Lucas 24

ydd (YDD) vs ARC

Sair da comparação
ARC Almeida Revista e Corrigida 2009
1 און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען עס האט אנגעהויבן טאגבראך, זענען זיי געקומען צום קבר, ברענגענדיק די בשמים, וואס זיי האבן צוגעגרייט.
1 E, no primeiro dia da semana, muito de madrugada, foram elas ao sepulcro, levando as especiarias que tinham preparado.
2 זיי האבן אבער געפונען דעם שטיין אראפגעקייקלט פונם קבר;
2 E acharam a pedra do sepulcro removida.
3 און זענען אריינגעגאנגען, און האבן נישט געפונען דעם גוף פון דעם האר יהושע/ישוע.
3 E, entrando, não acharam o corpo do Senhor Jesus.
4 און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער;
4 E aconteceu que, estando elas perplexas a esse respeito, eis que pararam junto delas dois varões com vestes resplandecentes.
5 און ווי זיי האבן זיך דערשראקן און גענייגט די פנימער צו דער ערד, האבן די דאזיקע געזאגט צו זיי: וואס זוכט איר דעם לעבעדיקן צווישן די טויטע?
5 E, estando elas muito atemorizadas e abaixando o rosto para o chão, eles lhe disseram: Por que buscais o vivente entre os mortos?
6 ער איז דא נישטא, נאר איז אויפגעשטאנען! דערמאנט זיך ווי ער האט גערעדט צו אייך, בשעת ער איז נאך געווען אין גליל, און געזאגט,
6 Não está aqui, mas ressuscitou. Lembrai-vos como vos falou, estando ainda na Galileia,
7 אז דער בר אנש מוז איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון זינדיקע מענטשן, און ווערן אויפגעהאנגען אויף א בוים, און דעם דריטן טאג ווידער אויפשטיין.
7 dizendo: Convém que o Filho do Homem seja entregue nas mãos de homens pecadores, e seja crucificado, e, ao terceiro dia, ressuscite.
8 און זיי האבן זיך דערמאנט זיינע ווערטער,
8 E lembraram-se das suas palavras.
9 און האבן זיך אומגעקערט פונם קבר, און דערציילט אלע די דאזיקע זאכן צו די עלף, און צו אלע איבריקע.
9 E, voltando do sepulcro, anunciaram todas essas coisas aos onze e a todos os demais.
10 און דאס זענען געווען מרים פון מגדלה, און יוחנה, און מרים, יעקבס מוטער; און די איבריקע מיט זיי האבן דאס געזאגט צו די שליחים,
10 E eram Maria Madalena, e Joana, e Maria, mãe de Tiago, e as outras que com elas estavam as que diziam estas coisas aos apóstolos.
11 און די דאזיקע רייד זענען זיי פארגעקומען ווי פוסטע מעשיות, און האבן זיי נישט געגלויבט.
11 E as suas palavras lhes pareciam como desvario, e não as creram.
12 נאר פעטרוס האט זיך אויפגעהויבן און איז אהינגעלאפן צום קבר; און איינבייגנדיק זיך, זעט ער די תכריכים ליגן אליין; און ער איז אוועק צו זיך אהיים, וואונדערנדיק זיך איבער דעם, וואס איז געשען.
12 Pedro, porém, levantando-se, correu ao sepulcro e, abaixando-se, viu só os lenços ali postos; e retirou-se, admirando consigo aquele caso.
13 און זע, צוויי פון זיי זענען דעם זעלביקן טאג געווען אויפן וועג אין א דארף אריין מיטן נאמען עמאוס, וואס איז געלעגן זעכציק אקער‑פעלד פון ירושלים.
13 E eis que, no mesmo dia, iam dois deles para uma aldeia que distava de Jerusalém sessenta estádios, cujo nome era Emaús.
14 און האבן געשמועסט צווישן זיך וועגן אלעם דעם, וואס איז פארגעקומען. און עס איז געשען,
14 E iam falando entre si de tudo aquilo que havia sucedido.
15 בשעת זיי האבן געשמועסט און געהאלטן א וויכוח, האט יהושע/ישוע אליין גענענט, און איז מיטגעגאנגען מיט זיי.
15 E aconteceu que, indo eles falando entre si e fazendo perguntas um ao outro, o mesmo Jesus se aproximou e ia com eles.
16 זייערע אויגן אבער זענען געהאלטן געווארן, כדי זיי זאלן אים נישט דערקענען.
16 Mas os olhos deles estavam como que fechados, para que o não conhecessem.
17 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א ווערטער זענען דאס, וואס איר רעדט איינער מיט דעם אנדערן אונטערוועגנס? און זיי זענען געבליבן שטיין מיט באטריבטע פנימער.
17 E ele lhes disse: Que palavras
18 און דער איינער מיטן נאמען קלעאפאס, האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: ביסטו דער איינציקער פרעמדער אין ירושלים, און ווייסט נישט וואס עס איז דארט געשען אין די דאזיקע טעג?
18 E, respondendo um, cujo nome era Cleopas, disse-lhe: És tu só peregrino em Jerusalém e não sabes as coisas que nela têm sucedido nestes dias?
19 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק;
19 E ele lhes perguntou: Quais? E eles lhe disseram: As que dizem respeito a Jesus, o Nazareno, que foi um profeta poderoso em obras e palavras diante de Deus e de todo o povo;
20 און וויאזוי אונדזערע הויפט כהנים און שרים האבן אים איבערגעגעבן, אז ער זאל פארמשפט ווערן צום טויט, און האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים.
20 e como os principais dos sacerdotes e os nossos príncipes o entregaram à condenação de morte e o crucificaram.
21 מיר אבער האבן געהאפט, אז ער איז דאס, וועלכער האט געזאלט אויסלייזן דאס (פאלק) ישראל. און אויסער דעם איז שוין היינט דער דריטער טאג, זינט די דאזיקע זאכן זענען געשען.
21 E nós esperávamos que fosse ele o que remisse Israel; mas, agora, com tudo isso, é já hoje o terceiro dia desde que essas coisas aconteceram.
22 נאר אפילו אייניקע פרויען, וואס געהערן צו אונדז, האבן אונדז איבערראשט, קומענדיק אינדערפרי צום קבר;
22 É verdade que também algumas mulheres dentre nós nos maravilharam, as quais de madrugada foram ao sepulcro;
23 און ווען זיי האבן נישט געפונען זיין גוף, זענען זיי געקומען, און האבן געזאגט, אז זיי האבן אויך געזען א דערשיינונג פון מלאכים, וועלכע האבן געזאגט, אז ער לעבט.
23 e, não achando o seu corpo, voltaram, dizendo que também tinham visto uma visão de anjos, que dizem que ele vive.
24 און אייניקע פון די אונדזעריקע זענען אוועק צום קבר, און האבן עס געפונען פונקט אזוי, ווי די פרויען האבן געזאגט, אים (אליין) אבער האבן זיי נישט געזען.
24 E alguns dos que estavam conosco foram ao sepulcro e acharam ser assim como as mulheres haviam dito, porém, não o viram.
25 און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט!
25 E ele lhes disse: Ó néscios e tardos de coração para crer tudo o que os profetas disseram!
26 צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין?
26 Porventura, não convinha que o Cristo padecesse essas
27 און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים.
27 E, começando por Moisés e por todos os profetas, explicava-lhes o que dele se achava em todas as Escrituras.
28 און זיי האבן זיך דערנענטערט צו דעם דארף, וואואהין זיי זענען געגאנגען, און ער האט זיך געמאכט, ווי ער וואלט געוואלט גיין ווייטער.
28 E chegaram à aldeia para onde iam, e ele fez como quem ia para mais longe.
29 און זיי האבן אים געבעטן, און האבן געזאגט: בלייב ביי אונדז, ווייל עס האלט שוין באלד ביים אוונט, און דער טאג האט זיך שוין גענייגט! און ער איז אריינגעגאנגען צו בלייבן ביי זיי.
29 E eles o constrangeram, dizendo: Fica conosco, porque já é tarde, e já declinou o dia. E entrou para ficar com eles.
30 און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי.
30 E aconteceu que, estando com eles à mesa, tomando o pão, o abençoou e partiu-o e lho deu.
31 און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן, און זיי האבן אים דערקענט; און ער איז פון זיי פארשווונדן.
31 Abriram-se-lhes, então, os olhos, e o conheceram, e ele desapareceu-lhes.
32 און זיי האבן געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט דען נישט אונדזער הארץ געברענט אין אונדז, בשעת ער האט מיט אונדז גערעדט אויפן וועג, ווי ער האט אונדז אויפגעעפנט די כתבי (הקודש)?
32 E disseram um para o outro: Porventura, não ardia em nós o nosso coração quando, pelo caminho, nos falava e quando nos abria as Escrituras?
33 און זיי זענען אויפגעשטאנען אין דער זעלביקער שעה און האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און האבן געפונען די עלף פארזאמלט, און די, וואס זענען געווען מיט זיי;
33 E, na mesma hora, levantando-se, voltaram para Jerusalém e acharam congregados os onze e os que estavam com eles,
34 וועלכע האבן געזאגט: דער האר איז באמת אויפגעשטאנען, און האט זיך באוויזן צו שמעונען!
34 os quais diziam: Ressuscitou, verdadeiramente, o Senhor e já apareceu a Simão.
35 און זיי אליין האבן דערציילט, וואס עס איז געשען אויפן וועג, און וויאזוי ער איז פון זיי דערקענט געווארן ביים ברעכן דאס ברויט.
35 E eles lhes contaram o que lhes acontecera no caminho, e como deles foi conhecido no partir do pão.
36 און בשעת זיי האבן גערעדט פון די דאזיקע זאכן, איז ער אליין געשטאנען אין דער מיט צווישן זיי, און זאגט צו זיי: שלום עליכם!
36 E, falando ele dessas coisas, o mesmo Jesus se apresentou no meio deles e disse-lhes: Paz
37 זיי אבער האבן געציטערט און מורא געהאט, מיינענדיק, אז זיי זען א גייסט.
37 E eles, espantados e atemorizados, pensavam que viam algum espírito.
38 און ער האט צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אזוי דערשראקן, און פארוואס שטייגן אויף ספקות אין אייער הארץ?
38 E ele lhes disse: Por que estais perturbados, e por que sobem
39 קוקט אויף מיינע הענט און אויף מיינע פיס, אז איך בין עס אליין! רירט מיך אָן און זעט! ווייל א גייסט האט נישט קיין פלייש און ביין, ווי איר זעט, אז איך האב.
39 Vede as minhas mãos e os meus pés, que sou eu mesmo; tocai-me e vede, pois um espírito não tem carne nem ossos, como vedes que eu tenho.
40 און ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די פיס.
40 E, dizendo isso, mostrou-lhes as mãos e os pés.
41 און בשעת זיי האבן נאך אלץ נישט געגלויבט פאר פרייד, און זיך געוואונדערט, האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר דא עפעס צו עסן?
41 E, não o crendo eles ainda por causa da alegria e estando maravilhados, disse-lhes: Tendes aqui alguma coisa que comer?
42 האבן זיי אים געגעבן א שטיק געבראטענעם פיש.
42 Então, eles apresentaram-lhe parte de um peixe assado e um favo de mel,
43 און ער האט עס גענומען, און געגעסן פאר זייערע אויגן.
43 o que ele tomou e comeu diante deles.
44 און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.
44 E disse-lhes:
45 דעמאלט האט ער אויפגעעפנט זייער פארשטאנד, משיג צו זיין די כתבי (הקודש);
45 Então, abriu-lhes o entendimento para compreenderem as Escrituras.
46 און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג,
46 E disse-lhes: Assim está escrito, e assim convinha que o Cristo padecesse e, ao terceiro dia, ressuscitasse dos mortos;
47 און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים.
47 e, em seu nome, se pregasse o arrependimento e a remissão dos pecados, em todas as nações, começando por Jerusalém.
48 איר זענט עדות פון די דאזיקע זאכן.
48 E dessas sois vós testemunhas.
49 און זע, איך שיק אויף אייך די הבטחה פון מיין פאטער; איר אבער בלייבט אין דער שטאט, ביז איר וועט אנגעקליידט ווערן מיט גבורה פון אויבן.
49 E eis que sobre vós envio a promessa de meu Pai; ficai, porém, na cidade de Jerusalém, até que do alto sejais revestidos de poder.
50 און ער האט זיי ארויסגעפירט ביז נאענט קיין בית‑היני, און האט אויפגעהויבן זיינע הענט, און זיי געבענטשט.
50 E levou-os fora, até Betânia; e, levantando as mãos, os abençoou.
51 און עס איז געשען, בשעת דעם בענטשן זיי, האט ער זיך פון זיי אפגעשיידט, און איז ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.
51 E aconteceu que, abençoando-os ele, se apartou deles e foi elevado ao céu.
52 און זיי האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים מיט גרויס פרייד;
52 E, adorando-o eles, tornaram com grande júbilo para Jerusalém.
53 און זענען תמיד געווען אין בית המקדש, לויבנדיק ה׳.
53 E estavam sempre no templo, louvando e bendizendo a Deus. Amém!

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 24, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.