quem acha a sua vida a perderá, e quem perde a sua vida por minha causa a encontrará.
40 דער, וואס נעמט אייך אויף, נעמט מיך אויף; און דער, וואס נעמט מיך אויף, נעמט אויף דעם. וואס האט מיך געשיקט.
40 "Quem recebe vocês, recebe a mim; e quem me recebe, recebe aquele que me enviou.
41 דער, וואס נעמט אויף א נביא אין דעם נאמען פון א נביא, וועט באקומען דעם שכר פון א נביא; און דער, וואס נעמט אויף א צדיק אין דעם נאמען פון א צדיק, וועט ער באקומען דעם שכר פון א צדיק. און דער,
41 Quem recebe um profeta, porque ele é profeta, receberá a recompensa de profeta, e quem recebe um justo, porque ele é justo, receberá a recompensa de justo.
42 וואס וועט געבן צו טרינקען איינעם פון די דאזיקע קליינע בלויז א טעפעלע קאלט וואסער אין דעם נאמען פון א תלמיד, באמת זאג איך אייך; ער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר!
42 E se alguém der mesmo que seja apenas um copo de água fria a um destes pequeninos, porque ele é meu discípulo, eu lhes asseguro que não perderá a sua recompensa".
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Mateus 10, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.