Lucas 8

ydd (YDD) vs NAA

Sair da comparação
NAA Nova Almeida Atualizada 2017
1 און עס איז געשען נאך דעם, אז ער איז געגאנגען איבער שטאט און דארף, האט געדרשנט און אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און די צוועלף מיט אים,
1 Aconteceu, depois disso, que Jesus andava de cidade em cidade e de aldeia em aldeia, pregando e anunciando o evangelho do Reino de Deus. Iam com ele os doze discípulos,
2 און אייניקע פרויען, וואס זענען געהיילט געווארן פון בייזע גייסטער און פון שלאפקייטן: מרים, וועמען מען האט גערופן מגדלית, וואס פון איר זענען ארויס זיבן בייזע גייסטער,
2 e também algumas mulheres que haviam sido curadas de espíritos malignos e de enfermidades: Maria, chamada Madalena, da qual saíram sete demônios;
3 און יוחנה, דאס ווייב פון כוזא, א פארוואלטער ביי הורדוסן, און שושנה און א סך אנדערע, וואס האבן אים געדינט מיט זייער האב און גוטס.
3 Joana, mulher de Cuza, procurador de Herodes; Suzana e muitas outras, as quais, com os seus bens, ajudavam Jesus e os seus discípulos.
4 און ווען א גרויסער המון מענטשן איז זיך צוזאמענגעקומען, און זיי זענען געקומען צו אים פון אלע שטעט, האט ער געזאגט אין א משל:
4 Quando uma grande multidão se reuniu e pessoas de todas as cidades vieram até Jesus, ele disse por parábola:
5 עס איז ארויסגעגאנגען דער זייער צו פארזייען זיין זאמען; און בשעת ער האט געזייט, איז עפעס (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג און איז צעטרעטן געווארן, און די פייגל פון הימל האבן עס אויפגעפרעסן.
5 — Um semeador saiu a semear. E, ao semear, uma parte caiu à beira do caminho, foi pisada, e as aves do céu a comeram.
6 און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דעם פעלדזן; און ווען עס האט אויפגעשפראצט, איז עס פארדארט געווארן, צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין פייכטקייט.
6 Outra parte caiu sobre a pedra e, tendo crescido, secou por falta de umidade.
7 און אן אנדער ביסל איז געפאלן אינמיטן פון די דערנער; און די דערנער זענען מיטאויפגעוואקסן און האבן עס דערשטיקט.
7 Outra caiu no meio dos espinhos; e os espinhos, ao crescerem com ela, a sufocaram.
8 און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דער גוטער ערד און האט אויפגעשפראצט און געברענגט פרוכט הונדערטפאכיק. און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער אויסגערופן: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!
8 Outra, enfim, caiu em boa terra; cresceu e produziu a cem por um. Dizendo isto, Jesus clamou:
9 און די תלמידים זיינע האבן אים געפרעגט, וואס דאס משל זאל באטייטן.
9 Então os discípulos de Jesus lhe perguntaram o que significava essa parábola.
10 און ער האט געזאגט: אייך איז עס געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו די איבריקע אבער אין משלים, כדי קוקנדיק זאלן זיי נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי נישט פארשטיין.
10 Jesus respondeu:
11 און דאס איז דאס משל: דער זאמען דאס איז ה׳ס ווארט.
11 — Este é o significado da parábola: a semente é a palavra de Deus.
12 די ביים וועג זענען עס, וואס הערן, דערנאך קומט דער שׂטן און נעמט אוועק דאס ווארט פון זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט גלויבן און נישט געראטעוועט ווערן.
12 Os que estão à beira do caminho são os que a ouviram; depois vem o diabo e tira-lhes a palavra do coração, para não acontecer que, crendo, sejam salvos.
13 און די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ.
13 Os que estão sobre a pedra são os que, ouvindo a palavra, a recebem com alegria. Estes não têm raiz, creem apenas por algum tempo e, na hora da provação, se desviam.
14 און דאס וואס איז געפאלן צווישן די דערנער, זיי זענען עס, וואס הערן; און אוועקגייענדיק ווערן זיי דערשטיקט פון די דאגות און עשירות און תענוגים פון דעם לעבן, און ברענגען נישט קיין פירות צו רייפקייט.
14 A parte que caiu entre espinhos, estes são os que ouviram e, no decorrer dos dias, foram sufocados com as preocupações, as riquezas e os prazeres desta vida; os seus frutos não chegam a amadurecer.
15 דאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות.
15 A parte que caiu na terra boa, estes são os que, tendo ouvido de bom e reto coração, retêm a palavra; estes frutificam com perseverança.
16 און קיינער, וואס האט אנגעצונדן א ליכט, פארדעקט עס נישט מיט קיין כלי, אדער שטעלט עס אונטער א בעט; נאר שטעלט עס אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דאס ליכט.
16 — Ninguém, depois de acender uma lamparina, a cobre com um vaso ou a põe debaixo de uma cama; pelo contrário, coloca-a num lugar em que ilumina bem, a fim de que os que entram vejam a luz.
17 ווארום עס איז נישט פאראן קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן; עס געפינט זיך אויך נישט קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט געמאכט ווערן און קומען צו התגלות.
17 Não há nada oculto que não venha a ser manifesto, nem escondido que não venha a ser conhecido e revelado.
18 דעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט.
18 Portanto, vejam como vocês ouvem. Porque ao que tiver, mais será dado; e ao que não tiver, até aquilo que julga ter lhe será tirado.
19 און זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען צו אים, און האבן נישט געקענט אים דערגרייכן מחמת דעם המון מענטשן.
19 A mãe e os irmãos de Jesus chegaram até onde ele estava, mas não podiam aproximar-se por causa da multidão.
20 און מען האט אים געזאגט: דיין מוטער און די ברידער דיינע שטייען אינדרויסן און ווילן דיך זען.
20 E lhe comunicaram: — A sua mãe e os seus irmãos estão lá fora e querem vê-lo.
21 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: מיין מוטער און מיינע ברידער זענען די דאזיקע, וואס הערן ה׳ס ווארט און טאן עס!
21 Jesus, porém, lhes respondeu:
22 און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט.
22 Aconteceu que, num daqueles dias, Jesus entrou num barco em companhia dos seus discípulos e lhes disse: E partiram.
23 בעת אבער זיי זענען געפארן, איז ער איינגעשלאפן; און א שטורמווינט האט אראפגענידערט אויפן ים, און דאס שיפל האט זיך אנגעפילט (מיט וואסער), און זיי זענען געווען אין סכנה.
23 Enquanto navegavam, ele adormeceu. E sobreveio uma tempestade de vento no lago, e eles corriam perigo.
24 און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל.
24 Chegando-se a Jesus, os discípulos o despertaram, dizendo: — Mestre, Mestre, estamos perecendo! Levantando-se, Jesus repreendeu o vento e a fúria da água. Tudo cessou e ficou bem calmo.
25 און ער האט צו זיי געזאגט: וואו איז אייער אמונה? זיי אבער האבן זיך געפארכטן און געוואונדערט, און געזאגט איינער צום אנדערן: ווער איז ער דאך, ווייל סאי די ווינטן באפעלט ער סאי דאס וואסער, און זיי געהארכן אים?
25 Então Jesus lhes perguntou: Eles, possuídos de temor e admiração, diziam uns aos outros: — Quem é este que até manda nos ventos e nas ondas, e lhe obedecem?
26 און זיי האבן זיך אהינגעשיפט צום לאנד פון די גרגשים, וואס איז אנטקעגנאיבער גליל.
26 Então rumaram para a terra dos gerasenos, que fica de frente para a Galileia.
27 און ווען ער איז ארויסגעקומען אויף דער יבשה, איז אים אויס דער שטאט אנטקעגנגעקומען א מאן, וואס האט געהאט בייזע גייסטער; און שוין א לאנגע צייט ווי ער האט נישט געטראגן קיין מלבוש, אויך האט ער נישט געוואוינט אין קיין הויז, נאר אין די קברים.
27 Logo que Jesus desembarcou, veio da cidade ao seu encontro um homem possuído de demônios que, havia muito, não se vestia, nem habitava em casa alguma, porém vivia nos túmulos.
28 און דערזעענדיק יהושען/ישוען, האט ער א געשריי געטאן, איז אנידערגעפאלן פאר אים און האט געזאגט מיט א הויך קול: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון ג‑ט דעם אויבערשטער? איך בעט דיך, אז דו זאלסט מיך נישט פייניקן!
28 Quando ele viu Jesus, prostrou-se diante dele, dizendo com voz forte: — O que você quer comigo, Jesus, Filho do Deus Altíssimo? Peço-lhe que não me atormente.
29 ווארום ער האט באפוילן דעם אומריינעם גייסט ארויסצוגיין פון דעם מענטשן; ווייל א סך מאל האט ער אים שוין געכאפט, און מען האט אים געבונדן מיט קייטן און פענטעס און געהאלטן אונטער שמירה; און ער פלעגט צערייסן דאס, מיט וועלכן ער איז געווען געבונדן און איז געטריבן געווארן פון דעם בייזן גייסט אין די מדבריות אריין.
29 Porque Jesus havia ordenado ao espírito imundo que saísse do homem, pois muitas vezes se havia apoderado dele. E, embora procurassem conservá-lo preso com cadeias e correntes, despedaçava tudo e era impelido pelo demônio para o deserto.
30 און יהושע/ישוע האט אים געפרעגט: וואס איז דער נאמען דיינער? און ער האט געזאגט: לעגיאן! ווייל א סך בייזע גייסטער זענען אריין אין אים.
30 Jesus perguntou a ele: Ele respondeu: — Legião. Isto porque muitos demônios tinham entrado nele.
31 און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי נישט באפעלן צו גיין אין תהום אריין.
31 Estes pediram a Jesus que não os mandasse para o abismo.
32 און דארטן איז געווען א גרויסע סטאדע חזירים פאשענדיק זיך אויפן בארג, און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי דערלויבן אריינצוגיין אין זיי. און ער האט עס זיי דערלויבט.
32 Ora, uma grande manada de porcos estava pastando ali no monte. E os demônios pediram a Jesus que os deixasse entrar naqueles porcos. E Jesus o permitiu.
33 און די בייזע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען פון דעם מענטשן און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דעם משופעדיקן פעלדזן אין ים אריין און איז דערטרונקען געווארן.
33 Tendo os demônios saído do homem, entraram nos porcos, e a manada precipitou-se despenhadeiro abaixo, para dentro do lago, e se afogou.
34 ווי אבער די פאסטוכער האבן געזען, וואס עס האט געטראפן, זענען זיי אנטלאפן און האבן עס דערציילט אין דער שטאט און אין די דערפער.
34 Vendo o que tinha acontecido, os que tratavam dos porcos fugiram e foram anunciá-lo na cidade e pelos campos.
35 און זיי זענען ארויסגעגאנגען זען, וואס עס האט פאסירט און זענען געקומען צו יהושען/ישוען, און האבן געפונען דעם מענטשן, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, אנגעקליידט און ביי די קלארע געדאנקען און ער איז געזעסן ביי ישועס פיס; און זיי האבן זיך געפארכטן.
35 Então o povo saiu para ver o que tinha acontecido. Aproximando-se de Jesus, encontraram o homem de quem tinham saído os demônios, vestido, em perfeito juízo, sentado aos pés de Jesus; e temeram.
36 די אבער, וואס האבן עס געזען, האבן צו זיי דערציילט, וויאזוי דער באזעסענער איז געהאלפן געווארן.
36 E algumas pessoas que tinham presenciado os fatos contaram-lhes também como o endemoniado tinha sido salvo.
37 און די גאנצע מאסע מענטשן פון דער אומגעגנט פון די גרגשים האבן אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זיי; ווייל עס האט זיי אנגעכאפט א גרויסע מורא. און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל און האט זיך אומגעקערט צוריק.
37 Todo o povo da terra dos gerasenos pediu a Jesus que se retirasse, pois ficaram com muito medo. E Jesus, entrando de novo no barco, voltou.
38 דער מאן אבער, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, האט אים געבעטן, אז ער זאל בלייבן מיט אים; ער אבער האט אים אוועקגעשיקט, אזוי צו זאגן:
38 O homem de quem tinham saído os demônios lhe pediu que o deixasse estar com ele. Jesus, porém, o despediu, dizendo:
39 קער דיך אום אהיים און דערצייל, וואס ה׳ האט דיר געטאן, און ער איז אוועקגעגאנגען און האט באקאנט געמאכט איבער דער גאנצער שטאט אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן.
39 — Volte para a sua casa e conte tudo o que Deus fez por você. Então ele foi, proclamando por toda a cidade o que Jesus lhe tinha feito.
40 און ווען יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט, האט דער המון מענטשן אים אויפגענומען, ווארום אלע האבן געווארט אויף אים.
40 Quando Jesus voltou, a multidão o recebeu com alegria, porque todos o estavam esperando.
41 און זע, עס איז געקומען א מאן מיטן נאמען יאיר, א גבאי פון דער שול איז ער געווען; און איז אנידערגעפאלן פאר ישועס פיס און האט אים געבעטן, אז ער זאל אריינגיין אין זיין הויז.
41 Eis que veio um homem chamado Jairo, que era chefe da sinagoga, e, prostrando-se aos pés de Jesus, suplicou-lhe que fosse até a sua casa.
42 ווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים.
42 Pois tinha uma filha única de uns doze anos, que estava morrendo. Enquanto Jesus caminhava, as multidões o apertavam.
43 און א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט פלוס שוין צוועלף יאר לאנג, וועלכע האט אויסגעגעבן איר גאנץ פארמעגן אויף רופאים, און האט פון קיינעם נישט געקענט געהיילט ווערן,
43 Certa mulher que, havia doze anos, vinha sofrendo de uma hemorragia e que havia gastado todos os seus bens com os médicos, sem que ninguém a pudesse curar,
44 איז געקומען פון הינטן, האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש, און פלוצלונג האט דער פלוס פון איר בלוט זיך אפגעשטעלט.
44 veio por trás de Jesus e tocou na borda da capa dele. E logo a hemorragia dela estancou.
45 און יהושע/ישוע האט געזאגט: ווער האט מיך אנגערירט? און ווען אלע האבן געלייקנט, האט פעטרוס געזאגט: האר, די המונים דרענגען זיך ארום דיר און שטויסן דיך דאך.
45 Mas Jesus perguntou: Como todos negassem, Pedro disse: — Mestre, é a multidão que o rodeia e aperta!
46 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: עמיצער האט מיך אנגערירט; ווארום איך ווייס, אז א כוח איז פון מיר ארויסגעגאנגען!
46 Mas Jesus insistiu:
47 און ווי די פרוי האט געזען, אז עס איז נישט געבליבן פארהוילן, איז זי ציטערנדיק געקומען און אנידערגעפאלן פאר אים און האט דערציילט פארן גאנצן פאלק, צוליב וועלכער סיבה זי האט אים אנגערירט, און וויאזוי זי איז פלוצלונג געהיילט געווארן.
47 A mulher, vendo que não podia passar despercebida, aproximou-se trêmula e, prostrando-se diante de Jesus, declarou, à vista de todo o povo, o motivo por que havia tocado nele e como imediatamente tinha sido curada.
48 און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום!
48 Então Jesus lhe disse:
49 בשעת ער האט נאך גערעדט, איז עמיצער געקומען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז שוין געשטארבן; באמי מער נישט דעם רבין.
49 Enquanto Jesus ainda falava, veio uma pessoa da casa do chefe da sinagoga, dizendo: — A sua filha já morreu; não incomode mais o Mestre.
50 און אז יהושע/ישוע האט עס געהערט, האט ער געענטפערט צו אים: האב נישט קיין מורא; גלויב נאר און זי וועט געראטעוועט ווערן!
50 Mas Jesus, ouvindo isto, lhe disse:
51 און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט מיט אים אחוץ פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער.
51 Tendo chegado à casa, Jesus não permitiu que ninguém entrasse com ele, a não ser Pedro, João e Tiago, além do pai e da mãe da menina.
52 און אלע האבן געוויינט און געקלאגט איבער איר; ער אבער האט געזאגט: וויינט נישט, זי איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר.
52 E todos choravam e a pranteavam. Mas Jesus disse:
53 און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז זי איז יא געשטארבן.
53 E riam-se dele, porque sabiam que ela estava morta.
54 ער אבער האט זי אנגענומען ביי דער האנט און האט גערופן, אזוי צו זאגן: קינד, שטיי אויף!
54 Mas Jesus, tomando-a pela mão, disse em voz alta:
55 און איר גייסט האט זיך אומגעקערט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען; און ער האט באפוילן, מען זאל איר געבן צו עסן.
55 Voltou-lhe o espírito, ela imediatamente se levantou, e Jesus mandou que lhe dessem de comer.
56 און אירע עלטערן זענען דערשטוינט געווארן; ער אבער האט זיי אנגעזאגט, קיינעם נישט צו זאגן, וואס עס איז געשען.
56 Seus pais ficaram maravilhados, mas ele lhes advertiu que a ninguém contassem o que havia acontecido.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 8, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.