Lucas 7

ydd (YDD) vs VC

Sair da comparação
VC Versão Católica
1 נאך דעם ווי ער האט געענדיקט די אלע רייד זיינע אין די אויערן פון דעם פאלק, איז ער אריינגעגאנגען קיין כפר‑נחום.
1 Tendo Jesus concluído todos os seus discursos ao povo que o escutava, entrou em Cafarnaum.
2 און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן.
2 Havia lá um centurião que tinha um servo a quem muito estimava e que estava à morte.
3 און הערנדיק וועגן יהושען/ישוען, האט ער געשיקט צו אים זקנים פון די יידן אים צו בעטן, אז ער זאל קומען היילן דעם קנעכט זיינעם.
3 Tendo ouvido falar de Jesus, enviou-lhe alguns anciãos dos judeus, rogando-lhe que o viesse curar.
4 און ווען זיי זענען געקומען צו יהושען/ישוען, האבן זיי אים זייער געבעטן, אזוי צו זאגן: ער איז ווערט, אז דו זאלסט טאן דאס דאזיקע פאר אים;
4 Aproximando-se eles de Jesus, rogavam-lhe encarecidamente: Ele bem merece que lhe faças este favor,
5 ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט.
5 pois é amigo da nossa nação e foi ele mesmo quem nos edificou uma sinagoga.
6 איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך;
6 Jesus então foi com eles. E já não estava longe da casa, quando o centurião lhe mandou dizer por amigos seus: Senhor, não te incomodes tanto assim, porque não sou digno de que entres em minha casa;
7 צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן!
7 por isso nem me achei digno de chegar-me a ti, mas dize somente uma palavra e o meu servo será curado.
8 ווארום אויך איך בין א מענטש, וואס איז געשטעלט אונטער מאכט, און האב אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם דאזיקן: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום! און ער קומט; און צו דעם קנעכט מיינעם: טו דאס! און ער טוט עס.
8 Pois também eu, simples subalterno, tenho soldados às minhas ordens; e digo a um: Vai ali! E ele vai; e a outro: Vem cá! E ele vem; e ao meu servo: Faze isto! E ele o faz.
9 און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט איבער אים, און האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו דעם המון מענטשן, וואס האט אים נאכגעפאלגט: איך זאג אייך, נישט אפילו אין ישראל האב איך געפונען אָט אזא אמונה!
9 Ouvindo estas palavras, Jesus ficou admirado. E, voltando-se para o povo que o ia seguindo, disse: Em verdade vos digo: nem mesmo em Israel encontrei tamanha fé.
10 און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט אהיים, האבן זיי געפונען דעם קנעכט געזונט.
10 Voltando para a casa do centurião os que haviam sido enviados, encontraram o servo curado.
11 און עס איז געשען, אויף צומארגנס איז ער אוועקגעגאנגען אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן נעים, און זיינע תלמידים זענען מיטגעגאנגען, און א גרויסער המון מענטשן.
11 No dia seguinte dirigiu-se Jesus a uma cidade chamada Naim. Iam com ele diversos discípulos e muito povo.
12 און ווי ער האט זיך דערנענטערט צום טויער פון דער שטאט, זע, מען האט ארויסגעטראגן א מת, אן איינציקן זון ביי דער מוטער זיינער, און זי איז געווען אן אלמנה; און אן אנגעזעענער עולם פון דער שטאט איז געווען מיט איר.
12 Ao chegar perto da porta da cidade, eis que levavam um defunto a ser sepultado, filho único de uma viúva; acompanhava-a muita gente da cidade.
13 און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!
13 Vendo-a o Senhor, movido de compaixão para com ela, disse-lhe: Não chores!
14 און איז צוגעגאנגען און האט אנגערירט דעם ארון; און די נושאים האבן זיך אפגעשטעלט. און ער האט געזאגט; יונגערמאן, איך זאג דיר, שטיי אויף!
14 E aproximando-se, tocou no esquife, e os que o levavam pararam. Disse Jesus: Moço, eu te ordeno, levanta-te.
15 און דער טויטער האט זיך אויפגעזעצט און האט אנגעהויבן צו רעדן. און ער האט אים געגעבן צו זיין מוטער.
15 Sentou-se o que estivera morto e começou a falar, e Jesus entregou-o à sua mãe.
16 און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.
16 Apoderou-se de todos o temor, e glorificavam a Deus, dizendo: Um grande profeta surgiu entre nós: Deus voltou os olhos para o seu povo.
17 און די דאזיקע געשיכטע וועגן אים האט זיך פארברייטערט אין גאנץ יהודה און אין דער גאנצער געגנט ארום.
17 A notícia deste fato correu por toda a Judéia e por toda a circunvizinhança.
18 און יוחננס תלמידים האבן אים דערציילט וועגן אלעם דעם דאזיקן. און רופנדיק צו זיך צוויי פון זיינע תלמידים,
18 Os discípulos de João referiram-lhe todas estas coisas.
19 האט יוחנן זיי געשיקט צו דעם האר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?
19 E João chamou dois dos seus discípulos e enviou-os a Jesus, perguntando: És tu o que há de vir ou devemos esperar por outro?
20 און ווען די מענער זענען געקומען צו אים, האבן זיי געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה האט אונדז געשיקט צו דיר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?
20 Chegando estes homens a ele, disseram: João Batista enviou-nos a ti, perguntando: És tu o que há de vir ou devemos esperar por outro?
21 און אין יענער שעה האט ער א סך געהיילט פון קראנקייטן און פון פלאג און פון בייזע גייסטער; און א סך בלינדע האט ער געשענקט די ראיה.
21 Ora, naquele momento Jesus havia curado muitas pessoas de enfermidades, de doenças e de espíritos malignos, e dado a vista a muitos cegos.
22 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר האט געזען און געהערט: בלינדע ווערן זעענדיק, לאמע גייען ארום, מצורעים ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, טויטע שטייען אויף, צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. (ישעיהו לה, ה-ו; סא, א.)
22 Respondeu-lhes ele: Ide anunciar a João o que tendes visto e ouvido: os cegos vêem, os coxos andam, os leprosos ficam limpos, os surdos ouvem, os mortos ressuscitam, aos pobres é anunciado o Evangelho;
23 און געבענטשט איז דער, וועלכער וועט נישט שטרויכלען אין מיר.
23 e bem-aventurado é aquele para quem eu não for ocasião de queda!
24 און ווען יוחננס שליחים זענען אוועקגעגאנגען, האט ער אנגעהויבן צו רעדן צו די מאסן מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין צו זען? א טראשטשינע געשאקלט פונם ווינט?
24 Depois que se retiraram os mensageiros de João, ele começou a falar de João ao povo: Que fostes ver no deserto? Um caniço agitado pelo vento?
25 נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן געקליידט אין טייערע מלבושים? זע, די וואס טראגן פרעכטיקע קליידער און לעבן אין תענוגים, געפינען זיך אין קעניגלעכע שלעסער.
25 Mas que fostes ver? Um homem vestido de roupas finas? Mas os que vestem roupas preciosas e vivem no luxo estão nos palácios dos reis.
26 נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא.
26 Mas, enfim, que fostes ver? Um profeta? Sim, digo-vos, e mais do que profeta.
27 ער איז עס, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן:
27 Este é aquele de quem está escrito: Eis que envio o meu mensageiro ante a tua face; ele preparará o teu caminho diante de ti {Ml 3,1}.
28 איך זאג אייך, צווישן די, וואס זענען געבוירן געווארן פון פרויען, איז נישט פאראן קיין גרעסערער פון יוחנן; דאך איז דער קלענסטער אינם קעניגרייך פון ה׳ גרעסער ווי ער.
28 Pois vos digo: entre os nascidos de mulher não há maior que João. Entretanto, o menor no Reino de Deus é maior do que ele.
29 און דאס גאנצע פאלק, וואס האט אים געהערט, און די שטייער אויפמאנער האבן גערעכטפערטיקט ה׳, לאזנדיק זיך טובל זיין מיט דער מקווה פון יוחנן.
29 Ouvindo-o todo o povo, e mesmo os publicanos, deram razão a Deus, fazendo-se batizar com o batismo de João.
30 די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים.
30 Os fariseus, porém, e os doutores da lei, recusando o seu batismo, frustraram o desígnio de Deus a seu respeito.
31 צו וועמען זשע זאל איך פארגלייכן די מענטשן פון דעם דאזיקן דור, און צו וועמען זענען זיי גלייך?
31 A quem compararei os homens desta geração? Com quem se assemelham?
32 זיי זענען גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויפן מארק, און רופן איינס צום אנדערן און זאגן: מיר האבן געשפילט פאר אייך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געקלאגט, און איר האט נישט געוויינט.
32 São semelhantes a meninos que, sentados na praça, falam uns com os outros, dizendo: Tocamos a flauta e não dançastes; entoamos lamentações e não chorastes.
33 ווארום יוחנן (פון דער ירדן מקווה) איז געקומען און האט נישט געגעסן קיין ברויט און נישט געטרונקען קיין וויין; און איר זאגט: ער האט א בייזן גייסט!
33 Pois veio João Batista, que nem comia pão nem bebia vinho, e dizeis: Ele está possuído do demônio.
34 דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און איר זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים!
34 Veio o Filho do Homem, que come e bebe, e dizeis: Eis um comilão e beberrão, amigo dos publicanos e libertinos.
35 און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט אין אלע אירע קינדער.
35 Mas a sabedoria foi justificada por todos os seus filhos.
36 און איינער פון די פרושים האט אים פארבעטן, צו עסן מיט אים. און ער איז אריינגעגאנגען אין דעם פרושס הויז, און האט זיך געזעצט צום טיש.
36 Um fariseu convidou Jesus a ir comer com ele. Jesus entrou na casa dele e pôs-se à mesa.
37 און זע, אין דער שטאט איז געווען א געוויסע זינדיקע פרוי; און דערוויסנדיק זיך, אז ער זיצט צום טיש אין דעם פרושס הויז, האט זי געברענגט אן אלאבאסטער פלאש מיט מירע אייל,
37 Uma mulher pecadora da cidade, quando soube que estava à mesa em casa do fariseu, trouxe um vaso de alabastro cheio de perfume;
38 און האט זיך געשטעלט פון הינטן ביי זיינע פיס, און האט אנגעהויבן צו באנעצן זיינע פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיט די האר פון איר קאפ, און האט געקושט זיינע פיס און זיי געזאלבט מיט דער מירע.
38 e, estando a seus pés, por detrás dele, começou a chorar. Pouco depois suas lágrimas banhavam os pés do Senhor e ela os enxugava com os cabelos, beijava-os e os ungia com o perfume.
39 אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.
39 Ao presenciar isto, o fariseu, que o tinha convidado, dizia consigo mesmo: Se este homem fosse profeta, bem saberia quem e qual é a mulher que o toca, pois é pecadora.
40 און ענטפערנדיק, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: שמעון, איך האב דיר עפעס צו זאגן. און ער האט געזאגט: רבי, זאג!
40 Então Jesus lhe disse: Simão, tenho uma coisa a dizer-te. Fala, Mestre, disse ele.
41 א געוויסער מלווה האט געהאט צוויי בעלי חובות; איינער איז אים שולדיק געווען פינף הונדערט דינרים, דער אנדערער נאר פיפציק.
41 Um credor tinha dois devedores: um lhe devia quinhentos denários e o outro, cinqüenta.
42 און ווייל זיי האבן נישט געהאט צו באצאלן, האט ער זיי ביידן געשענקט. דעריבער ווער פון זיי וועט אים מער ליב האבן?
42 Não tendo eles com que pagar, perdoou a ambos a sua dívida. Qual deles o amará mais?
43 שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: איך נעם אָן, אז דער, וועמען ער האט דאס מערסטע געשענקט. און ער האט צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געמשפט!
43 Simão respondeu: A meu ver, aquele a quem ele mais perdoou. Jesus replicou-lhe: Julgaste bem.
44 און אויסדרייענדיק זיך צו דער פרוי, האט ער געזאגט צו שמעונען: דו זעסט די דאזיקע פרוי? איך בין אריינגעקומען אין דיין הויז, קיין וואסער פאר מיינע פיס האסטו מיר נישט געגעבן; זי אבער האט מיר באנעצט די פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיר אירע האר.
44 E voltando-se para a mulher, disse a Simão: Vês esta mulher? Entrei em tua casa e não me deste água para lavar os pés; mas esta, com as suas lágrimas, regou-me os pés e enxugou-os com os seus cabelos.
45 קיין קוש האסטו מיר נישט געגעבן; אבער זי, זינט איך בין אריינגעקומען, האט נישט אויפגעהערט צו קושן מיינע פיס.
45 Não me deste o ósculo; mas esta, desde que entrou, não cessou de beijar-me os pés.
46 מיט אייל מיין קאפ האסטו נישט געזאלבט; זי אבער האט געזאלבט מיינע פיס מיט מירע.
46 Não me ungiste a cabeça com óleo; mas esta, com perfume, ungiu-me os pés.
47 צוליב וועלכן איך זאג דיר, אירע זינד, די פילע, זענען איר פארגעבן געווארן; ווייל זי האט א סך ליב געהאט; וועמען אבער ווייניק ווערט פארגעבן, דער ליבט ווייניק.
47 Por isso te digo: seus numerosos pecados lhe foram perdoados, porque ela tem demonstrado muito amor. Mas ao que pouco se perdoa, pouco ama.
48 און ער האט צו איר געזאגט: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
48 E disse a ela: Perdoados te são os pecados.
49 און די מיטזיצנדיקע האבן אנגעהויבן צו זאגן צווישן זיך: ווער איז דאס דער דאזיקער, וואס איז אפילו מוחל זינד?
49 Os que estavam com ele à mesa começaram a dizer, então: Quem é este homem que até perdoa pecados?
50 ער אבער האט געזאגט צו דער פרוי: דיין גלויבן האט דיך געראטעוועט, גיי לשלום!
50 Mas Jesus, dirigindo-se à mulher, disse-lhe: Tua fé te salvou; vai em paz.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 7, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.