Marcos 6
ydd (YDD) vs ARIB
1 און ער איז פון דארטן אוועקגעגאנגען, און איז געקומען אין זיין פאטערשטאט אריין; און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט.
1 Saiu Jesus dali, e foi para a sua terra, e os seus discípulos o seguiam.
2 און ווען עס איז געקומען שבת, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דער שול; און א סך, ווען זיי האבן אים געהערט, האבן געשטוינט, און געזאגט: פונוואנען קומט צו אים אזעלכעס? און וואס איז דאס פאר א חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן? און אזעלכע וואונדער געשען דורך זיינע הענט!
2 Ora, chegando o sábado, começou a ensinar na sinagoga; e muitos, ao ouvi-lo, se maravilhavam, dizendo: Donde lhe vêm estas coisas? e que sabedoria é esta que lhe é dada? e como se fazem tais milagres por suas mãos?
3 צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים.
3 Não é este o carpinteiro, filho de Maria, irmão de Tiago, de José, de Judas e de Simão? e não estão aqui entre nós suas irmãs? E escandalizavam-se dele.
4 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: קיין נביא איז נישט אָן כבוד אחוץ אין זיין פאטערלאנד און צווישן זיינע קרובים און אין זיין אייגן הויז.
4 Então Jesus lhes dizia: Um profeta não fica sem honra senão na sua terra, entre os seus parentes, e na sua própria casa.
5 און ער האט דארטן נישט געקענט טאן קיין וואונדער, אויסער וואס ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אייניקע שלאפע, און זיי געהיילט.
5 E não podia fazer ali nenhum milagre, a não ser curar alguns poucos enfermos, impondo-lhes as mãos.
6 און ער האט זיך געוואונדערט איבער זייער אומגלויבן.
6 E admirou-se da incredulidade deles. Em seguida percorria as aldeias circunvizinhas, ensinando.
7 און ער האט גערופן צו זיך די צוועלף, און האט אנגעהויבן זיי ארויסצושיקן צווייענווייז, און זיי געגעבן מאכט איבער די אומריינע גייסטער;
7 E chamou a si os doze, e começou a enviá-los a dois e dois, e dava-lhes poder sobre os espíritos imundos;
8 און ער האט זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט מיטנעמען קיין זאך אויפן וועג, נאר בלויז א שטעקן—נישט קיין ברויט, נישט קיין טייסטער, נישט קיין געלט אין גארטל;
8 ordenou-lhes que nada levassem para o caminho, senão apenas um bordão; nem pão, nem alforje, nem dinheiro no cinto;
9 נאר סאנדאלן זאלן זיי זיך אונטערבינדן, און נישט אנטאן קיין צוויי העמדער.
9 mas que fossem calçados de sandálias, e que não vestissem duas túnicas.
10 און האט צו זיי געזאגט: וואו נאר איר וועט אריינגיין אין א הויז, זאלט איר דארט בלייבן ביז איר וועט אוועקגיין פון יענעם ארט.
10 Dizia-lhes mais: Onde quer que entrardes numa casa, ficai nela até sairdes daquele lugar.
11 און וועלכעס ארט עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און מען וועט אייך נישט וועלן הערן, זאלט איר ביים אוועקגיין פון דארטן אפשאקלען דעם שטויב פון אונטער אייערע פיס, ווי אן עדות צו זיי.
11 E se qualquer lugar não vos receber, nem os homens vos ouvirem, saindo dali, sacudi o pó que estiver debaixo dos vossos pés, em testemunho conta eles.
12 און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן, אז מען זאל תשובה טאן,
12 Então saíram e pregaram que todos se arrependessem;
13 און האבן ארויסגעטריבן א סך בייזע גייסטער, און געזאלבט א סך שלאפע מיט אייל, און זיי געהיילט.
13 e expulsavam muitos demônios, e ungiam muitos enfermos com óleo, e os curavam.
14 און דער קעניג הורדוס האט געהערט וועגן דעם, (ווארום זיין נאמען איז באקאנט געווארן) און האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, און דערפאר ווירקן די כוחות אין אים!
14 E soube disso o rei Herodes {porque o nome de Jesus se tornara célebre}, e disse: João, o Batista, ressuscitou dos mortos; e por isso estes poderes milagrosos operam nele.
15 אנדערע אבער האבן געזאגט, אז ער איז אליהו. און אנדערע האבן געזאגט, אז ער איז א נביא ווי איינער פון די נביאים.
15 Mas outros diziam: É Elias. E ainda outros diziam: É profeta como um dos profetas.
16 און ווען הורדוס האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: יוחנן, וועמען איך האב אפגעהאקט דעם קאפ, ער איז ווידער אויפגעשטאנען.
16 Herodes, porém, ouvindo isso, dizia: É João, aquele a quem eu mandei degolar: ele ressuscitou.
17 ווארום הורדוס אליין האט געשיקט און געלאזט כאפן יוחנן, און האט אים געבונדן אין תפיסה צוליב הורודיה, דאס ווייב פון פיליפוס זיין ברודער, ווייל ער האט מיט איר חתונה געהאט.
17 Porquanto o próprio Herodes mandara prender a João, e encerrá-lo maniatado no cárcere, por causa de Herodias, mulher de seu irmão Filipe; porque ele se havia casado com ela.
18 ווארום יוחנן האט געזאגט צו הורדוסן: דו טארסט נישט האבן דיין ברודערס ווייב!
18 Pois João dizia a Herodes: Não te é lícito ter a mulher de teu irmão.
19 און הורודיה האט אים פיינט געקריגן, און אים געוואלט טייטן, און האט נישט געקענט;
19 Por isso Herodias lhe guardava rancor e queria matá-lo, mas não podia;
20 ווייל הורדוס האט זיך געפארכטן פאר יוחנן, וויסנדיק אז ער איז אן איש צדיק וקדוש; און האט אים געשיצט. און ווען ער האט אים געהערט, איז ער געווען אין גרויס פארלעגנהייט, און דאך האט ער אים גערן געהערט.
20 porque Herodes temia a João, sabendo que era varão justo e santo, e o guardava em segurança; e, ao ouvi-lo, ficava muito perplexo, contudo de boa mente o escutava.
21 און ווען עס איז געקומען א געלעגנהייטלעכער טאג, בשעת הורדוס האט אויף זיין געבוירנטאג געמאכט א סעודה פאר זיינע גרויסע לייט, און די הויכע אפיצירן, און די חשובסטע מענטשן פון גליל,
21 Chegado, porém, um dia oportuno quando Herodes no seu aniversário natalício ofereceu um banquete aos grandes da sua corte, aos principais da Galiléia,
22 איז די טאכטער פון הורודיה אליין אריינגעקומען און האט געטאנצט, און זי איז וואוילגעפעלן הורדוסן און זיינע געסט. און דער קעניג האט געזאגט צום מיידל: בעט פון מיר וואס דו ווילסט נאר, און איך וועל עס דיר געבן!
22 entrou a filha da mesma Herodias e, dançando, agradou a Herodes e aos convivas. Então o rei disse à jovem: Pede-me o que quiseres, e eu to darei.
23 און ער האט איר צוגעשוואוירן: וואס דו וועסט בעטן, וועל איך דיר געבן, ביז א העלפט פון מיין קעניגרייך.
23 E jurou-lhe, dizendo: Tudo o que me pedires te darei, ainda que seja metade do meu reino.
24 און זי איז ארויסגעגאנגען, און האט געזאגט צו איר מוטער: וואס זאל איך בעטן? און זי האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ!
24 Tendo ela saído, perguntou a sua mãe: Que pedirei? Ela respondeu: A cabeça de João, o Batista.
25 און זי איז תיכף אריינגעגאנגען גיך צום קעניג, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: איך פארלאנג, אז דו זאלסט מיר איצט געבן קאפ פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה אויף א טעלער!
25 E tornando logo com pressa à presença do rei, pediu, dizendo: Quero que imediatamente me dês num prato a cabeça de João, o Batista.
26 און דער קעניג איז טרויעריק געווארן, נאר צוליב די שבועות און די געסט האט ער איר נישט געוואלט אפזאגן.
26 Ora, entristeceu-se muito o rei; todavia, por causa dos seus juramentos e por causa dos que estavam à mesa, não lha quis negar.
27 און דער קעניג האט גלייך געשיקט א לייבוואכמאן, און האט אים באפוילן צו ברענגען זיין קאפ; און ער איז אוועקגעגאנגען און האט אים אפגעהאקט דעם קאפ אין תפיסה,
27 O rei, pois, enviou logo um soldado da sua guarda com ordem de trazer a cabeça de João. Então ele foi e o degolou no cárcere,
28 און געברענגט זיין קאפ אויף א טעלער, און האט אים געגעבן דעם מיידל; און דאס מיידל האט אים געגעבן צו איר מוטער.
28 e trouxe a cabeça num prato e a deu à jovem, e a jovem a deu à sua mãe.
29 און ווען זיינע תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי געקומען און האבן גענומען זיין קערפער, און אים געלייגט אין א קבר אריין.
29 Quando os seus discípulos ouviram isso, vieram, tomaram o seu corpo e o puseram num sepulcro.
30 און די שליחים האבן זיך פארזאמלט ביי יהושען/ישוען; און אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן, און וואס זיי האבן געלערנט.
30 Reuniram-se os apóstolos com Jesus e contaram-lhe tudo o que tinham feito e ensinado.
31 און ער האט צו זיי געזאגט: קומט איר אליין אויף אן איינזאם ארט, און רוט זיך אביסל אפ! ווארום א סך זענען געקומען און געגאנגען, אז זיי האבן אפילו נישט געהאט קיין צייט צו עסן.
31 Ao que ele lhes disse: Vinde vós, à parte, para um lugar deserto, e descansai um pouco. Porque eram muitos os que vinham e iam, e não tinham tempo nem para comer.
32 און זיי זענען אוועק אינם שיפל צו אן איינזאם ארט אליין.
32 Retiraram-se, pois, no barco para um lugar deserto, à parte.
33 און מען האט זיי געזען אוועקפארן, און א סך האבן זיי דערקענט, און זענען אהינגעקומען צולויפן צופוס פון אלע שטעט פארויס פאר זיי.
33 Muitos, porém, os viram partir, e os reconheceram; e para lá correram a pé de todas as cidades, e ali chegaram primeiro do que eles.
34 און ווען יהושע/ישוע איז אויסגעשטיגן, האט ער געזען א גרויסן עולם מענטשן, און האט געהאט אויף זיי גרויס רחמנות, ווייל זיי זענען געווען ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך; און ער האט אנגעהויבן זיי א סך צו לערנען.
34 E Jesus, ao desembarcar, viu uma grande multidão e compadeceu-se deles, porque eram como ovelhas que não têm pastor; e começou a ensinar-lhes muitas coisas.
35 און ווען עס איז שוין געווארן א שפעטע שעה, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, און האבן געזאגט: דאס איז א מדבריותדיק ארט, און די שעה איז שוין שפעט;
35 Estando a hora já muito adiantada, aproximaram-se dele seus discípulos e disseram: O lugar é deserto, e a hora já está muito adiantada;
36 לאז זיי אפ, כדי זיי זאלן גיין אין דער ארומיקער געגנט און דערפער, און זיך קויפן עפעס צו עסן.
36 despede-os, para que vão aos sítios e às aldeias, em redor, e comprem para si o que comer.
37 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: זאלן מיר גיין איינקויפן ברויט פאר צוויי הונדערט דינרים, און זיי געבן צו עסן?
37 Ele, porém, lhes respondeu: Dai-lhes vós de comer. Então eles lhe perguntaram: Havemos de ir comprar duzentos denários de pão e dar-lhes de comer?
38 ער אבער האט צו זיי געזאגט: וויפל ברויט האט איר? גייט און זעט. און דערוויסנדיק זיך, האבן זיי געזאגט: פינף, און צוויי פיש.
38 Ao que ele lhes disse: Quantos pães tendes? Ide ver. E, tendo-se informado, responderam: Cinco pães e dois peixes.
39 און ער האט זיי באפוילן, אז אלע זאלן זיך אנידערזעצן חברותאווייז אויפן גרינעם גראז.
39 Então lhes ordenou que a todos fizessem reclinar-se, em grupos, sobre a relva verde.
40 און זיי האבן זיך אנידערגעזעצט אין שורות, צו הונדערט, און צו פופציק.
40 E reclinaram-se em grupos de cem e de cinqüenta.
41 און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע.
41 E tomando os cinco pães e os dois peixes, e erguendo os olhos ao céu, os abençoou; partiu os pães e os entregava a seus discípulos para lhos servirem; também repartiu os dois peixes por todos.
42 און אלע האבן געגעסן און זענען זאט געווארן.
42 E todos comeram e se fartaram.
43 און זיי האבן אויפגעהויבן פון די ברעקלעך צוועלף קערב פול, און פון די פיש.
43 Em seguida, recolheram doze cestos cheios dos pedaços de pão e de peixe.
44 און די, וואס האבן געגעסן די ברויטן, זענען געווען פינף טויזנט מאן.
44 Ora, os que comeram os pães eram cinco mil homens.
45 און גלייך האט ער געצוואונגען זיינע תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פארויס אויף דער אנדערער זייט קיין בית‑צידה, ביז ער וועט אפלאזן דעם המון מענטשן.
45 Logo em seguida obrigou os seus discípulos a entrar no barco e passar adiante, para o outro lado, a Betsaida, enquanto ele despedia a multidão.
46 און נאך דעם ווי ער האט זיך געזעגנט מיט זיי, איז ער אוועקגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן.
46 E, tendo-a despedido, foi ao monte para orar.
47 און ווען עס איז געווארן אוונט, איז דאס שיפל געווען אינמיטן ים, און ער אליין אויף דער יבשה.
47 Chegada a tardinha, estava o barco no meio do mar, e ele sozinho em terra.
48 און זעענדיק ווי זיי פייניקן זיך מיטן רודערן, ווארום דער ווינט איז געווען אנטקעגן זיי, איז ער געקומען צו זיי, ארום דעם פערטן משמר פון דער נאכט, גייענדיק אויפן ים, און האט זיי געוואלט פארבייגיין;
48 E, vendo-os fatigados a remar, porque o vento lhes era contrário, pela quarta vigília da noite, foi ter com eles, andando sobre o mar; e queria passar-lhes adiante;
49 נאר ווי זיי האבן אים געזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי געמיינט, אז עס איז א געשפענסט, און האבן א געשריי געטאן;
49 eles, porém, ao vê-lo andando sobre o mar, pensaram que era um fantasma e gritaram;
50 ווארום אלע האבן אים געזען, און האבן זיך דערשראקן. ער אבער האט תיכף גערעדט מיט זיי, און צו זיי געזאגט: זייט געטרייסט; איך בין עס;
50 porque todos o viram e se assustaram; mas ele imediatamente falou com eles e disse-lhes: Tende ânimo; sou eu; não temais.
51 שרעקט זיך נישט! און ער איז איינגעשטיגן צו זיי אינם שיפל, און דער ווינט האט זיך בארואיקט. און זיי זענען אין זיך זייער דערשטוינט געווארן, איבער יעדער מאס;
51 E subiu para junto deles no barco, e o vento cessou; e ficaram, no seu íntimo, grandemente pasmados;
52 ווארום זיי האבן נישט פארשטאנען בנוגע די ברויטן, מחמת זייער הארץ איז געווען הארט (ווי שטיין).
52 pois não tinham compreendido o milagre dos pães, antes o seu coração estava endurecido.
53 און אריבערשיפנדיק זיך צום לאנד, זענען זיי געקומען קיין גניסרת, און האבן פאראנקערט.
53 E, terminada a travessia, chegaram à terra em Genezaré, e ali atracaram.
54 און ווען זיי זענען אויסגעשטיגן פון שיפל, האט מען אים גלייך דערקענט,
54 Logo que desembarcaram, o povo reconheceu a Jesus;
55 און מען איז ארומגעלאפן אין יענער גאנצער געגנט, און מען האט אנגעהויבן ארומצוטראגן די קראנקע אויף די בעטן, וואו מען האט געהערט, אז ער געפינט זיך.
55 e correndo eles por toda aquela região, começaram a levar nos leitos os que se achavam enfermos, para onde ouviam dizer que ele estava.
56 און וואו נאר ער איז אריינגעגאנגען, אין דערפער, אדער אין שטעט, אדער אויפן לאנד, האט מען געלייגט די קראנקע אויף די מערקפלעצער, און מען האט אים געבעטן, אז זיי זאלן נאר אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אים אנגערירט, זענען געהאלפן געווארן.
56 Onde quer, pois, que entrava, fosse nas aldeias, nas cidades ou nos campos, apresentavam os enfermos nas praças, e rogavam-lhe que os deixasse tocar ao menos a orla do seu manto; e todos os que a tocavam ficavam curados.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Marcos 6, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.