Marcos 14
ydd (YDD) vs NAA
1 און אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט,
1 Dois dias depois seria celebrada a Páscoa e a Festa dos Pães sem Fermento. Os principais sacerdotes e os escribas procuravam uma forma de prender Jesus, à traição, para matá-lo.
2 און אים צו טייטן. ווארום זיי האבן געזאגט: נישט יום טוב, טאמער וועט ווערן א מהומה צווישן פאלק!
2 Pois diziam: — Não durante a festa, para que não haja tumulto entre o povo.
3 און בשעת ער איז געווען אין בית‑היני אין דעם הויז פון שמעון דעם מצורע, זיצנדיק ביים טיש, איז געקומען א פרוי מיט אן אלאבאסטער פלאש פול מיט עכטער קאסטבארער נארד‑זאלב; און זי האט צעבראכן די אלאבאסטער פלאש, און אויסגעגאסן אויף זיין קאפ.
3 Quando Jesus estava em Betânia, fazendo uma refeição na casa de Simão, o leproso, veio uma mulher, trazendo um frasco feito de alabastro com um perfume muito valioso, de nardo puro; e, quebrando o frasco, derramou o perfume sobre a cabeça de Jesus.
4 עס זענען אבער געווען אייניקע, וואס זענען געווארן צארנדיק צווישן זיך, (אזוי צו זאגן:) צו וואס איז די דאזיקע פארשווענדונג פון דעם זאלבאייל געמאכט געווארן?
4 Alguns dos que estavam ali ficaram indignados e diziam entre si: — Para que este desperdício de perfume?
5 ווארום מען האט געקענט פארקויפן דעם דאזיקן זאלבאייל פאר מער ווי דריי הונדערט דינרים, און עס געבן צו די ארעמעלייט. און זיי האבן זיך אנגעבייזערט אויף איר.
5 Este perfume poderia ter sido vendido por mais de trezentos denários, para ser dado aos pobres. E murmuravam contra ela.
6 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט זי צורו! וואס פארשאפט איר זי עגמת נפש? זי האט מיר געטאן א גוטע זאך.
6 Mas Jesus disse:
7 ווארום די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי זיך, און ווען איר ווילט, קענט איר זיי טאן גוטס; מיך אבער האט איר נישט תמיד.
7 Porque os pobres estarão sempre com vocês, e, quando quiserem, podem fazer-lhes o bem, mas a mim vocês nem sempre terão.
8 וואס זי האט געקענט, דאס האט זי געטאן; זי האט פארויס געזאלבט מיין גוף צו דער קבורה.
8 Ela fez o que pôde: ungiu o meu corpo antecipadamente para a sepultura.
9 און באמת זאג איך אייך: וואו נאר די גוטע בשורה וועט אנגעזאגט ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט אויך דערציילט ווערן, וואס זי האט געטאן, לזכר פון איר.
9 Em verdade lhes digo que, onde for pregado em todo o mundo o evangelho, também será contado o que ela fez, para memória dela.
10 און יהודה איש‑קריות, איינער פון די צוועלף, איז אוועקגעגאנגען צו די הויפט כהנים, כדי אים איבערצוגעבן צו זיי.
10 E Judas Iscariotes, um dos doze, foi falar com os principais sacerdotes, para lhes entregar Jesus.
11 און ווען זיי האבן עס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט, און אים צוגעזאגט צו געבן געלט. און ער האט געזוכט א גינסטיקע געלעגנהייט, אים צו פארראטן.
11 Eles, ouvindo isto, se alegraram e prometeram dar dinheiro a ele; nesse meio-tempo, Judas buscava uma boa ocasião para entregar Jesus.
12 און דעם ערשטן טאג פון חג המצות, ווען מען האט געשחטן דאס קרבן פסח, זאגן צו אים זיינע תלמידים: וואו ווילסטו, זאלן מיר גיין און צוגרייטן, כדי דו זאלסט עסן דאס קרבן פסח?
12 E, no primeiro dia da Festa dos Pães sem Fermento, quando se fazia o sacrifício do cordeiro pascal, os discípulos de Jesus lhe perguntaram: — Onde quer que façamos os preparativos para que o senhor possa comer a Páscoa?
13 און ער שיקט צוויי פון זיינע תלמידים, און זאגט צו זיי: גייט אין דער שטאט אריין, און עס וועט אייך באגעגענען א מענטש, טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן;
13 Então Jesus enviou dois dos seus discípulos, dizendo-lhes:
14 און וואו נאר ער וועט אריינגיין, זאלט איר זאגן צום בעל הבית: דער רבי זאגט: וואו איז מיין גאסט שטוב, אין וועלכער איך זאל עסן דאס קרבן פסח מיט מיינע תלמידים?
14 Sigam esse homem e digam ao dono da casa em que ele entrar que o Mestre pergunta: “Onde fica o meu aposento no qual comerei a Páscoa com os meus discípulos?”
15 און ער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערע שטוב, אויסגעשטאט מיט הסבבעטן, פארטיק; און דארטן זאלט איר צוגרייטן פאר אונדז.
15 E ele lhes mostrará um espaçoso cenáculo mobiliado e pronto; ali façam os preparativos.
16 און די תלמידים זענען ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און זיי האבן צוגעגרייט דאס קרבן פסח.
16 Os discípulos saíram, foram à cidade e, achando tudo como Jesus lhes tinha dito, prepararam a Páscoa.
17 און ווען עס איז געווארן אוונט, קומט ער מיט די צוועלף.
17 Ao cair da tarde, Jesus chegou com os doze.
18 און בשעת זיי האבן זיך אנגעלענט און געגעסן, האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן, דער, וואס עסט מיט מיר! (תהלים מא, ט.)
18 Quando estavam à mesa e comiam, Jesus disse:
19 האבן זיי אנגעהויבן טרויעריק צו ווערן, און צו זאגן צו אים איינער נאכן אנדערן: דאך נישט איך?
19 E eles começaram a entristecer-se e a perguntar-lhe, um por um: — Por acaso seria eu?
20 ער אבער האט צו זיי געזאגט: איינער פון די צוועלף, דער, וואס טונקט איין מיט מיר אין דער קערה.
20 Jesus respondeu:
21 דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט נישט געבוירן געווארן!
21 Pois o Filho do Homem vai, como está escrito a seu respeito; mas ai daquele por quem o Filho do Homem está sendo traído! Melhor seria para ele se nunca tivesse nascido!
22 און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו זיי, און געזאגט: נעמט; דאס דאזיקע איז מיין גוף.
22 E, enquanto comiam, Jesus pegou um pão e, abençoando-o, o partiu e lhes deu, dizendo:
23 און ער האט גענומען א כוס, האט געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי; און זיי האבן אלע געטרונקען דערפון.
23 A seguir, Jesus pegou um cálice e, tendo dado graças, o deu aos seus discípulos; e todos beberam dele.
24 און ער האט צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע.
24 Então lhes disse:
25 באמת זאג איך אייך: איך וועל נישט מער טרינקען פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל עס טרינקען ניי אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
25 Em verdade lhes digo que nunca mais beberei do fruto da videira, até aquele dia em que beberei o vinho novo, no Reino de Deus.
26 און ווען זיי האבן אפגעזונגען הלל, זענען זיי ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
26 E, tendo cantado um hino, saíram para o monte das Oliveiras.
27 און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: אלע וועט איר געשטרויכלט ווערן; ווייל עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.)
27 E Jesus disse aos discípulos:
28 נאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך אייך פארויסגיין קיין גליל.
28 Mas, depois da minha ressurreição, irei adiante de vocês para a Galileia.
29 פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: אפילו אויב אלע וועלן געשטרויכלט ווערן, וועל איך דאך נישט.
29 Então Pedro disse a Jesus: — Ainda que o senhor venha a ser um tropeço para todos, não o será para mim!
30 און יהושע/ישוע זאגט צו אים: באמת זאג איך דיר: היינט, אין דער דאזיקער נאכט, איידער דער האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען!
30 Mas Jesus lhe disse:
31 ער אבער האט נאך אייפריקער גערעדט: אויב איך זאל מוזן שטארבן צוזאמען מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען. און דעסגלייכן האבן אויך אלע געזאגט.
31 Mas Pedro insistia com mais veemência: — Ainda que me seja necessário morrer com o senhor, de modo nenhum o negarei. E todos os outros diziam a mesma coisa.
32 און זיי קומען צו א הויף, וואס האט געהייסן גת‑שמני; און ער זאגט צו זיינע תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל האבן תפילה געטאן.
32 Então foram a um lugar chamado Getsêmani. Ali, Jesus disse aos seus discípulos:
33 און ער נעמט פעטרוסן מיט זיך און יעקבן און יוחנן, און האט אנגעהויבן צו ציטערן און פלאטערן.
33 E, levando consigo Pedro, Tiago e João, começou a sentir-se tomado de pavor e de angústia.
34 און ער זאגט צו זיי: מיין נפש איז זייער באטריבט, ביז צום טויט; בלייבט דא, און וואכט!
34 E lhes disse:
35 און ער איז געגאנגען אביסל ווייטער, און איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האט תפילה געטאן, אז, אויב מעגלעך, די שעה זאל אים פאראיבערגיין.
35 E, adiantando-se um pouco, prostrou-se em terra; e orava para que, se possível, lhe fosse poupada aquela hora.
36 און האט געזאגט: אבא, פאטער, אלץ איז מעגלעך פאר דיר; נעם פון מיר אוועק דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט וואס איך וויל, נאר וואס דו ווילסט.
36 E dizia:
37 און ער קומט, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: שמעון, דו שלאפסט? ביסט נישט אימשטאנד געווען איין שעה וואך צו בלייבן?
37 E, voltando, achou-os dormindo. E disse a Pedro:
38 וואכט און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון; דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש איז אבער שוואך!
38 Vigiem e orem, para que não caiam em tentação; o espírito, na verdade, está pronto, mas a carne é fraca.
39 און ער איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן, זאגנדיק די זעלביקע ווערטער.
39 Retirando-se de novo, orou repetindo as mesmas palavras.
40 און ווען ער איז צוריקגעקומען, האט ער זיי ווידער געפונען שלאפן, ווארום זייערע אויגן זענען געווען שווער; און זיי האבן נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן.
40 E voltando, achou-os outra vez dormindo, porque os olhos deles estavam pesados; e não sabiam o que lhe responder.
41 און ער קומט צום דריטן מאל, און זאגט צו זיי: שלאפט ווייטער, און רוט זיך אויס! עס איז גענוג; עס איז געקומען די שעה; זע, דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן צו חוטאים אין די הענט אריין.
41 E, quando voltou pela terceira vez, Jesus lhes disse:
42 שטייט אויף, לאמיר גיין; זע, מיין פאררעטער איז שוין נאענט!
42 Levantem-se, vamos embora! Eis que o traidor se aproxima.
43 און גלייך, בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט יהודה, איינער פון די צוועלף, און מיט אים א המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און סופרים און זקנים.
43 E logo, enquanto Jesus ainda falava, chegou Judas, um dos doze, e, com ele, uma multidão com espadas e porretes, vinda da parte dos principais sacerdotes, escribas e anciãos.
44 און זיין פאררעטער האט זיי געגעבן א צייכן, אזוי צו זאגן: וועמען איך וועל א קוש טאן, דער איז עס; נעמט אים, און פירט אים אפ זיכער.
44 Ora, o traidor tinha dado a eles um sinal: “Aquele que eu beijar, é esse; prendam e levem-no com segurança.”
45 און ווען ער איז געקומען, איז ער גלייך צוגעגאנגען צו אים, און זאגט: רבי! און האט אים געקושט.
45 E logo que chegou, aproximando-se de Jesus, Judas disse: — Mestre! E o beijou.
46 און זיי האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און האבן אים געפאנגען גענומען.
46 Então eles agarraram Jesus e o prenderam.
47 איינער אבער פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי האט ארויסגעצויגן די שווערד, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער.
47 Nisto, um dos que estavam ali, sacando da espada, feriu o servo do sumo sacerdote e cortou-lhe a orelha.
48 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען מיך צו כאפן.
48 Jesus lhes disse:
49 טאג אויס טאג איין בין איך געווען ביי אייך אינם בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט געפאנגען גענומען; נאר (עס איז) כדי די כתבי (הקודש) זאלן דערפילט ווערן.
49 Todos os dias eu estava com vocês no templo, ensinando, e vocês não me prenderam; mas isto é para que se cumprissem as Escrituras.
50 און אלע האבן אים פארלאזן, און זענען אנטלאפן.
50 Então todos o deixaram e fugiram.
51 און א יינגל איז אים נאכגעגאנגען, איינגעהילט אין א ליילעך אויפן בלויזן לייב, און זיי כאפן אים;
51 Um jovem, coberto unicamente com um lençol, seguia Jesus. Eles o agarraram,
52 ער אבער האט איבערגעלאזט דאס ליילעך, און איז אנטלאפן א נאקעטער.
52 mas ele largou o lençol e fugiu nu.
53 און זיי האבן אוועקגעפירט יהושען/ישוען צום כהן גדול; און עס האבן זיך ביי אים פארזאמלט אלע הויפט כהנים און די זקנים און די סופרים.
53 E levaram Jesus ao sumo sacerdote, e então se reuniram todos os principais sacerdotes, os anciãos e os escribas.
54 און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס, ביז אינעווייניק אריין אין דעם הויף פון דעם כהן גדול; און איז געזעסן מיט די משרתים און האט זיך געווארעמט ביים פייער.
54 Pedro seguiu Jesus de longe até o interior do pátio do sumo sacerdote e estava assentado entre os servos, aquentando-se ao fogo.
55 און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט אן עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן; און האבן נישט געפונען.
55 E os principais sacerdotes e todo o Sinédrio procuravam algum testemunho contra Jesus para o condenar à morte, mas não achavam nada.
56 ווארום א סך האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, און זייערע עדות האבן נישט איבעראיינגעשטימט.
56 Pois muitos testemunhavam falsamente contra Jesus, mas os depoimentos não eram coerentes.
57 און אייניקע זענען אויפגעשטאנען, און האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, אזוי צו זאגן:
57 E, levantando-se alguns, testemunhavam falsamente, dizendo:
58 מיר האבן אים געהערט זאגן: איך וועל צעשטערן דעם דאזיקן היכל, וואס איז מיט הענט געמאכט געווארן. און אין דריי טעג וועל איך אויפבויען אן אנדערן, וואס איז נישט געמאכט מיט הענט.
58 — Nós o ouvimos declarar: “Eu destruirei este santuário edificado por mãos humanas e, em três dias, construirei outro, não por mãos humanas.”
59 און אפילו אזוי האט זייער עדות זאגן נישט איבעראיינגעשטימט.
59 Nem assim o testemunho deles era coerente.
60 און דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט יהושען/ישוען, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט אויף דעם, וואס די דאזיקע זאגן עדות קעגן דיר?
60 E, levantando-se o sumo sacerdote, no meio, perguntou a Jesus: — Você não diz nada em resposta ao que estes depõem contra você?
61 און ער האט געשוויגן, און גארנישט געענטפערט. דער כהן גדול האט אים ווידער געפרעגט, און זאגט צו אים; ביסטו דער משיח, דער זון פון הקדוש ברוך הוא?
61 Jesus, porém, guardou silêncio e nada respondeu. O sumo sacerdote tornou a interrogá-lo: — Você é o Cristo, o Filho do Deus Bendito?
62 און יהושע/ישוע האט געזאגט: איך בין; און איר וועט זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען מיט די וואלקנס פון הימל. (תהלים קי, א; דניאל ז, יג.)
62 Jesus respondeu:
63 און דער כהן גדול האט צעריסן זיינע קליידער, און זאגט: וואס דארפן מיר נאך האבן עדות?
63 O sumo sacerdote, rasgando as suas vestes, disse: — Por que ainda precisamos de testemunhas?
64 איר האט דאך געהערט די לעסטערונג. וואס איז אייער מיינונג? און אלע האבן אים פארמשפט, אז ער איז חייב מיתה.
64 Vocês ouviram a blasfêmia. Qual é o parecer de vocês? E todos o julgaram réu de morte.
65 און אייניקע האבן אנגעהויבן צו שפייען אויף אים, און צו באדעקן אים דאס פנים, און צו שלאגן אים מיט די פויסטן, און צו זאגן צו אים: זאג נבואה! אויך די משרתים האבן אים עמפאנגען מיט פעטש. (ישעיהו נ, ו.)
65 Alguns começaram a cuspir nele, a cobrir-lhe o rosto, a bater nele e a dizer-lhe: — Profetize! E os guardas davam-lhe bofetadas.
66 און בשעת פעטרוס איז געווען אונטן אין הויף, קומט איינע פון דעם כהן גדולס דינסטמוידן;
66 Estando Pedro embaixo no pátio, veio uma das empregadas do sumo sacerdote
67 און ווי זי האט דערזען פעטרוסן זיך ווארעמען, האט זי אויף אים א קוק געטאן, און זאגט: אויך דו ביסט געווען מיט דעם פון נצרת, דעם יהושע/ישוע!
67 e, vendo Pedro, que se aquecia, fixou os olhos nele e disse: — Você também estava com Jesus, o Nazareno.
68 ער אבער האט געלייקנט, אזוי צו זאגן: נישט איך ווייס, נישט איך פארשטיי וואס דו זאגסט. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן צום פאדערהויז; און א האן האט געקרייט.
68 Mas ele negou, dizendo: — Não o conheço, nem compreendo o que você está falando. E saiu para o pórtico. E o galo cantou.
69 און די דינסטמויד האט אים געזען, און האט ווידער אנגעהויבן צו זאגן צו די, וואס זענען דארט געשטאנען: דער דאזיקער איז איינער פון זיי!
69 E a empregada, vendo-o, tornou a dizer aos que estavam ali: — Este é um deles.
70 ער אבער האט נאכאמאל געלייקנט. און אביסל שפעטער האבן די, וואס זענען דארט געשטאנען, ווידער געזאגט צו פעטרוסן: דו ביסט זיכער איינער פון זיי; ווארום דו ביסט אויך א גלילי.
70 Mas ele negou outra vez. E, pouco depois, os que estavam ali disseram outra vez a Pedro: — Com certeza você é um deles, porque também é galileu.
71 און ער האט אנגעהויבן צו פלוכן, און צו שווערן: איך קען נישט דעם דאזיקן מענטשן, פון וועמען איר רעדט!
71 Ele, porém, começou a praguejar e a jurar: — Não conheço esse homem de quem vocês estão falando!
72 און באלד האט א האן צום צווייטן מאל געקרייט. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט, ווי יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: איידער א האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען. און ער האט עס זיך גענומען צום הארצן, און זיך צעוויינט.
72 E no mesmo instante o galo cantou pela segunda vez. Então Pedro se lembrou da palavra que Jesus lhe tinha dito: “Antes que o galo cante duas vezes, você me negará três vezes.” E, caindo em si, começou a chorar.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Marcos 14, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.