Marcos 10
ydd (YDD) vs VC
1 און ער איז אויפגעשטאנען פון דארטן, און איז געקומען צו די גרענעצן פון יהודה און פון עבר הירדן; און ווידער האבן המונים מענטשן זיך פארזאמלט ביי אים; און ווי געוויינטלעך, האט ער זיי ווידער געלערנט.
1 Saindo dali, ele foi para a região da Judéia, além do Jordão. As multidões voltaram a segui-lo pelo caminho e de novo ele pôs-se a ensiná-las, como era seu costume.
2 און פרושים זענען צוגעקומען צו אים, און האבן אים געפרעגט, אויב א מאן מעג זיך גטן מיטן ווייב; אויספרואוונדיק אים.
2 Chegaram os fariseus e perguntaram-lhe, para o pôr à prova, se era permitido ao homem repudiar sua mulher.
3 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: וואס האט אייך משה געבאטן?
3 Ele respondeu-lhes: "Que vos ordenou Moisés?"
4 און זיי האבן געזאגט: משה האט דערלויבט (איר) צו שרייבן א ספר כריתות (גט) און זי אוועקצושיקן. (דברים כד, א.)
4 Eles responderam: "Moisés permitiu escrever carta de divórcio e despedir a mulher."
5 יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: צוליב דער פארהארטעוועטקייט פון אייער הארץ האט ער אייך אנגעשריבן דאס דאזיקע געבאט;
5 Continuou Jesus: "Foi devido à dureza do vosso coração que ele vos deu essa lei;
6 פון אנהויב פון דער באשאפונג אבער האט ה׳ זיי באשאפן זכר און נקבה. (בראשית א, כז.)
6 mas, no princípio da criação, Deus os fez homem e mulher.
7 דערפאר וועט א מענטש פארלאזן זיין פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב,
7 Por isso, deixará o homem pai e mãe e se unirá à sua mulher;
8 און די צוויי וועלן זיין איין פלייש (בראשית ב, כד.); אזוי זענען זיי מער נישט צוויי, נאר איין פלייש.
8 e os dois não serão senão uma só carne. Assim, já não são dois, mas uma só carne.
9 דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן!
9 Não separe, pois, o homem o que Deus uniu."
10 און אינם הויז האבן די תלמידים אים ווידער געפרעגט וועגן דער דאזיקער זאך.
10 Em casa, os discípulos fizeram-lhe perguntas sobre o mesmo assunto.
11 און ער האט צו זיי געזאגט: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז ער מזנה קעגן איר;
11 E ele disse-lhes: "Quem repudia sua mulher e se casa com outra, comete adultério contra a primeira.
12 און אויב זי גט זיך מיט איר מאן, און האט חתונה מיט אן אנדערן, טוט זי זנות.
12 E se a mulher repudia o marido e se casa com outro, comete adultério."
13 און מען האט צו אים געברענגט קליינע קינדער, כדי ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי.
13 Apresentaram-lhe então crianças para que as tocasse; mas os discípulos repreendiam os que as apresentavam.
14 און ווי יהושע/ישוע האט דאס געזען, האט עס אים פארדראסן, און ער האט צו זיי געזאגט: לאזט די קליינע קינדער קומען צו מיר; פארווערט עס זיי נישט; ווארום פאר זייערסגלייכן איז דאס קעניגרייך פון ה׳!
14 Vendo-o, Jesus indignou-se e disse-lhes: "Deixai vir a mim os pequequinos e não os impeçais, porque o Reino de Deus é daqueles que se lhes assemelham.
15 באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אויפנעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קליין קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינגיין דערין!
15 Em verdade vos digo: todo o que não receber o Reino de Deus com a mentalidade de uma criança, nele não entrará."
16 און האט זיי גענומען אויף זיינע ארעמס, און געבענטשט, ארויפלייגנדיק די הענט אויף זיי.
16 Em seguida, ele as abraçou e as abençoou, impondo-lhes as mãos.
17 און בעת ער איז ארויסגעגאנגען אויפן וועג, איז אים איינער אקייגנגעלאפן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, און האט אים געפרעגט: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן?
17 Tendo ele saído para se pôr a caminho, veio alguém correndo e, dobrando os joelhos diante dele, suplicou-lhe: "Bom Mestre, que farei para alcançara vida eterna?"
18 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: וואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ ה׳ אליין!
18 Jesus disse-lhe: "Por que me chamas bom? Só Deus é bom.
19 די געבאטן קענסטו: דו זאלסט נישט מארדן! דו זאלסט נישט נואפן! דו זאלסט נישט גנבענען! דו זאלסט נישט פאלש עדות זאגן! דו זאלסט נישט באטריגן! דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! (שמות כ, יב-טז.)
19 Conheces os mandamentos: não mates; não cometas adultério; não furtes; não digas falso testemunho; não cometas fraudes; honra pai e mãe."
20 און ער האט צו אים געזאגט: רבי, אלע די דאזיקע האב איך אפגעהיטן פון מיין יוגנט אָן.
20 Ele respondeu-lhe: "Mestre, tudo isto tenho observado desde a minha mocidade."
21 און יהושע/ישוע האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך!
21 Jesus fixou nele o olhar, amou-o e disse-lhe: "Uma só coisa te falta; vai, vende tudo o que tens e dá-o aos pobres e terás um tesouro no céu. Depois, vem e segue-me.
22 ער אבער איז אומעטיק געווארן איבער דעם ווארט, און איז אוועקגעגאנגען א טרויעריקער, ווארום ער האט געהאט א גרויס פארמעגן.
22 Ele entristeceu-se com estas palavras e foi-se todo abatido, porque possuía muitos bens.
23 און יהושע/ישוע האט זיך ארומגעקוקט, און זאגט צו זיינע תלמידים: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן עשירות אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳!
23 E, olhando Jesus em derredor, disse a seus discípulos: "Quão dificilmente entrarão no Reino de Deus os ricos!"
24 און די תלמידים זענען דערשטוינט געווארן איבער זיינע ווערטער. יהושע/ישוע אבער ווידער ענטפערנדיק האט צו זיי געזאגט: קינדער, אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן בטחון אויף געלט, אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳!
24 Os discípulos ficaram assombrados com suas palavras. Mas Jesus replicou: "Filhinhos, quão difícil é entrarem no Reino de Deus os que põem a sua confiança nas riquezas!
25 עס איז לייכטער פאר א קעמל דורכצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר א רייכן מאן אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
25 É mais fácil passar o camelo pelo fundo de uma agulha do que entrar o rico no Reino de Deus."
26 און זיי זענען נאך מער דערשטוינט געווארן, און האבן צו זיך גערעדט: און ווער זשע קען דערלייזט ווערן?
26 Eles ainda mais se admiravam, dizendo a si próprios: "Quem pode então salvar-se?"
27 יהושע/ישוע האט א קוק געטאן אויף זיי און זאגט: ביי מענטשן איז עס אוממעגלעך, נאר נישט ביי ה׳; ווארום אלץ איז מעגלעך ביי ה׳.
27 Olhando Jesus para eles, disse: "Aos homens isto é impossível, mas não a Deus; pois a Deus tudo é possível.
28 פעטרוס האט אנגעהויבן צו רעדן צו אים: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און האבן דיר נאכגעפאלגט!
28 Pedro começou a dizer-lhe: "Eis que deixamos tudo e te seguimos."
29 האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן קיינער, וועלכער האט פארלאזט הויז, אדער ברידער, אדער שוועסטער, אדער מוטער, אדער פאטער, אדער קינדער, אדער פעלדער, צוליב מיר, און צוליב דער בשורה טובה,
29 Respondeu-lhe Jesus. "Em verdade vos digo: ninguém há que tenha deixado casa ou irmãos, ou irmãs, ou pai, ou mãe, ou filhos, ou terras por causa de mim e por causa do Evangelho
30 וועלכער וועט נישט באקומען הונדערט מאל אזויפיל איצט אין דער דאזיקער צייט, הייזער, און ברידער, און שוועסטער, און מוטערס, און קינדער, און פעלדער, מיט פארפאלגונגען; און אין דער קומענדיקער וועלט אייביק לעבן.
30 que não receba, já neste século, cem vezes mais casas, irmãos, irmãs, mães, filhos e terras, com perseguições e no século vindouro a vida eterna.
31 אבער א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע; און די לעצטע ערשטע.
31 Muitos dos primeiros serão os últimos, e dos últimos serão os primeiros."
32 און זיי זענען געווען אויפן וועג, ארויפגייענדיק קיין ירושלים; און יהושע/ישוע איז געגאנגען פארויס פאר זיי; און זיי האבן געשטוינט; און די, וואס האבן נאכגעפאלגט, האבן זיך געפארכטן. און ער האט ווידער גענומען די צוועלף צו זיך, און האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי וועגן די זאכן, וואס וועלן קומען אויף אים:
32 Estavam a caminho de Jerusalém e Jesus ia adiante deles. Estavam perturbados e o seguiam com medo. E tomando novamente a si os Doze, começou a predizer-lhes as coisas que lhe haviam de acontecer:
33 זע, גייען מיר ארויף קיין ירושלים, און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און די סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם);
33 "Eis que subimos a Jerusalém e o Filho do homem será entregue aos príncipes dos sacerdotes e aos escribas; condená-lo-ão à morte e entregá-lo-ão aos gentios.
34 און זיי וועלן אפשפאטן פון אים, און שפייען אויף אים, און וועלן אים שמייסן, און טייטן; און אין דריי טעג ארום וועט ער ווידער אויפשטיין.
34 Escarnecerão dele, cuspirão nele, açoitá-lo-ão, e hão de matá-lo; mas ao terceiro dia ele ressurgirá.
35 און יעקב און יוחנן, זבדיס זין, זענען צוגעגאנגען צו אים, און האבן צו אים געזאגט: רבי, מיר פארלאנגען, אז דו זאלסט פאר אונדז טאן, וואס מיר וועלן דיך בעטן!
35 Aproximaram-se de; Jesus Tiago e João, filhos de Zebedeu, e disseram-lhe: "Mestre, queremos que nos concedas tudo o que te pedirmos."
36 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פארלאנגט איר, אז איך זאל טאן פאר אייערטוועגן?
36 "Que quereis que vos faça?"
37 און זיי האבן צו אים געזאגט: גיב אונדז, אז מיר זאלן זיצן, איינער אויף דיין רעכטער זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט, אין דיין הערלעכקייט!
37 "Concede-nos que nos sentemos na tua glória, um à tua direita e outro à tua esquerda."
38 יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט נישט וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם בעכער, וואס איך טרינק? אדער געטובלט ווערן מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט?
38 "Não sabeis o que pedis, retorquiu Jesus. Podeis vós beber o cálice que eu vou beber, ou ser batizados no batismo em que eu vou ser batizado?"
39 און זיי האבן געזאגט צו אים: מיר קענען! יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: דעם בעכער, וואס איך טרינק, וועט איר טרינקען; און מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט, וועט איר געטובלט ווערן;
39 "Podemos", asseguraram eles. Jesus prosseguiu: "Vós bebereis o cálice que eu devo beber e sereis batizados no batismo em que eu devo ser batizado.
40 נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט אדער לינקער זייט איז נישט מיינס צו געבן, נאר (עס איז פאר די) פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן.
40 Mas, quanto ao assentardes à minha direita ou à minha esquerda, isto não depende de mim: o lugar compete àqueles a quem está destinado."
41 און ווען די צען האבן עס געהערט, האבן זיי אנגעהויבן צו ווערן אין כעס אויף יעקבן און יוחנן.
41 Ouvindo isto, os outros dez começaram a indignar-se contra Tiago e João.
42 און יהושע/ישוע האט זיי גערופן צו זיך, און זאגט צו זיי; איר ווייסט, אז די, וואס גילטן צו הערשן איבער די פעלקער, אונטעריאכן זיי; און זייערע גדולים געוועלטיקן איבער זיי.
42 Jesus chamou-os e deu-lhes esta lição: "Sabeis que os que são considerados chefes das nações dominam sobre elas e os seus intendentes exercem poder sobre elas.
43 ביי אייך אבער איז עס נישט אזוי; נאר ווער עס וועט וועלן ווערן א גדול צווישן אייך, וועט ער זיין אייער משרת;
43 Entre vós, porém, não será assim: todo o que quiser tornar-se grande entre vós, seja o vosso servo;
44 און ווער עס וועט וועלן זיין צווישן אייך דער ערשטער, וועט ער זיין אלעמענס קנעכט.
44 e todo o que entre vós quiser ser o primeiro, seja escravo de todos.
45 ווארום אפילו דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייז פאר פילע.
45 Porque o Filho do homem não veio para ser servido, mas para servir e dar a sua vida em redenção por muitos."
46 און זיי קומען קיין יריחו. און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון יריחו, מיט זיינע תלמידים און אן אנגעזעענעם המון מענטשן, איז טימיס זון, בר‑טימי, א בלינדער בעטלער, געזעסן ביים וועג.
46 Chegaram a Jericó. Ao sair dali Jesus, seus discípulos e numerosa multidão, estava sentado à beira do caminho, mendigando, Bartimeu, que era cego, filho de Timeu.
47 און הערנדיק, אז עס איז יהושע/ישוע פון נצרת, האט ער אנגעהויבן צו שרייען, און זאגן: בן דוד, יהושע/ישוע, האב רחמנות אויף מיר!
47 Sabendo que era Jesus de Nazaré, começou a gritar: "Jesus, filho de Davi, em compaixão de mim!"
48 און א סך האבן אנגעשריגן אויף אים, כדי ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן: בן דוד, האב רחמנות אויף מיר!
48 Muitos o repreendiam, para que se calasse, mas ele gritava ainda mais alto: "Filho de Davi, tem compaixão de mim!"
49 און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט, און געזאגט: רופט אים. און זיי רופן דעם בלינדן, און זאגן צו אים: זיי געטרייסט; שטיי אויף, ער רופט דיך!
49 Jesus parou e disse: "Chamai-o" Chamaram o cego, dizendo-lhe: "Coragem! Levanta-te, ele te chama."
50 און ער האט אוועקגעווארפן זיין מלבוש, און זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס, און איז געקומען צו יהושען/ישוען.
50 Lançando fora a capa, o cego ergueu-se dum salto e foi ter com ele.
51 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: וואס ווילסטו, אז איך זאל דיר טאן? און דער בלינדער האט צו אים געזאגט: רבוני, אז איך זאל זעענדיק ווערן!
51 Jesus, tomando a palavra, perguntou-lhe: "Que queres que te faça? Rabôni, respondeu-lhe o cego, que eu veja!
52 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי; דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! און תיכף איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט אויפן וועג. (ישעיהו מב, ו-ז.)
52 Jesus disse-lhe: Vai, a tua fé te salvou." No mesmo instante, ele recuperou a vista e foi seguindo Jesus pelo caminho.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Marcos 10, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.