Marcos 2

ydd (YDD) vs ARC

Sair da comparação
ARC Almeida Revista e Corrigida 2009
1 און אין אייניקע טעג ארום איז ער ווידער געגאנגען קיין כפר‑נחום; און מען האט געהערט, אז ער איז אינם הויז.
1 E, alguns dias depois, entrou outra vez em Cafarnaum, e soube-se que estava em casa.
2 און א סך לייט האבן זיך פארזאמלט, אזוי אז עס איז שוין מער נישט געווען קיין ארט, אפילו נישט ביי דער טיר; און ער האט צו זיי גערעדט דאס ווארט.
2 E logo se ajuntaram tantos, que nem ainda nos lugares junto à porta eles cabiam; e anunciava-lhes a palavra.
3 און אייניקע זענען געקומען, ברענגענדיק צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געטראגן געווארן פון פיר.
3 E vieram ter com ele, conduzindo um paralítico, trazido por quatro.
4 און נישט קענענדיק אים צוברענגען צו אים צוליב דעם המון מענטשן, האבן זיי אראפגעריסן דעם דאך וואו ער איז געווען, און נאך דעם ווי זיי האבן דורכגעבראכן, האבן זיי אראפגעלאזט דאס בעט, אויף וועלכן דער פאראליזשירטער איז געלעגן.
4 E, não podendo aproximar-se dele, por causa da multidão, descobriram o telhado onde estava e, fazendo um buraco, baixaram o leito em que jazia o paralítico.
5 און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
5 E Jesus, vendo-lhes a fé, disse ao paralítico: Filho, perdoados estão os teus pecados.
6 עס זענען אבער דארט געזעסן אייניקע פון די סופרים, וואס האבן נאכגעטראכט אין זייערע הערצער,
6 E estavam ali assentados alguns dos escribas, que arrazoavam em seu coração, dizendo:
7 פארוואס רעדט ער אזוי? ער לעסטערט דאך! ווער קען מוחל זיין זינד אחוץ נאר ה׳ אליין?
7 Por que diz este assim blasfêmias? Quem pode perdoar pecados, senão Deus?
8 און גלייך דערוויסנדיק זיך אין זיין גייסט, אז זיי האבן אזוי געטראכט, זאגט ער צו זיי: פארוואס טראכט איר די דאזיקע זאכן אין אייערע הערצער?
8 E Jesus, conhecendo logo em seu espírito que assim arrazoavam entre si, lhes disse: Por que arrazoais sobre estas
9 וואס איז לייכטער: צו זאגן צום פאראליזשירטן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי?
9 Qual é mais fácil? Dizer ao paralítico: Estão perdoados os
10 כדי אבער איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות מוחל צו זיין זינד אויף דער ערד—זאגט ער צום פאראליזשירטן:
10 Ora, para que saibais que o Filho do Homem tem na terra poder para perdoar pecados (disse ao paralítico),
11 דיר זאג איך: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים!
11 a ti te digo: Levanta-te, e toma o teu leito, e vai para tua casa.
12 און ער איז אויפגעשטאנען, און האט באלד גענומען דאס בעט און איז ארויסגעגאנגען פאר אלעמען, אזוי אז אלע זענען געווען אויסער זיך פון דערשטוינונג, און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: נאך קיינמאל האבן מיר אזעלכעס נישט געזען!
12 E levantou-se e, tomando logo o leito, saiu em presença de todos, de sorte que todos se admiraram e glorificaram a Deus, dizendo: Nunca tal vimos.
13 און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען צום ברעג ים, און דער גאנצער המון מענטשן איז געקומען צו אים, און ער האט זיי געלערנט.
13 E tornou a sair para o mar, e toda a multidão ia ter com ele, e ele os ensinava.
14 און פארבייגייענדיק האט ער געזען לוי בן חלפי זיצן אינם שטייער אמט, און ער זאגט צו אים; פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט.
14 E, passando, viu Levi, filho de Alfeu, sentado na alfândega e disse-lhe: Segue-me. E, levantando-se, o seguiu.
15 און עס איז געשען, בשעת ער (יהושע/ישוע) איז געזעסן אין זיין (לויס) הויז צום טיש, און א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים האבן זיך אנידערגעזעצט מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים; ווארום עס זענען געווען א סך, און זיי האבן אים נאכגעפאלגט.
15 E aconteceu que, estando sentado à mesa em casa deste, também estavam sentados à mesa com Jesus e com seus discípulos muitos publicanos e pecadores, porque eram muitos e o tinham seguido.
16 און די סופרים פון די פרושים האבן געזען, אז ער עסט צוזאמען מיט חוטאים און מיט שטייער אויפמאנער, האבן זיי געזאגט צו די תלמידים זיינע: פארוואס עסט ער צוזאמען מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?
16 E os escribas e fariseus, vendo-o comer com os publicanos e pecadores, disseram aos seus discípulos: Por que come e bebe ele com os publicanos e pecadores?
17 און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, זאגט ער צו זיי: די געזונטע האבן נישט נייטיק קיין רופא, נאר די, וואס זענען קראנק: איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
17 E Jesus, tendo ouvido isso, disse-lhes: Os sãos não necessitam de médico, mas sim os que estão doentes; eu não vim chamar os justos, mas sim os pecadores.
18 און יוחננס תלמידים און די פרושים פלעגן פאסטן; און זיי קומען און זאגן צו אים: פארוואס פאסטן יוחננס תלמידים און די תלמידים פון די פרושים, און דיינע תלמידים פאסטן נישט?
18 Ora, os discípulos de João e os fariseus jejuavam; e foram e disseram-lhe: Por que jejuam os discípulos de João e os dos fariseus, e não jejuam os teus discípulos?
19 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די געסט אויף דער חתונה פאסטן בשעת דער חתן איז מיט זיי? כל זמן זיי האבן דעם חתן מיט זיך, קענען זיי נישט פאסטן.
19 E Jesus disse-lhes: Podem, das bodas jejuar, enquanto está com eles o esposo? Enquanto têm consigo o esposo, não podem jejuar.
20 עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענעם טאג.
20 Mas dias virão em que lhes será tirado o esposo, e então jejuarão naqueles dias.
21 קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; טאמער רייסט די נייע לאטע אפ פונם אלטן, און דער ריס ווערט ערגער.
21 Ninguém costura remendo de pano novo em veste velha; porque o mesmo remendo novo rompe o velho, e a rotura fica maior.
22 און קיינער גיסט נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען; טאמער צעשפאלט דער וויין די לאגלען, און סאי דער וויין און סאי די לאגלען ווערן פארלוירן; נאר נייער וויין געהערט אין נייע לאגלען אריין.
22 E ninguém põe vinho novo em odres velhos; do contrário, o vinho novo rompe os odres, e entorna-se o vinho, e os odres estragam-se; o vinho novo deve ser posto em odres novos.
23 און עס איז געשען, אז א שבת איז ער געגאנגען דורך די קארנפעלדער, און זיינע תלמידים האבן אנגעהויבן אויפן וועג אפצורייסן די זאנגען.
23 E aconteceu que, passando ele n um sábado pelas searas, os seus discípulos, caminhando, começaram a colher espigas.
24 און די פרושים האבן געזאגט צו אים: זע, פארוואס טוען זיי אום שבת וואס מען טאר נישט?
24 E os fariseus lhe disseram: Vês? Por que fazem no sábado o que não é lícito?
25 און ער זאגט צו זיי: צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען ער איז געווען אין נויט, און איז געווען הונגעריק, ער אליין און די לייט מיט אים?
25 Mas ele disse-lhes: Nunca lestes o que fez Davi, quando estava em necessidade e teve fome, ele e os que com ele
26 ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז (משכן), ווען אביתר איז געווען כהן גדול, און האט געגעסן דאס לחם הפנים, וואס קיינער טאר נישט עסן אחוץ די כהנים, און האט עס אויך געגעבן צו די, וואס זענען געווען מיט אים? (שמואל א כא, א-ו.)
26 Como entrou na Casa de Deus, no tempo de Abiatar, sumo sacerdote, e comeu os pães da proposição, dos quais não era lícito comer senão aos sacerdotes, dando também aos que com ele estavam?
27 און ער האט צו זיי געזאגט: דער שבת איז באשאפן געווארן צוליב דעם מענטשן, און נישט דער מענטש צוליב דעם שבת.
27 E disse-lhes: O sábado foi feito por causa do homem,
28 דערפאר איז דער בר אנש אויך האר איבער דעם שבת.
28 Assim, o Filho do Homem até do sábado é senhor.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Marcos 2, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.