Marcos 8

ydd (YDD) vs BKJ

Sair da comparação
1 אין יענע טעג, ווען עס איז ווידער געווען א גרויסע מאסע מענטשן, און זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן, האט ער גערופן צו זיך די תלמידים, און זאגט צו זיי:
1 Naqueles dias, sendo a multidão muito grande, e não tendo o que comer, Jesus chamou a si os seus discípulos, e disse-lhes:
2 עס טוט מיר לייד אויף דער מאסע מענטשן, ווייל שוין דריי טעג זענען זיי ביי מיר געבליבן, און האבן נישט וואס צו עסן;
2 Eu tenho compaixão da multidão, porque já estão comigo há três dias, e não têm o que comer;
3 און אויב איך זאל זיי לאזן גיין אהיים פאסטנדיק, וועלן זיי פארשמאכטן אונטערוועגנס; ווייל א טייל זענען געקומען פון ווייט.
3 e, se os deixar ir em jejum, para suas casas, desfalecerão no caminho; porquanto vários deles vieram de longe.
4 און זיינע תלמידים האבן אים געענטפערט: פונוואנען וועט מען דא אין דער מדבר קענען זעטיקן די דאזיקע מיט ברויט?
4 E os seus discípulos responderam-lhe: De onde poderá um homem satisfazer estes homens com pão aqui no deserto?
5 און ער האט זיי געפרעגט: וויפל ברויטן האט איר? האבן זיי געזאגט: זיבן.
5 E ele perguntou-lhes: Quantos pães tendes? E disseram-lhe: Sete.
6 און ער האט באפוילן דעם המון מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; און האט גענומען די זיבן ברויטן, געמאכט א ברכה, האט זיי צעבראכן, און געגעבן צו זיינע תלמידים, אז זיי זאלן זיי אויסטיילן; און זיי האבן זיי צעטיילט (צווישן) דער מאסע מענטשן.
6 E ele ordenou ao povo que se assentasse no chão. E, tomando os sete pães, e tendo dado graças, partiu-os, e deu-os aos seus discípulos, para colocarem diante deles, e puseram-nos diante do povo.
7 און זיי האבן געהאט אייניקע קליינע פישלעך; און ווען ער האט געמאכט א ברכה, האט ער געהייסן מען זאל אויך די דאזיקע צעטיילן.
7 E tendo alguns pequenos peixes, ele os abençoou, e também ordenou-lhes para que colocassem diante deles.
8 און זיי האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און האבן אויפגעהויבן, פון די איבערגעבליבענע ברעקלעך, זיבן קערב.
8 Então eles comeram, e saciaram-se; e tomaram dos pedaços que sobraram, sete cestos.
9 און עס זענען געווען אן ערך פיר טויזנט; און ער האט זיי אוועקגעשיקט.
9 E os que haviam comido eram cerca de quatro mil; e ele os despediu.
10 און גלייך איז ער איינגעשטיגן אין דעם שיפל צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און איז געקומען אין די געגנטן פון דלמנותא.
10 E ele entrando imediatamente no barco com os seus discípulos, foi para as regiões de Dalmanuta.
11 און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אנגעהויבן האלטן וויכוחים מיט אים, זוכנדיק פון אים א צייכן פון הימל, כדי אים אויסצופרואוון.
11 E vindo os fariseus, começaram a questioná-lo, tentando-o, procurando um sinal do céu.
12 און ער האט טיף געזיפצט אין זיין גייסט, און געזאגט: וואס זוכט דאס דאזיקע דור א צייכן? באמת זאג איך אייך: קיין צייכן וועט נישט געגעבן ווערן דעם דאזיקן דור.
12 E, suspirando profundamente em seu espírito, disse: Por que procura esta geração um sinal? Na verdade eu vos digo que a esta geração não se dará nenhum sinal.
13 און האט זיי פארלאזט, און איז ווידער איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און איז אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט.
13 E, deixando-os, tornou a entrar no barco, e foi para o outro lado.
14 און זיי האבן פארגעסן מיטצונעמען ברויט; און אחוץ איין לעבל האבן זיי נישט געהאט מער מיט זיך אינם שיפל.
14 Ora, os discípulos tinham se esquecido de levar pães, e no barco não tinham consigo senão um pão.
15 און ער האט זיי געווארנט, אזוי צו זאגן: גיט אכטונג, היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און פארן זויערטייג פון הורדוסן!
15 E ele ordenou-lhes, dizendo: Fiquem atentos, guardai-vos do fermento dos fariseus e do fermento de Herodes.
16 און זיי האבן עס איבערגערעדט איינער מיט דעם אנדערן: דאס איז ווייל האבן נישט קיין ברויט.
16 E eles arrazoavam entre si, dizendo: Isto é porque não temos pão.
17 און יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר (אזעלכע) מחשבות, ווייל איר האט נישט קיין ברויט? צי פארשטייט איר נאך אלץ נישט און זענט נישט משיג? איז אייער הארץ נאך אלץ פארהארטעוועט?
17 E Jesus, percebendo isso, disse-lhes: Por que argumentais, por não terdes pão? Ainda não percebeis, nem compreendeis? Tendes ainda o vosso coração endurecido?
18 איר האט אויגן און זעט נישט, און אויערן און הערט נישט? און צי געדענקט איר נישט,
18 Tendo olhos, não vedes? E tendo ouvidos, não ouvis? E não vos lembrais?
19 ווען איך האב צעבראכן די פינף ברויטן פאר די פינף טויזנט, וויפל קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? זאגן זיי צו אים: צוועלף!
19 Quando eu parti os cinco pães entre os cinco mil, quantos cestos cheios de pedaços tomastes? E eles disseram-lhe: Doze.
20 און ווען די זיבן (ברויטן) פאר די פיר טויזנט, וויפל גרויסע קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? און זיי זאגן: זיבן!
20 E, quando parti os sete entre os quatro mil, quantos cestos cheios de pedaços tomastes? E disseram-lhe: Sete.
21 און ער האט צו זיי געזאגט: צי זענט איר נאך אלץ נישט משיג?
21 E ele lhes disse: Como é que vocês não compreendem ainda?
22 און זיי זענען געקומען קיין בית‑צידה. און מען האט געברענגט צו אים א בלינדן, און אים געבעטן, אז ער זאל אים אנרירן.
22 E ele chegou a Betsaida; e trouxeram-lhe um homem cego, e pediram-lhe para tocá-lo.
23 און ער האט אנגענומען דעם בלינדן ביי דער האנט, און אים ארויסגעפירט אויסער דעם דארף; האט אים ארויפגעשפיגן אויף די אויגן, און ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און אים געפרעגט, צי ער זעט עפעס.
23 E ele tomou o homem cego pela mão, e o levou para fora da aldeia; e ele cuspindo nos seus olhos, e impondo suas mãos sobre ele, perguntou-lhe se ele enxergava alguma coisa.
24 און ער האט א בליק געטאן און געזאגט: איך זע די מענטשן; אז ווי ביימער זע איך זיי ארומגיין!
24 E ele, olhando para cima, disse: Eu vejo homens como árvores, andando.
25 נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס.
25 Depois disto, ele colocou novamente suas mãos sobre os seus olhos, e o fez olhar para cima; e ele foi restaurado, e viu a cada homem claramente.
26 און ער האט אים אוועקגעשיקט אהיים, און געזאגט: אין דעם דארף זאלסטו אפילו נישט אריינגיין!
26 E ele o mandou embora para sua casa, dizendo: Nem entres na aldeia, nem o digas a ninguém da aldeia.
27 און יהושע/ישוע איז ארויסגעגאנגען, און זיינע תלמידים, אין די דערפער אריין פון קסריה פון פיליפוס; און אונטערוועגנס האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, זאגנדיק צו זיי: ווער זאגן די מענטשן, אז איך בין?
27 E saiu Jesus, e os seus discípulos, para as aldeias de Cesareia de Filipe; no caminho ele perguntou aos seus discípulos, dizendo: Quem dizem os homens que eu sou?
28 און זיי האבן אים געענטפערט, אזוי צו זאגן: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; און אנדערע, אליהו; אנדערע אבער, אז איינער פון די נביאים.
28 E eles responderam: João, o Batista; mas alguns dizem: Elias; e outros: Um dos profetas.
29 און ער האט זיי געפרעגט: איר אבער, ווער זאגט איר, אז איך בין? ענטפערנדיק זאגט פעטרוס צו אים: דו ביסט דער משיח!
29 E ele lhes disse: Mas vós, quem dizeis que eu sou? E, respondendo Pedro, lhe disse: Tu és o Cristo.
30 און ער האט זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן וועגן אים.
30 E ele ordenou-lhes que não contassem a nenhum homem sobre ele.
31 און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.
31 E ele começou a ensinar-lhes que o Filho do homem deveria sofrer muitas coisas, e ser rejeitado pelos anciãos, e pelos principais sacerdotes e escribas, que fosse morto, e após três dias ressuscitar.
32 און ער האט דאס ווארט גערעדט אפן, נישט פארהוילן. און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און אנגעהויב אנצושרייען אויף אים.
32 E ele falava estas palavras publicamente. E Pedro, tomando-o, começou a repreendê-lo.
33 ער אבער האט זיך אויסגעדרייט, און געקוקט אויף זיינע תלמידים, און האט אנגעשריגן אויף פעטרוסן, און זאגט: אוועק, הינטער מיר, שׂטן! ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס איז שייך ה׳, נאר דאס, וואס איז שייך מענטשן!
33 Mas ele, virando-se, e olhando para os seus discípulos, repreendeu a Pedro, dizendo: Para trás de mim, Satanás; porque tu não tens gosto das coisas que são de Deus, mas das coisas que são dos homens.
34 און האט צוגערופן צו זיך דעם המון מענטשן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און זאל ער נעמען זיין בוים. און מיר נאכפאלגן.
34 E chamando a si a multidão, com os seus discípulos, disse-lhes: Se alguém quiser vir após mim, negue-se a si mesmo, tome a sua cruz, e siga-me.
35 ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין לעבן צוליב מיר און דער גוטער בשורה, דער וועט עס אפראטעווען.
35 Porque aquele que quiser salvar a sua vida, perdê-la-á; mas quem perder a sua vida por minha causa e do evangelho, salvá-la-á.
36 ווארום וואס לוינט זיך א מענטשן צו געווינען די גאנצע וועלט, און צו פארלירן זיין נפש?
36 Porquanto, que lucro tem o homem em ganhar o mundo inteiro, se perder a sua própria alma?
37 ווארום וואס פאר אן אויסלייז געלט זאל א מענטש געבן פאר זיין נפש?
37 Ou que dará o homem em troca de sua alma?
38 ווארום ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע ווערטער אין דעם דאזיקן נואפדיקן און זינדיקן דור, וועט דער בר אנש זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט די הייליקע מלאכים.
38 Porquanto, qualquer que, entre esta geração adúltera e pecadora, se envergonhar de mim e das minhas palavras, também dele se envergonhará o Filho do homem, quando vier na glória de seu Pai, com os santos anjos.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Marcos 8, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.