Marcos 13

ydd (YDD) vs NTLH

Sair da comparação
NTLH Nova Tradução na Linguagem de Hoje 2000
1 און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פונם בית המקדש, זאגט איינער פון זיינע תלמידים צו אים: רבי, זע, וואס פאר א שטיינער און וואסערע בנינים!
1 Quando Jesus estava saindo do pátio do Templo, um discípulo disse: — Mestre, veja que pedras e edifícios impressionantes!
2 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דו זעסט די דאזיקע געוואלדיקע בנינים? עס וועט נישט איבערגעלאזט ווערן קיין שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט צעבראכן ווערן!
2 Jesus respondeu:
3 און בעת ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, אנטקעגנאיבער דעם בית המקדש, האבן פעטרוס און יעקב און יוחנן און אנדריי אים געפרעגט, ווען זיי זענען געווען אליין:
3 Jesus estava sentado no monte das Oliveiras, olhando para o Templo, quando Pedro, Tiago, João e André lhe perguntaram em particular:
4 זאג אונדז, ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דאס צייכן, ווען דאס אלץ דארף דערפילט ווערן?
4 — Conte para nós quando é que isso vai acontecer. Que sinal haverá para mostrar quando é que todas essas coisas vão começar?
5 און יהושע/ישוע האט אנגעהויבן זאגן צו זיי: גיט אכטונג, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן.
5 Então Jesus começou a ensiná-los. Ele disse:
6 א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס, און וועלן א סך פארפירן.
6 Porque muitos vão aparecer fingindo ser eu e dizendo: “Eu sou o
7 און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף.
7 Não tenham medo quando ouvirem o barulho de batalhas ou notícias de guerras. Tudo isso vai acontecer, mas ainda não será o fim.
8 ווארום א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און מלוכה קעגן מלוכה; עס וועלן זיין ערדציטערנישן דא און דארטן; עס וועלן זיין הונגערנויטן; די דאזיקע זענען דער אנהויב פון די ווייען.
8 Uma nação vai guerrear contra outra, e um país atacará outro. Em vários lugares haverá tremores de terra e falta de alimentos. Essas coisas serão como as primeiras dores de parto.
9 איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.
9 — Vocês precisam ter cuidado porque serão presos e levados aos tribunais e serão chicoteados nas
10 און צווישן אלע פעלקער מוז צום ערשט די גוטע בשורה אנגעזאגט ווערן.
10 Pois, antes de chegar o fim, o evangelho precisa ser anunciado a todos os povos.
11 און ווען מען וועט אייך פירן און איבערגעבן, זאלט איר זיך נישט מאכן קיין זארגן פארויס, וואס איר זאלט רעדן, נאר וואס עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, דאס רעדט. ווארום נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער רוח הקודש.
11 Quando prenderem e entregarem vocês às autoridades, não fiquem preocupados, antes da hora, com o que irão dizer. Quando chegar o momento, digam o que Deus lhes der para dizer. Porque as palavras que disserem não serão de vocês mesmos, mas virão do Espírito Santo.
12 און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער א קינד; און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן עלטערן, און וועלן זיי טייטן.
12 Muitos entregarão os seus próprios irmãos para serem mortos, e os pais entregarão os filhos. E os filhos ficarão contra os pais e os matarão.
13 און איר וועט זיין פארהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען; ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
13 Todos odiarão vocês por serem meus seguidores, mas quem ficar firme até o fim será salvo.
14 און ווען איר וועט זען די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג שטיין וואו עס דארף נישט—זאל דער לייענער פארשטיין (דניאל יב, יא.)—דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג;
14 E Jesus continuou:
15 ווער עס איז אויפן דאך, דער זאל נישט אראפגיין, און נישט אריינגיין, עפעס נעמען פון זיין הויז ארויס;
15 Quem estiver em cima da sua casa, no terraço, que fuja logo e não entre para pegar nada.
16 און ווער עס איז אין פעלד, זאל זיך נישט אומקערן צוריק צו נעמען זיין מלבוש.
16 E quem estiver no campo, que não volte para casa a fim de buscar as suas roupas.
17 אבער וויי איז צו די טראגעדיקע און אנזויגערינס אין יענע טעג!
17 Ai das mulheres grávidas e das mães com criancinhas naqueles dias!
18 זייט אבער מתפלל, אז עס זאל נישט געשען אין ווינטער.
18 Orem a Deus para que isso não aconteça no inverno.
19 ווארום יענע טעג וועלן זיין א צרה, אזא וואס אירסגלייכן איז נישט געשען זינט דעם אנהויב פון דער באשאפונג, וואס ה׳ האט באשאפן, ביז אצונד, און עס וועט מער נישט זיין.
19 Porque naqueles dias haverá um sofrimento tão grande como nunca houve desde que Deus criou o mundo; e nunca mais acontecerá uma coisa igual.
20 און אויב דער האר וואלט נישט פארקירצט די טעג, וואלט קיין בשר (ודם) נישט געראטעוועט געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע, וועמען ער האט אויסדערוויילט, האט ער פארקירצט די טעג. (דניאל יב, א.)
20 Porém o Senhor diminuiu esse tempo de sofrimento. Se não fosse assim, ninguém seria salvo. Mas, por causa do povo que Deus escolheu para salvar, esse tempo já foi diminuído.
21 און אויב עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע דא איז דער משיח! זע, דארטן! זאלט איר עס נישט גלויבן;
21 — Portanto, se alguém disser para vocês: “Vejam! O
22 ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.
22 Porque aparecerão falsos
23 איר אבער גיט אכטונג; זע, איך האב אייך אלץ פארויס אנגעזאגט!
23 Prestem atenção! Eu estou lhes dizendo tudo isso, antes que aconteça.
24 נאר אין יענע טעג, נאך יענער צרה, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, (ישעיהו יג, י.)
24 Jesus disse:
25 און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די קרעפטן אין הימל וועלן דערשיטערט ווערן. (ישעיהו לד, ד.)
25 As estrelas cairão do céu, e os poderes do espaço serão abalados.
26 און דעמאלט וועט מען זען דעם בר אנש קומען אין די וואלקנס מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.)
26 Então o
27 און דעמאלט וועט ער שיקן די מלאכים, און איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון עק ערד ביז עק הימל.
27 Ele mandará os anjos aos quatro cantos da terra e reunirá os escolhidos de Deus de um lado do mundo até o outro.
28 און לערנט דאס משל פון דעם פייגנבוים; ווען זיין צווייג איז שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס די בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאענט.
28 Jesus disse ainda:
29 אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז עס איז נאענט ביי די טירן.
29 Assim também, quando virem acontecer essas coisas, fiquem sabendo que o tempo está perto, pronto para começar.
30 באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלע די דאזיקע זאכן וועלן געשען.
30 Eu afirmo a vocês que isto é verdade: essas coisas vão acontecer antes de morrerem todos os que agora estão vivos.
31 דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן נישט פארגיין.
31 O céu e a terra desaparecerão, mas as minhas palavras ficarão para sempre.
32 נאר וועגן יענעם טאג אדער שעה ווייסט קיינער נישט, נישט אפילו די מלאכים אין הימל, נישט דער זון (פון דער אויבערשטער), אחוץ דער פאטער.
32 E Jesus terminou, dizendo:
33 גיט אכטונג, שלאפט נישט און טוט תפילה! ווארום איר ווייסט נישט ווען די צייט איז.
33 Vigiem e fiquem alertas, pois vocês não sabem quando chegará a hora.
34 ווי א מענטש, אוועקפארנדיק, האט פארלאזן זיין הויז, און געגעבן מאכט צו זיינע קנעכט, יעדן איינעם זיין ארבעט, און דעם טירוועכטער האט ער באפוילן, אז ער זאל וואכן.
34 Será como um homem que sai de casa e viaja para longe; mas, antes de ir, dá ordens, distribui o trabalho entre os empregados e manda o porteiro ficar de vigia.
35 דעריבער וואכט, ווארום איר ווייסט נישט ווען דער בעל הבית קומט, צי אין אוונט, אדער אינמיטן דער נאכט, אדער ווען דער האן קרייעט, אדער אין דער פרי;
35 Então vigiem, pois vocês não sabem quando o dono da casa vai voltar; se será à tarde, ou à meia-noite, ou de madrugada, ou de manhã.
36 טאמער וועט ער פלוצלונג קומען, און אייך געפינען שלאפנדיקע.
36 Se ele chegar de repente, que não encontre vocês dormindo!
37 און וואס איך זאג אייך, זאג איך אלעמען: וואכט!
37 O que eu lhes digo digo a todos: fiquem vigiando!

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Marcos 13, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.