Marcos 9
ydd (YDD) vs NAA
1 און ער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, עס זענען פאראן אייניקע, וואס שטייען דא, וועלכע וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳ געקומען מיט מאכט.
1 Dizia-lhes ainda:
2 און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן, און פירט זיי ארויף אויף א הויכן בארג איינע אליין; און ער האט זיך פארענדערט פאר זיי;
2 Seis dias depois, Jesus tomou consigo Pedro, Tiago e João e os levou, em particular, a sós, a um alto monte. E Jesus foi transfigurado diante deles.
3 און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק, זייער ווייס, ווי קיין וואלקער אויף דער ערד קען נישט אזוי ווייס מאכן.
3 As suas roupas se tornaram resplandecentes, de um branco muito intenso, como nenhum lavandeiro no mundo as poderia alvejar.
4 און אליהו (הנביא) האט זיך צו זיי באוויזן צוזאמען מיט משה (רבינו), און זיי האבן גערעדט מיט יהושען/ישוען.
4 E lhes apareceu Elias com Moisés, e estavam falando com Jesus.
5 און ענטפערנדיק זאגט פעטרוס צו יהושען/ישוען: רבי, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי געצעלטן: פאר דיר איינס, און פאר משהן איינס, און פאר אליהו איינס;
5 Então Pedro, tomando a palavra, disse a Jesus: — Mestre, bom é estarmos aqui. Façamos três tendas: uma para o senhor, outra para Moisés e outra para Elias.
6 ווארום ער האט נישט געוואוסט, וואס ער זאל ענטפערן; ווארום זיי האבן זיך זייער געפארכטן.
6 Pois não sabia o que dizer, por estarem eles apavorados.
7 און א וואלקן איז געקומען און האט זיי באשאטנט; און אויס דעם וואלקן איז געקומען א קול: דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אים זאלט איר הערן!
7 A seguir, veio uma nuvem que os envolveu; e dela veio uma voz que dizia: — Este é o meu Filho amado; escutem o que ele diz!
8 און פלוצלונג, ארומקוקנדיק זיך, האבן זיי מער קיינעם נישט געזען, אחוץ יהושען/ישוען אליין מיט זיי.
8 E, de repente, olhando ao redor, não viram mais ninguém com eles, a não ser Jesus.
9 און ווען זיי זענען אראפגעגאנגען פונם בארג, האט ער זיי באפוילן, אז זיי זאלן קיינעם נישט דערציילן, וואס זיי האבן געזען, אחוץ ווען דער בר אנש וועט זיין אויפגעשטאנען פון די טויטע.
9 Ao descerem do monte, Jesus lhes ordenou que não divulgassem as coisas que tinham visto, até o dia em que o Filho do Homem ressuscitasse dentre os mortos.
10 און זיי האבן באהאלטן דאס ווארט, און האבן זיך געפרעגט איינס דאס אנדערע, וואס עס באטייט דאס אויפשטיין פון די טויטע.
10 Eles guardaram a recomendação, perguntando uns aos outros o que seria esse ressuscitar dentre os mortos.
11 און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: די סופרים זאגן, אז אליהו מוז קומען צום ערשט. (מלאכי ד, ה-ו.)
11 Então perguntaram a Jesus: — Por que os escribas dizem ser necessário que Elias venha primeiro?
12 און ער האט צו זיי געזאגט: אליהו קומט טאקע צום ערשט, און שטעלט אלץ צוריק; און וויאזוי שטייט געשריבן וועגן דעם בר אנש אז ער וועט א סך ליידן און צונישט געמאכט ווערן? (ישעיהו נג, ג.)
12 Jesus respondeu:
13 איך זאג אייך אבער, אז אליהו איז אויך שוין געקומען, און זיי האבן מיט אים געטאן, וואס זיי האבן געוואלט, אזוי ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים.
13 Eu, porém, lhes digo que Elias já veio, e fizeram com ele tudo o que quiseram, como está escrito a respeito dele.
14 און קומענדיק צו די תלמידים, האבן זיי געזען א גרויסן המון מענטשן ארום זיי, און סופרים האלטן מיט זיי א וויכוח.
14 Quando eles se aproximaram dos outros discípulos, viram numerosa multidão ao redor deles e os escribas discutindo com eles.
15 און גלייך ווי דער המון מענטשן האבן אים דערזען, זענען זיי דערשטוינט געווארן, און זענען אים אקייגנגעלאפן און אים אפגעגעבן שלום.
15 E logo toda a multidão, ao ver Jesus, ficou surpresa e, correndo até ele, o saudava.
16 און ער האט זיי געפרעגט: איבער וואס האלט איר מיט זיי א וויכוח?
16 Então Jesus perguntou:
17 און איינער אויס דעם המון האט אים געענטפערט: רבי, איך האב געברענגט צו דיר מיין זון, וועלכער האט א שטומען גייסט;
17 E um, do meio da multidão, respondeu: — Mestre, eu trouxe até o senhor o meu filho, que está possuído de um espírito mudo;
18 און וואו נאר ער כאפט אים אָן, רייסט ער אים, און ער שוימט פארן מויל, און קריצט מיט די ציין, און ווערט פארדארט; און איך האב שוין געזאגט דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן; און זיי האבן נישט געקענט.
18 e este, sempre que se apossa dele, lança-o por terra, e ele espuma, range os dentes e vai definhando. Pedi aos seus discípulos que o expulsassem, mas eles não puderam.
19 ער אבער ענטפערנדיק זאגט צו זיי: אָ, אומגלויביק דור! ווילאנג זאל איך נאך זיין מיט אייך? ביז ווען זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר!
19 Então Jesus exclamou:
20 און זיי האבן אים געברענגט צו אים; און ווי ער האט אים דערזען, האט דער גייסט אים גלייך א ריס געטאן; און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, האט זיך געוואלגערט, שוימענדיק פארן מויל,
20 E eles o trouxeram. Quando ele viu Jesus, o espírito imediatamente agitou o menino com violência, e, caindo ele por terra, revolvia-se espumando.
21 און ער האט געפרעגט זיין פאטער: ווילאנג איז שוין זינט דאס דאזיקע איז געשען צו אים? און ער האט געזאגט: פון קינדווייז אָן;
21 Jesus perguntou ao pai do menino: O pai respondeu: — Desde a infância;
22 און אפטמאל האט ער אים געווארפן אין פייער אריין און אין וואסער אריין, כדי ער זאל אים אומברענגען; נאר אויב דו ביסט עפעס בכוח, העלף אונדז, און דערבארם דיך אויף אונדז!
22 e muitas vezes o tem lançado no fogo e na água, para o matar. Mas, se o senhor pode fazer alguma coisa, tenha compaixão de nós e ajude-nos.
23 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט.
23 Ao que Jesus respondeu:
24 גלייך האט דער פאטער פון דעם יינגל א געשריי געטאן, און געזאגט: איך גלויב; העלף מיין אומגלויבן!
24 E imediatamente o pai do menino exclamou: — Eu creio! Ajude-me na minha falta de fé!
25 און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים!
25 Vendo Jesus que muita gente estava se reunindo, repreendeu o espírito imundo, dizendo-lhe:
26 און ער האט א געשריי געטאן, און האט אים זייער פיל געריסן, און איז ארויסגעגאנגען; און ער איז געווארן ווי טויט, אז א רבים האבן געזאגט, אז ער איז געשטארבן!
26 E ele, gritando e agitando-o muito, saiu, deixando-o como se estivesse morto, a ponto de muitos dizerem: — Morreu.
27 יהושע/ישוע אבער האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אים אויפגעהויבן; און ער האט זיך אויפגעשטעלט.
27 Mas Jesus, tomando-o pela mão, o ergueu, e ele se levantou.
28 און ווען ער איז אריינגעגאנגען אינם הויז, האבן זיינע תלמידים, גאנץ אליין, אים געפרעגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען בכוח אים ארויסצוטרייבן?
28 Quando Jesus entrou em casa, os seus discípulos lhe perguntaram em particular: — Por que nós não pudemos expulsá-lo?
29 און ער האט צו זיי געזאגט: דער דאזיקער מין (בייזע גייסטער) קען בשום אופן נישט ארויסגיין, אחוץ דורך תפילה און תעניתים.
29 Jesus respondeu:
30 און זיי זענען פון דארטן אוועק, און זענען געגאנגען דורך גליל; און ער האט נישט געוואלט, אז עמיצער זאל עס וויסן.
30 E, tendo saído dali, passavam pela Galileia, e Jesus não queria que ninguém o soubesse,
31 ווארום ער האט געלערנט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן, און זיי וועלן אים טייטן; און זייענדיק געטייט, וועט ער אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.
31 porque ensinava os seus discípulos e lhes dizia:
32 זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס ווארט, און האבן זיך געפארכטן אים צו פרעגן.
32 Eles, porém, não compreendiam isto e tinham medo de perguntar.
33 און די זענען געקומען קיין כפר‑נחום; און זייענדיק אינם הויז, האט ער זיי געפרעגט: וועגן וואס האט איר זיך מתווכח געווען אויפן וועג?
33 Chegaram, então, a Cafarnaum. Estando em casa, Jesus perguntou aos discípulos:
34 זיי אבער האבן געשוויגן; ווייל אונטערוועגנס האבן זיי געהאלטן א וויכוח איינער מיטן אנדערן, ווער עס איז דער גרעסטער.
34 Mas eles se calaram, porque, no caminho, tinham discutido entre si sobre quem era o maior.
35 און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און האט גערופן די צוועלף; און זאגט צו זיי: אויב איינער וויל זיין דער ערשטער, זאל ער זיין דער לעצטער פון אלע, און אלעמענס משרת.
35 E Jesus, assentando-se, chamou os doze e lhes disse:
36 און האט גענומען א קינד, און עס אנידערגעשטעלט אין זייער מיט; און ער האט עס גענומען אויף זיינע ארעמס, און צו זיי געזאגט:
36 Trazendo uma criança, colocou-a no meio deles e, tomando-a nos braços, disse-lhes:
37 ווער עס וועט אויפנעמען איינס פון אזעלכע קינדער אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט נישט אויף מיך, נאר דעם, וואס האט מיך געשיקט.
37 — Quem receber uma criança, tal como esta, em meu nome, recebe a mim; e quem receber a mim, não é a mim que recebe, mas aquele que me enviou.
38 יוחנן האט צו אים געזאגט; רבי, מיר האבן געזען איינעם ארויסטרייבן בייזע גייסטער אין דיין נאמען; און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט אונדז נישט נאך.
38 João disse a Jesus: — Mestre, vimos um homem que expulsava demônios em seu nome, mas nós o proibimos de fazer isso, porque não nos seguia.
39 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: איר זאלט אים נישט פארווערן! ווייל עס איז נישט פאראן קיין מענטש, וועלכער וועט טאן א וואונדער אין מיין נאמען, און וואס וועט גיך קענען רעדן שלעכטס אויף מיר.
39 Mas Jesus respondeu:
40 ווארום ווער עס איז נישט קעגן אונדז, דער איז פאר אונדז.
40 Pois quem não é contra nós é a favor de nós.
41 ווארום ווער עס וועט אייך געבן צו טרינקען א טעפעלע וואסער, פון מיינעטוועגן, ווייל איר געהערט צום משיח, באמת זאג איך אייך, דער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר.
41 Pois aquele que lhes der de beber um copo de água, em meu nome, porque vocês são de Cristo, em verdade lhes digo que de modo nenhum perderá a sua recompensa.
42 און ווער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן וואלט עס געווען פיל בעסער פאר אים אויב א גרויסער מילשטיין וואלט געלייגט געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין.
42 — E, se alguém fizer tropeçar um destes pequeninos que creem em mim, seria melhor para esse que uma grande pedra de moinho fosse pendurada ao seu pescoço e fosse jogado no mar.
43 און אויב דיין האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין לעבן אריין א קאליקע, ווי צו האבן דיינע ביידע הענט און צו גיין אין גיהנום אריין—אין דעם פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס, וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן. (ישעיהו סו, כד.)
43 E, se a sua mão leva você a tropeçar, corte-a; pois é melhor você entrar aleijado na vida do que, tendo as duas mãos, ir para o inferno, para o fogo que nunca se apaga
44 — ausente —
44 [onde não lhes morre o verme, nem o fogo se apaga].
45 און אויב דיין פוס פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק אים אפ! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין לעבן לאם, ווי צו האבן דיינע ביידע פיס און אריינגעווארפן צו ווערן אין גיהנום, וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן.
45 E, se o seu pé leva você a tropeçar, corte-o; pois é melhor você entrar na vida aleijado do que, tendo os dois pés, ser lançado no inferno
46 — ausente —
46 [onde não lhes morre o verme, nem o fogo se apaga].
47 און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין ה׳ס קעניגרייך מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין גיהנום אריין,
47 E, se um dos seus olhos leva você a tropeçar, arranque-o; pois é melhor você entrar no Reino de Deus com um olho só do que, tendo os dois, ser lançado no inferno,
48 וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן.
48 onde não lhes morre o verme, nem o fogo se apaga.
49 ווארום יעדער איינער מוז געזאלצן ווערן מיט פייער.
49 — Porque cada um será salgado com fogo.
50 דאס זאלץ איז גוט; אויב אבער דאס זאלץ ווערט אומגעזאלצן, מיט וואס וועט איר עס ווירצן? האט זאלץ אין זיך, און לעבט בשלום איינער מיט דעם אנדערן.
50 O sal é bom; mas, se o sal vier a se tornar insípido, como lhe restaurar o sabor? Tenham sal em vocês mesmos e paz uns com os outros.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Marcos 9, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.