Marcos 5

ydd (YDD) vs NTLH

Sair da comparação
NTLH Nova Tradução na Linguagem de Hoje 2000
1 און זיי זענען געקומען אויף דער אנדערער זייט ים, אין דעם לאנד פון די געראסענער,
1 Jesus e os discípulos chegaram à região de Gerasa, no lado leste do lago da Galileia.
2 און ווען ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם שיפל, איז אים גלייך אנטקעגנגעקומען פון די קברים ארויס א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט,
2 Assim que Jesus saiu do barco, foi encontrar-se com ele um homem que estava dominado por um espírito mau.
3 וואס האט געהאט זיין וואוינונג אין די קברים, און קיינער האט אים שוין מער נישט געקענט בינדן, אפילו נישט מיט קיין קייט;
3 O homem vinha do cemitério, onde estava morando. Ninguém conseguia prendê-lo, nem mesmo usando correntes.
4 ווייל א סך מאל האט מען אים געבונדן מיט פענטעס און מיט קייטן, און ער האט די קייטן צעריסן און די פענטעס צעריבן, און קיינער האט אים נישט געקענט בייקומען.
4 Muitas vezes já tinham amarrado as suas mãos e os seus pés com correntes de ferro, mas ele quebrava tudo, e ninguém conseguia dominá-lo.
5 און תמיד, טאג און נאכט, איז ער געווען צווישן די קברים און אויף די בערג, שרייענדיק און שלאגנדיק זיך מיט שטיינער.
5 Passava os dias e as noites nos montes e entre os túmulos, gritando e se ferindo de propósito com pedras.
6 און ווי ער האט דערזען יהושען/ישוען פונדערווייטנס, איז ער געלאפן און האט זיך געבוקט פאר אים;
6 Ele viu Jesus de longe, correu, caiu de joelhos diante dele
7 און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן!
7 e gritou: — Jesus, Filho do Deus Altíssimo! O que o senhor quer de mim? Em nome de Deus eu peço: não me castigue!
8 ווארום ער האט צו אים געזאגט: דו אומריינער גייסט, גיי ארויס פון דעם מענטשן!
8 Ele disse isso porque Jesus havia mandado: “Espírito mau, saia desse homem!”
9 און ער האט אים געפרעגט: וואס פאר א נאמען האסטו? און ער האט צו אים געזאגט: מיין נאמען איז לעגיאן, ווייל מיר זענען א סך.
9 Jesus perguntou: Ele respondeu: — O meu nome é Multidão, porque somos muitos.
10 און ער האט אים פיל געבעטן, אז ער זאל זיי נישט ארויסשיקן פון דעם לאנד.
10 E pedia com muita insistência a Jesus que não expulsasse os espíritos maus para fora daquela região.
11 און דארט ביים בארג האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים.
11 Acontece que num morro perto dali havia muitos porcos comendo.
12 און זיי האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק אונדז צו די חזירים, כדי מיר זאלן אריינגיין אין זיי!
12 Os espíritos pediram a Jesus com insistência: — Nos mande ficar naqueles porcos; nos deixe entrar neles!
13 און ער האט זיי געגעבן רשות. און די אומריינע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס געטאן פון דעם אראפהענגענדיקן פעלדזן אין ים אריין, אן ערך צוויי טויזנט, און זענען דערשטיקט געווארן אין ים.
13 Ele deixou, e os espíritos saíram do homem e entraram nos porcos. E estes, que eram quase dois mil, se atiraram morro abaixo, para dentro do lago, e se afogaram.
14 און די וואס האבן זיי געפאשעט זענען אנטלאפן, און האבן עס דערציילט אין דער שטאט, און אויפן לאנד. און מען איז געקומען זען וואס עס איז פארגעקומען.
14 Os homens que estavam tomando conta dos porcos fugiram e espalharam a notícia na cidade e nos campos. Muita gente foi ver o que havia acontecido.
15 און זיי קומען צו יהושען/ישוען, און זען דעם באזעסענעם, וואס האט געהאט דעם לעגיאן, זיצן אנגעטאן און ביים קלארן פארשטאנד; און זיי האבן זיך געפארכטן.
15 Quando chegaram perto de Jesus, viram o homem que antes estava dominado por demônios; e ficaram espantados porque ele estava sentado, vestido e no seu perfeito juízo.
16 און די, וואס האבן עס געזען, האבן זיי דערציילט וויאזוי עס איז געשען מיט דעם באזעסענעם, און וועגן די חזירים.
16 Os que tinham visto tudo aquilo lhes contaram o que havia acontecido com o homem e com os porcos.
17 און זיי האבן אנגעהויבן אים צו בעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייערע גרענעצן.
17 Então começaram a pedir com insistência a Jesus que saísse da terra deles.
18 און ווען ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, האט אים דער, וואס איז געווען באזעסן געבעטן, אז ער זאל מיט אים בלייבן.
18 Quando ele estava entrando no barco, o homem curado pediu com insistência: — Me deixe ir com o senhor!
19 און ער האט אים נישט געלאזט, נאר זאגט צו אים: גיי אהיים צו די דייניקע, און דערצייל זיי וואס פאר א גרויסע זאכן דער האר האט דיר געטאן, און ווי ער האט זיך אויף דיר מרחם געווען!
19 Mas Jesus não deixou e disse:
20 און ער איז אוועקגעגאנגען, און האט אנגעהויבן אויסצורופן אין דעקאפאליס אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן; און אלע האבן זיך געוואונדערט.
20 Então ele foi embora e contava, na região das Dez Cidades , o que Jesus tinha feito por ele. E todos ficavam admirados.
21 און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים.
21 Jesus voltou para o lado oeste do lago, e muitas pessoas foram se encontrar com ele na praia.
22 און עס קומט איינער פון די גבאים פון דער שול, יאיר האט ער געהייסן, און זעענדיק אים, פאלט ער אנידער פאר זיינע פיס,
22 Um homem chamado Jairo, chefe da sinagoga , foi e se jogou aos pés de Jesus,
23 און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן!
23 pedindo com muita insistência: — A minha filha está morrendo! Venha comigo e ponha as mãos sobre ela para que sare e viva!
24 און ער איז געגאנגען מיט אים, און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, און אים געשטופט.
24 E Jesus foi com ele. Uma grande multidão foi junto e o apertava de todos os lados.
25 און א פרוי, וואס האט געליטן פון א בלוט פלוס צוועלף יאר לאנג,
25 Chegou ali uma mulher que fazia doze anos que estava com uma hemorragia.
26 און האט זייער פיל געליטן פון א סך דאקטוירים, און אויסגעגעבן אלץ וואס זי האט געהאט, און עס האט איר גארנישט געהאלפן, נאר עס איז איר נאך ערגער געווארן,
26 Havia gastado tudo o que tinha, tratando-se com muitos médicos. Estes a fizeram sofrer muito; mas, em vez de melhorar, ela havia piorado cada vez mais.
27 האבנדיק געהערט וועגן יהושען/ישוען, איז זי געקומען צווישן דעם המון מענטשן פון הינטן, און האט אנגערירט זיין מלבוש.
27 Ela havia escutado falar de Jesus; então entrou no meio da multidão e, chegando por trás dele, tocou na sua capa ,
28 ווארום זי האט זיך געטראכט: אויב איך וועל אנרירן בלויז זיינע מלבושים, וועל איך געהאלפן ווערן!
28 pois pensava assim: “Se eu apenas tocar na capa dele, ficarei curada.”
29 און גלייך האט זיך פארטריקנט דער קוואל פון איר בלוט; און זי האט געפילט אין איר קערפער, אז זי איז געהיילט געווארן פון דער פלאג.
29 Logo o sangue parou de escorrer, e ela teve certeza de que estava curada.
30 און יהושע/ישוע, גלייך ווי ער האט דערפילט אין זיך אז די קראפט איז פון אים ארויסגעגאנגען, האט זיך אויסגעדרייט צווישן דעם המון מענטשן, און געזאגט: ווער האט אנגערירט מיינע מלבושים?
30 No mesmo instante Jesus sentiu que dele havia saído poder. Então virou-se no meio da multidão e perguntou:
31 און זיינע תלמידים האבן צו אים געזאגט: דו זעסט דער המון דרענגען דיך, און זאגסטו: ווער האט מיך אנגערירט?
31 Os discípulos responderam: — O senhor está vendo como esta gente o está apertando de todos os lados e ainda pergunta isso?
32 און ער האט זיך ארומגעקוקט צו זען זי, וואס האט דאס דאזיקע געטאן.
32 Mas Jesus ficou olhando em volta para ver quem tinha feito aquilo.
33 די פרוי אבער, פארכטנדיק זיך און ציטערנדיק, ווייל זי האט געוואוסט וואס עס איז מיט איר געשען, איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט אים געזאגט דעם גאנצן אמת.
33 Então a mulher, sabendo o que lhe havia acontecido, atirou-se aos pés dele, tremendo de medo, e contou tudo.
34 און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דיין גלויבן האט דיר געהאלפן; גיי לשלום, און זיי געזונט פון דיין פלאג!
34 E Jesus disse:
35 בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט מען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז געשטארבן; וואס באמיסטו נאך דעם רבין?
35 Jesus ainda estava falando, quando chegaram alguns empregados da casa de Jairo e disseram: — Seu Jairo, a menina já morreu. Não aborreça mais o Mestre.
36 יהושע/ישוע אבער האט נישט געלייגט קיין אכט אויף דעם ווארט וואס איז גערעדט געווארן, נאר האט געזאגט צום גבאי: פארכט דיך נישט, גלויב נאר!
36 Mas Jesus não se importou com a notícia e disse a Jairo:
37 און האט קיינעם נישט געלאזט מיטגיין, אחוץ פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן יעקבס ברודער.
37 Jesus deixou que fossem com ele Pedro e os irmãos Tiago e João, e ninguém mais.
38 און זיי קומען צו דעם גבאיס הויז; און ער זעט א געטומל, און מען וויינט און קלאגט זייער פיל.
38 Quando entraram na casa de Jairo, Jesus encontrou ali uma confusão geral, com todos chorando alto e gritando.
39 און אריינגייענדיק זאגט ער צו זיי: וואס טומלט איר און וויינט? דאס קינד איז דאך נישט געשטארבן, עס שלאפט נאר.
39 Então ele disse:
40 און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. ער אבער, נאך דעם ווי ער האט אלע ארויסגעטריבן, נעמט ער דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער, און די וואס זענען געווען מיט אים, און גייט אריין וואו דאס קינד איז געווען.
40 Então eles começaram a caçoar dele. Mas Jesus mandou que todos saíssem e, junto com os três discípulos e os pais da menina, entrou no quarto onde ela estava.
41 און ער האט אנגענומען דאס קינד ביי דער האנט, און האט צו איר געזאגט: טליתא קומי! וואס פארטייטשט איז דאס: מיידעלע (איך זאג דיר) שטיי אויף!
41 Pegou-a pela mão e disse:
42 און דאס מיידעלע איז גלייך אויפגעשטאנען, און איז ארומגעגאנגען; ווארום זי איז שוין אלט געווען צוועלף יאר. און זיי זענען תיכף דערשטוינט געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.
42 No mesmo instante, a menina, que tinha doze anos, levantou-se e começou a andar. E todos ficaram muito admirados.
43 און ער האט זיי זייער אנגעזאגט, אז קיינער זאל זיך דערפון נישט דערוויסן; און האט געהייסן מען זאל איר געבן צו עסן.
43 Então Jesus ordenou que de jeito nenhum espalhassem a notícia dessa cura. E mandou que dessem comida à menina.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Marcos 5, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.