Lucas 9

ydd (YDD) vs NAA

Sair da comparação
NAA Nova Almeida Atualizada 2017
1 און ער האט צוזאמענגערופן די צוועלף, און האט זיי געגעבן כוח און שליטה איבער אלע בייזע גייסטער און צו היילן קראנקייטן.
1 Tendo Jesus convocado os doze, deu-lhes poder e autoridade sobre todos os demônios e para curar doenças.
2 און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע.
2 Também os enviou a pregar o Reino de Deus e a curar os enfermos.
3 און האט צו זיי געזאגט: נעמט גארנישט מיט אויפן וועג—נישט קיין שטעקן, נישט קיין בייטל, נישט קיין ברויט, נישט קיין געלט, איר זאלט אויך נישט האבן קיין צוויי העמדער.
3 E disse-lhes:
4 און אין וועלכן נישט איז הויז איר וועט אריינקומען, בלייבט דארטן, און פון דארטן זאלט איר גיין ווייטער.
4 Na casa em que vocês entrarem, fiquem ali até saírem daquele lugar.
5 און וואו מען וועט אייך נישט אויפנעמען, ארויסגייענדיק פון יענער שטאט, זאלט איר אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס פאר אן עדות קעגן זיי.
5 E onde quer que não receberem vocês, ao saírem daquela cidade sacudam o pó dos pés em testemunho contra eles.
6 און זיי זענען אוועק, און זענען געגאנגען איבער די דערפער, האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה און געהיילט אומעטום.
6 Então, saindo, percorriam todas as aldeias, anunciando o evangelho e fazendo curas por toda parte.
7 און הורדוס דער טעטרארך האט געהערט אלץ, וואס עס איז געשען; און האט זיך באאומרואיקט, צוליב דעם וואס אייניקע האבן געזאגט, אז יוחנן איז אויפגעשטאנען פון די טויטע;
7 Ora, o tetrarca Herodes soube de tudo o que se passava e ficou perplexo, porque alguns diziam: “João ressuscitou dentre os mortos.”
8 אייניקע אבער (האבן געזאגט), אז אליהו האט זיך באוויזן; און אנדערע—אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.
8 Outros diziam: “Elias apareceu.” E ainda outros diziam: “Um dos antigos profetas ressuscitou.”
9 הורדוס אבער האט געזאגט: דעם יוחנן האב איך אפגעהאקט דעם קאפ; ווער אבער איז דער דאזיקער, וועגן וועלכן איך הער אזעלכע זאכן? און ער האט פארלאנגט אים צו זען.
9 Herodes, porém, disse: — Eu mandei decapitar João. Quem, então, é este a respeito do qual tenho ouvido tais coisas? E se esforçava para vê-lo.
10 און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט, האבן זיי אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן. און ער האט זיי גענומען צו זיך און איז אוועק אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן בית‑צידה.
10 Ao regressarem, os apóstolos relataram a Jesus tudo o que tinham feito. Ele, levando-os consigo, retirou-se à parte para uma cidade chamada Betsaida.
11 די המונים אבער האבן זיך דערוואוסט, און האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אויפגענומען, און גערעדט צו זיי וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און די, וואס האבן זיך גענויטיקט אין א רפואה, האט ער געהיילט.
11 Mas as multidões souberam disso e o seguiram. Acolhendo-as, Jesus lhes falava a respeito do Reino de Deus e socorria os que tinham necessidade de cura.
12 דער טאג אבער האט זיך שוין אנגעהויבן צו נייגן; און די צוועלף זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: לאז אפ דעם עולם מענטשן, כדי זיי זאלן אוועקגיין אין די ארומיקע דערפער און פעלדער איבערצונעכטיקן און צו געפינען שפייז; ווייל מיר זענען דא אויף אן איינזאם ארט.
12 Mas o dia estava chegando ao fim. Então os doze se aproximaram de Jesus e disseram: — Despeça a multidão, para que, indo às aldeias e campos ao redor, se hospedem e encontrem alimento; pois estamos aqui em lugar deserto.
13 ער אבער האט צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! האבן זיי געזאגט: מיר האבן נישט מער ווי פינף ברויטן און צוויי פיש; סיידן מיר זאלן גיין איינקויפן שפייז פאר דעם דאזיקן גאנצן פאלק.
13 Jesus, porém, lhes disse: Os discípulos responderam: — Não temos mais que cinco pães e dois peixes, a não ser que nós mesmos vamos e compremos comida para todo este povo.
14 ווארום עס זענען געווען קנאפע פינף טויזנט מענער. ער אבער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: מאכט זיי זיך אנידערצוזעצן אין חברותות, מער ווייניקער צו פיפציק.
14 Porque estavam ali cerca de cinco mil homens. Então Jesus disse aos seus discípulos:
15 און זיי האבן אזוי געטאן און האבן אלעמען אויסגעזעצט.
15 Eles atenderam, fazendo com que todos se assentassem.
16 און ער האט גענומען די פינף ברויטן און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, געמאכט א ברכה און האט זיי צעבראכן און געגעבן צו די תלמידים צו לייגן פאר דעם המון מענטשן.
16 E Jesus, pegando os cinco pães e os dois peixes, erguendo os olhos para o céu, os abençoou, partiu e deu aos discípulos para que os distribuíssem entre o povo.
17 און זיי האבן געגעסן און זענען אלע זאט געווארן; און מען האט אויפגעהויבן, פון די ברעקלעך (שיריים), וואס זענען איבערגעבליבן, צוועלף קערב (פול).
17 Todos comeram e se fartaram; e dos pedaços que sobraram foram recolhidos doze cestos.
18 און עס איז געשען בשעת ער האט תפילה געטאן איינער אליין, און די תלמידים זענען געווען מיט אים, האט ער זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די לייט, אז איך בין?
18 E aconteceu que, enquanto Jesus estava orando em particular, achavam-se presentes os discípulos, a quem perguntou:
19 און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער (זאגן) אליהו; און אנדערע, אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.
19 Eles responderam: — Uns dizem que é João Batista; outros dizem que é Elias; e ainda outros dizem que um dos antigos profetas ressuscitou.
20 האט ער צו זיי געזאגט: און ווער, זאגט איר, אז איך בין? פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט: דער משיח פון ה׳!
20 Então Jesus perguntou: Respondendo, Pedro disse: — O Cristo de Deus.
21 און ער האט זיי שטרענג פארבאטן, דאס דאזיקע עמיצן אויסצוזאגן,
21 Jesus, porém, advertindo-os, mandou que a ninguém declarassem tal coisa,
22 און האט געזאגט; דער בר אנש מוז א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים און געטייט ווערן און דעם דריטן טאג אויפשטיין.
22 dizendo:
23 און ער האט צו אלעמען געזאגט: ווער עס וויל מיר נאכגיין, דער זאל זיך אליין פארלייקענען און נעמען זיין בוים אויף זיך טאג אויס טאג איין און מיר נאכפאלגן.
23 Jesus dizia a todos:
24 ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין נפש פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס ראטעווען.
24 Pois quem quiser salvar a sua vida a perderá; e quem perder a vida por minha causa, esse a salvará.
25 ווארום וואס לוינט עס א מענטשן, אז ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן אדער שעדיקן זיך אליין?
25 De que adianta uma pessoa ganhar o mundo inteiro, se vier a perder-se ou causar dano a si mesma?
26 ווארום ווער עס שעמט זיך מיט מיר און מיט די ווערטער מיינע, מיט דעם דאזיקן וועט דער בר אנש זיך שעמען, ווען ער וועט קומען אין זיין הערלעכקייט און (אין דער הערלעכקייט) פון דעם פאטער און פון די הייליקע מלאכים.
26 Pois quem se envergonhar de mim e das minhas palavras, dele se envergonhará o Filho do Homem, quando vier na sua glória e na glória do Pai e dos santos anjos.
27 און באמת זאג איך אייך; אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳.
27 Em verdade lhes digo que alguns dos que aqui se encontram não passarão pela morte até que vejam o Reino de Deus.
28 און עס איז געשען אן ערך אכט טאג נאך די דאזיקע רייד, אז ער האט גענומען פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און איז ארויפגעשטיגן אויפן בארג תפילה צו טאן.
28 Cerca de oito dias depois de proferidas estas palavras, Jesus levou consigo Pedro, João e Tiago e subiu ao monte com o propósito de orar.
29 און בעת ער האט מתפלל געווען, האט דאס אויסזען פון זיין פנים זיך פארענדערט און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק ווייס.
29 E aconteceu que, enquanto ele orava, a aparência do seu rosto se transfigurou e a roupa dele ficou de um branco brilhante.
30 און זע, צוויי מענער האבן גערעדט מיט אים, וועלכע זענען געווען משה און אליהו;
30 E eis que dois homens falavam com ele: eram Moisés e Elias,
31 זיי האבן זיך באוויזן אין הערלעכקייט און האבן גערעדט וועגן זיין ליציאת (הסתלקות), וואס ער האט געזאלט ממלא זיין אין ירושלים.
31 que apareceram em glória e falavam da morte de Jesus, que ele estava para cumprir em Jerusalém.
32 פעטרוס אבער און די, וואס זענען געווען מיט אים, זענען פארזונקען אין א שווערן שלאף; און אויפכאפנדיק זיך, האבן זיי געזען זיין הערלעכקייט און די צוויי מענער, וואס זענען געשטאנען מיט אים.
32 Pedro e seus companheiros estavam caindo de sono; mas, conservando-se acordados, viram a glória de Jesus e os dois homens que estavam com ele.
33 און עס איז געשען, ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים, האט פעטרוס געזאגט צו יהושען/ישוען; האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי סוכות: איינע פאר דיר, איינע פאר משהן און איינע פאר אליהו, נישט וויסנדיק, וואס ער רעדט.
33 Quando estes começaram a se afastar de Jesus, Pedro lhe disse: — Mestre, bom é estarmos aqui. Façamos três tendas: uma para o senhor, outra para Moisés e outra para Elias. Porém, Pedro não sabia o que estava dizendo.
34 און בשעת ער האט גערעדט, איז געקומען א וואלקן און האט זיי באשאטנט; און זיי האבן מורא געקריגן ווי זיי זענען אריינגעקומען אין דעם וואלקן אריין.
34 Enquanto assim falava, veio uma nuvem e os envolveu. E ficaram com medo ao entrar na nuvem.
35 און עס איז ארויסגעקומען א קול פון דעם וואלקן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער איז מיין זון, דער אויסדערוויילטער, אים זאלט איר הערן!
35 E dela veio uma voz que dizia: — Este é o meu Filho, o meu eleito; escutem o que ele diz!
36 און בשעת דאס קול איז געהערט געווארן, האט יהושע/ישוע זיך געפונען איינער אליין. און זיי האבן געשוויגן און אין יענע טעג האבן זיי קיינעם גארנישט דערציילט פון דעם, וואס זיי האבן געזען.
36 Depois daquela voz, perceberam que Jesus estava sozinho. Eles ficaram calados e, naqueles dias, não contaram nada a ninguém a respeito do que tinham visto.
37 און עס איז געשען צומארגנס, ווען זיי זענען אראפגעשטיגן פונם בארג, איז אים אנטקעגנגעקומען א גרויסער המון מענטשן.
37 No dia seguinte, quando eles desceram do monte, uma grande multidão veio ao encontro de Jesus.
38 און זע, א מאן פון דער מאסע מענטשן האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: רבי, איך בעט דיך, קוק דיך אום אויף מיין זון, מחמת ער איז מיין בן יחיד;
38 E eis que, do meio da multidão, surgiu um homem, dizendo em alta voz: — Mestre, peço que o senhor olhe o meu filho, porque é o único que tenho.
39 און זע, א גייסט כאפט אים אָן, און פלוצלונג שרייט ער און רייסט אים, אז ער שוימט פארן מויל, און גייט קוים אוועק פון אים און צעשלאגט אים,
39 Um espírito se apodera dele, e, de repente, o menino grita, e o espírito o convulsiona até espumar; e dificilmente o deixa, depois de o ter maltratado.
40 און איך האב שוין געבעטן דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן, און זיי זענען נישט געווען ביכולת.
40 Pedi aos seus discípulos que o expulsassem, mas eles não puderam.
41 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ביז ווען וועל איך זיין ביי אייך און אייך סובל זיין! ברענג אהער דעם זון דיינעם!
41 Jesus exclamou:
42 און בעת ער איז נאך געווען אויפן וועג צו אים, האט דער בייזער גייסט אים א ריס געטאן און געמאטערט. יהושע/ישוע אבער האט אנגעשריגן אויף דעם אומריינעם גייסט, און געהיילט דאס יינגל און אים אפגעגעבן צו זיין פאטער.
42 Quando o menino estava se aproximando, o demônio o atirou no chão e o convulsionou; mas Jesus repreendeu o espírito imundo, curou o menino e o entregou ao pai.
43 און אלע זענען דערשטוינט געווארן איבער ה׳ס געוואלדיקער מאכט.
43 E todos ficaram maravilhados com a majestade de Deus. Como todos estavam admirados com tudo o que Jesus fazia, ele disse aos seus discípulos:
44 לאזט די דאזיקע ווערטער אריינדרינגען אין אייערע אויערן אריין: ווארום דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן.
44 — Prestem bem atenção nas seguintes palavras: o Filho do Homem está para ser entregue nas mãos dos homens.
45 זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס דאזיקע ווארט און עס איז געווען פארהוילן פון זיי, כדי זיי זאלן נישט וויסן די באטייטונג דערפון; און זיי האבן מורא געהאט אים צו פרעגן וועגן דעם דאזיקן ווארט.
45 Eles, porém, não entendiam isso, e lhes foi encoberto para que não o compreendessem. E temiam fazer perguntas a Jesus a respeito deste assunto.
46 און עס איז זיי אויפגעגאנגען א ארגומענט: ווער פון זיי עס זאל זיין דער גרעסטער.
46 Surgiu entre os discípulos uma discussão sobre qual deles seria o maior.
47 און ווען יהושע/ישוע האט געזען די מחשבה פון זייער הארץ, האט ער גענומען א קינד און עס געשטעלט לעבן זיך,
47 Mas Jesus, sabendo o que se passava no coração deles, pegou uma criança, colocou-a junto de si
48 און האט צו זיי געזאגט: ווער עס וועט אויפנעמען דאס דאזיקע קינד אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס וועט מיך אויפנעמען, דער נעמט אויף דעם, וואס האט מיך געשיקט; ווארום ווער עס איז דער קלענסטער צווישן אייך אלע, דער דאזיקער איז גרויס!
48 e lhes disse:
49 און יוחנן האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, מיר האבן געזען איינעם, וואס האט אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט נישט נאך מיט אונדז.
49 João tomou a palavra e disse: — Mestre, vimos certo homem que expulsava demônios em seu nome, mas nós o proibimos de fazer isso, porque não segue conosco.
50 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: איר זאלט נישט פארווערן! ווארום ווער עס איז נישט קעגן אייך, דער איז פאר אייך.
50 Mas Jesus lhe disse:
51 און עס איז געשען, ווען די טעג זענען דערפילט געווארן, אז ער זאל ארויפגענומען ווערן (זיין העלייה השמימה), האט ער פעסט אנטשלאסן געווענדט זיין פנים צו גיין קיין ירושלים,
51 E aconteceu que, ao se completarem os dias em que seria elevado ao céu, Jesus manifestou, no semblante, a firme resolução de ir para Jerusalém.
52 און געשיקט שליחים פארויס פאר זיך; און זיי זענען אוועק און זענען אריינגעגאנגען אין א דארף פון די שומרונים, כדי צוצוגרייטן פאר אים.
52 E enviou mensageiros que fossem na frente. Indo eles, entraram numa aldeia de samaritanos para lhe preparar pousada.
53 און מען האט אים נישט אויפגענומען, ווייל זיין פנים איז געווען געווענדט צו גיין קיין ירושלים.
53 Mas não o receberam, porque o aspecto dele era de quem, decisivamente, ia para Jerusalém.
54 און זעענדיק דאס, האבן די תלמידים, יעקב און יוחנן, געזאגט: האר, צי ווילסטו, אז מיר זאלן זאגן, עס זאל אראפקומען פייער פון הימל און זיי פארברענען? (מלכים ב א.)
54 Vendo isto, os discípulos Tiago e João perguntaram: — Senhor, quer que mandemos descer fogo do céu para os consumir?
55 ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און אנגעשריגן אויף זיי;
55 Mas Jesus, voltando-se, os repreendeu.
56 און זיי זענען געגאנגען אין אן אנדער דארף אריין.
56 E seguiram para outra aldeia.
57 און בשעת זיי זענען געגאנגען אויפן וועג, האט עמיצער געזאגט צו אים: איך וועל דיר נאכפאלגן וואואהין דו וועסט נאר גיין.
57 Enquanto seguiam pelo caminho, alguém disse a Jesus: — Vou segui-lo para onde quer que o senhor for.
58 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: די פוקסן האבן היילן און די פייגל פון הימל נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט וואו דעם קאפ אנידערצולייגן.
58 Mas Jesus lhe respondeu:
59 און צו אן אנדערן האט ער געזאגט: פאלג מיר נאך! דער אבער האט געזאגט: דערלויב מיר צום ערשט אוועקצוגיין און קובר צו זיין דעם פאטער מיינעם.
59 A outro Jesus disse: Mas ele respondeu: — Senhor, deixe-me ir primeiro sepultar o meu pai.
60 האט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳!
60 Mas Jesus insistiu:
61 און נאך אן אנדערער האט געזאגט: איך וועל דיר נאכפאלגן, האר, נאר דערלויב מיר קודם כל זיך צו געזעגענען מיט די, וואס זענען אין מיין הויז.
61 Outro lhe disse: — Senhor, quero segui-lo, mas permita que antes disso eu me despeça das pessoas da minha casa.
62 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: קיינער, וואס לייגט די האנט אויפן אקעראייזן און בליקט אויף דעם, וואס איז הינטער זיך, טויג נישט פאר דעם קעניגרייך פון ה׳!
62 Mas Jesus lhe respondeu:

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 9, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.