Lucas 23
ydd (YDD) vs VC
1 און זייער גאנצע עדה איז אויפגעשטאנען, און אים אוועקגעפירט צו פילאטוסן.
1 Levantou-se a sessão e conduziram Jesus diante de Pilatos,
2 און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח.
2 e puseram-se a acusá-lo: Temos encontrado este homem excitando o povo à revolta, proibindo pagar imposto ao imperador e dizendo-se Messias e rei.
3 און פילאטוס האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: דו זאגסט עס!
3 Pilatos perguntou-lhe: És tu o rei dos judeus? Jesus respondeu: Sim.
4 האט פילאטוס געזאגט צו די הויפט כהנים און צו די המונים מענטשן; איך געפין נישט קיין שום שולד אין דעם דאזיקן מענטשן!
4 Declarou Pilatos aos príncipes dos sacerdotes e ao povo: Eu não acho neste homem culpa alguma.
5 זיי אבער האבן זיך געהאלטן דערביי, און געזאגט: ער העצט אויף דאס פאלק, לערנט איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, און אנהויבנדיק פון גליל אזש ביז אהער!
5 Mas eles insistiam fortemente: Ele revoluciona o povo ensinando por toda a Judéia, a começar da Galiléia até aqui.
6 און ווי פילאטוס האט דאס געהערט, האט ער געפרעגט, צי דער מענטש איז א גלילי,
6 A estas palavras, Pilatos perguntou se ele era galileu.
7 און דערוויסנדיק זיך, אז ער איז פון הורדוסנס ממשלה, האט ער אים אוועקגעשיקט צו הורדוסן, וועלכער איז אליין אויך געווען אין ירושלים אין די דאזיקע טעג.
7 E, quando soube que era da jurisdição de Herodes, enviou-o a Herodes, pois justamente naqueles dias se achava em Jerusalém.
8 און הורדוס האט זיך זייער געפריידט, זעענדיק יהושען/ישוען; ווארום שוין א לאנגע צייט ווי ער האט אים גערן געוואלט זען, צוליב דעם וואס ער האט געהערט וועגן אים, און האט געהאפט צו זען עפעס אן אות געטאן פון אים.
8 Herodes alegrou-se muito em ver Jesus, pois de longo tempo desejava vê-lo, por ter ouvido falar dele muitas coisas, e esperava presenciar algum milagre operado por ele.
9 און ער האט אים געשטעלט א סך קשיות; ער אבער האט אים גארנישט געענטפערט.
9 Dirigiu-lhe muitas perguntas, mas Jesus nada respondeu.
10 און די הויפט כהנים און די סופרים זענען געשטאנען און האבן אים אייפערדיק אנגעקלאגט.
10 Ali estavam os príncipes dos sacerdotes e os escribas, acusando-o com violência.
11 און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.)
11 Herodes, com a sua guarda, tratou-o com desprezo, escarneceu dele, mandou revesti-lo de uma túnica branca e reenviou-o a Pilatos.
12 און הורדוס און פילאטוס זענען געווארן פריינד איינער מיטן אנדערן אין דעם זעלביקן טאג; ווארום פריער האט געהערשט א שנאה צווישן זיי.
12 Naquele mesmo dia, Pilatos e Herodes fizeram as pazes, pois antes eram inimigos um do outro.
13 און פילאטוס האט צוזאמענגערופן די הויפט כהנים און די שרים און דאס פאלק.
13 Pilatos convocou então os príncipes dos sacerdotes, os magistrados e o povo, e disse-lhes:
14 און צו זיי געזאגט: איר האט אהערגעברענגט דעם דאזיקן מענטשן פאר מיר, ווי א פאלקספארפירער; און זע, איך האב אים אויסגעפארשט פאר אייך, און האב נישט געפונען אין דעם דאזיקן מענטשן קיין שום שולד, וואס שייך דעם, וואס איר קלאגט אים אָן;
14 Apresentastes-me este homem como agitador do povo, mas, interrogando-o eu diante de vós, não o achei culpado de nenhum dos crimes de que o acusais.
15 ניין, אפילו הורדוס אויך נישט; ווארום ער האט אים צוריקגעשיקט צו אונדז; און זע, ער האט גארנישט געטאן, פארוואס ער זאל זיין חייב מיתה.
15 Nem tampouco Herodes, pois no-lo devolveu. Portanto, ele nada fez que mereça a morte.
16 איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק, און אפלאזן.
16 Por isso, soltá-lo-ei depois de o castigar.
17 און ער האט געמוזט אפלאזן פאר זיי איינעם אויף יום טוב.
17 {Acontecia que em cada festa ele era obrigado a soltar-lhes um preso.}
18 און דער גאנצער המון האט געשריגן, אזוי צו זאגן: אוועק מיט דעם דאזיקן, און באפריי אונדז בר‑אבאן!
18 Todo o povo gritou a uma voz: À morte com este, e solta-nos Barrabás.
19 וועלכער איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד, וואס איז פארגעקומען אין דער שטאט, און צוליב א מערדעריי.
19 {Este homem fora lançado ao cárcere devido a uma revolta levantada na cidade, por causa de um homicídio.}
20 און ווידער האט פילאטוס אויסגערופן צו זיי, וועלנדיק אפלאזן יהושען/ישוען;
20 Pilatos, porém, querendo soltar Jesus, falou-lhes de novo,
21 זיי אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! אויפהענגען אים אויף דער בוים!
21 mas eles vociferavam: Crucifica-o! Crucifica-o!
22 און צום דריטן מאל האט ער צו זיי געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? איך האב נישט געפונען קיין שום טויט שולד אין אים; איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק און באפרייען.
22 Pela terceira vez, Pilatos ainda interveio: Mas que mal fez ele, então? Não achei nele nada que mereça a morte; irei, portanto, castigá-lo e, depois, o soltarei.
23 זיי אבער האבן אנגעהאלטן מיט הויכע קולות, פאדערנדיק, אז ער זאל אים אויפהענגען אויף א בוים. און די געשרייען זייערע האבן גובר געווען.
23 Mas eles instavam, reclamando em altas vozes que fosse crucificado, e os seus clamores recrudesciam.
24 און פילאטוס האט געמשפט, אז זייער פאדערונג זאל געשען.
24 Pilatos pronunciou então a sentença que lhes satisfazia o desejo.
25 און האט באפרייט דעם, וואס איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד און מערדעריי, וועמען זיי האבן באגערט; יהושען/ישוען אבער האט ער איבערגעגעבן צו זייער ווילן.
25 Soltou-lhes aquele que eles reclamavam e que havia sido lançado ao cárcere por causa do homicídio e da revolta, e entregou Jesus à vontade deles.
26 און ווי זיי האבן אים אוועקגעפירט, האבן זיי געכאפט א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פונם פעלד, און האבן ארויפגעלייגט אויף אים דעם בוים, אז ער זאל אים טראגן נאך יהושען/ישוען.
26 Enquanto o conduziam, detiveram um certo Simão de Cirene, que voltava do campo, e impuseram-lhe a cruz para que a carregasse atrás de Jesus.
27 און עס האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון עם און פרויען, וואס האבן אים באקלאגט און באוויינט.
27 Seguia-o uma grande multidão de povo e de mulheres, que batiam no peito e o lamentavam.
28 יהושע/ישוע אבער האט זיך אויסגעדרייט צו זיי און געזאגט: טעכטער פון ירושלים, וויינט נישט איבער מיר; נאר וויינט ליבער איבער זיך אליין, און איבער אייערע קינדער!
28 Voltando-se para elas, Jesus disse: Filhas de Jerusalém, não choreis sobre mim, mas chorai sobre vós mesmas e sobre vossos filhos.
29 ווייל זע, עס קומען טעג, אין וועלכע מען וועט זאגן: וואויל איז די עקרות, און די לייבער, וואס האבן נישט געבוירן, און די בריסטן, וואס האבן נישט געגעבן צו זויגן!
29 Porque virão dias em que se dirá: Felizes as estéreis, os ventres que não geraram e os peitos que não amamentaram!
30 דעמאלט וועט מען אנהויבן צו זאגן צו די בערג: פאלט אויף אונדז! און צו די בערגלעך: דעקט אונדז צו!
30 Então dirão aos montes: Caí sobre nós! E aos outeiros: Cobri-nos!
31 ווייל אויב מען טוט דאס צום גרינעם האלץ, וואס וועט שוין געשען צום פארדארטן?
31 Porque, se eles fazem isto ao lenho verde, que acontecerá ao seco?
32 און צוויי אנדערע, פארברעכער, זענען געפירט געווארן צוזאמען מיט אים געטייט צו ווערן.
32 Eram conduzidos ao mesmo tempo dois malfeitores para serem mortos com Jesus.
33 און ווען זיי זענען געקומען צו דעם ארט, וואס מען רופט עס גלגלתא, האבן זיי אים דארט אויפגעהאנגען אויף א בוים, און די פארברעכער, דעם אויף דער רעכטער זייט און דעם אויף דער לינקער זייט. (ישעיהו נג, יב.)
33 Chegados que foram ao lugar chamado Calvário, ali o crucificaram, como também os ladrões, um à direita e outro à esquerda.
34 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.)
34 E Jesus dizia: Pai, perdoa-lhes; porque não sabem o que fazem. Eles dividiram as suas vestes e as sortearam.
35 און דאס פאלק איז געשטאנען און האט עס צוגעזען. און אויך די שרים האבן אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: אנדערע האט ער געהאלפן; זאל ער זיך אליין העלפן, אויב ער איז דער משיח, דער אויסדערוויילטער פון ה׳!
35 A multidão conservava-se lá e observava. Os príncipes dos sacerdotes escarneciam de Jesus, dizendo: Salvou a outros, que se salve a si próprio, se é o Cristo, o escolhido de Deus!
36 און אויך די זעלנער האבן אים אויסגעלאכט, צוקומענדיק צו אים, און ברענגענדיק עסיק פאר אים. (תהלים סט, כא.)
36 Do mesmo modo zombavam dele os soldados. Aproximavam-se dele, ofereciam-lhe vinagre e diziam:
37 און האבן געזאגט: אויב דו ביסט דער קעניג פון די יידן, ראטעווע דיך אליין!
37 Se és o rei dos judeus, salva-te a ti mesmo.
38 און איבער אים איז אויך געווען אן אויפשריפט: דאס איז דער קעניג פון די יידן.
38 Por cima de sua cabeça pendia esta inscrição: Este é o rei dos judeus.
39 איינער אבער פון די פארברעכער, וואס זענען געהענגט געווארן, האט אים געלעסטערט, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דען נישט דער משיח? ראטעווע זשע דיך אליין און אונדז!
39 Um dos malfeitores, ali crucificados, blasfemava contra ele: Se és o Cristo, salva-te a ti mesmo e salva-nos a nós!
40 נאר דער אנדערער האט ענטפערנדיק אנגעשריגן אויף אים, און געזאגט: דו האסט אויך נישט קיין מורא פאר ה׳, ביסט דאך אין דעם זעלביקן משפט!
40 Mas o outro o repreendeu: Nem sequer temes a Deus, tu que sofres no mesmo suplício?
41 מיר טאקע מיט רעכט; ווארום מיר האבן באקומען דאס, וואס אונדזערע מעשים זענען ווערט געווען; ער אבער האט דאך נישט געטאן קיין שום עוולה!
41 Para nós isto é justo: recebemos o que mereceram os nossos crimes, mas este não fez mal algum.
42 און האט געזאגט: יהושע/ישוע, געדענק מיך, ווען דו קומסט אין דיין מלכות אריין!
42 E acrescentou: Jesus, lembra-te de mim, quando tiveres entrado no teu Reino!
43 און ער האט צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר: היינט וועסטו זיין מיט מיר אין גן עדן!
43 Jesus respondeu-lhe: Em verdade te digo: hoje estarás comigo no paraíso.
44 און עס איז שוין געווען ארום דער זעקסטער שעה, און א פינצטערניש איז געקומען איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
44 Era quase à hora sexta e em toda a terra houve trevas até a hora nona.
45 און די זון איז פארפינסטערט געווארן, און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען אין דער מיט.
45 Escureceu-se o sol e o véu do templo rasgou-se pelo meio.
46 און יהושע/ישוע האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: פאטער, אין דיינע הענט גיב איך איבער מיין גייסט! און דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעהויכט זיין אטעם. (תהלים לא, ה.)
46 Jesus deu então um grande brado e disse: Pai, nas tuas mãos entrego o meu espírito. E, dizendo isso, expirou.
47 ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק!
47 Vendo o centurião o que acontecia, deu glória a Deus e disse: Na verdade, este homem era um justo.
48 און אלע המונים מענטשן, וואס זענען זיך צונויפגעקומען צו דער דאזיקער זעונג, זעענדיק די זאכן, וואס זענען געשען, האבן זיך געשלאגן אויף דער ברוסט און זיך אומגעקערט.
48 E toda a multidão dos que assistiam a este espetáculo e viam o que se passava, voltou batendo no peito.
49 עס זענען אבער געשטאנען אלע זיינע באקאנטע פונדערווייטנס, און די פרויען, וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט פון גליל, און האבן דאס צוגעזען.
49 Os amigos de Jesus, como também as mulheres que o tinham seguido desde a Galiléia, conservavam-se a certa distância, e observavam estas coisas.
50 און זע, א געוויסער מאן מיטן נאמען יוסף, וועלכער איז געווען א יועץ, אן איש טוב וצדיק,
50 Havia um homem, por nome José, membro do conselho, homem reto e justo.
51 (ער איז נישט געווען איינשטימיק מיט זייער עצה און מיט זייער טאן) פון הרמתים, א יידישע שטאט, וועלכער האט געהאפט אויף דעם קעניגרייך פון ה׳;
51 Ele não havia concordado com a decisão dos outros nem com os atos deles. Originário de Arimatéia, cidade da Judéia, esperava ele o Reino de Deus.
52 ער איז געגאנגען צו פילאטוסן און האט געבעטן פון אים ישועס גוף.
52 Foi ter com Pilatos e lhe pediu o corpo de Jesus.
53 און האט אים אראפגענומען, אים איינגעוויקלט אין א ליילעך, און געלייגט אין א קבר, אויסגעהאקט אין א פעלדזן, וואו עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן.
53 Ele o desceu da cruz, envolveu-o num pano de linho e colocou-o num sepulcro, escavado na rocha, onde ainda ninguém havia sido depositado.
54 און דער טאג איז געווען ערב שבת, און דער שבת האט שוין געהאלטן ביים צופאלן.
54 Era o dia da Preparação e já ia principiar o sábado.
55 די פרויען אבער, וואס האבן אים באגלייט פון גליל, זענען נאכגעגאנגען, און האבן געזען דאס קבר, און וויאזוי זיין קערפער איז געלייגט געווארן.
55 As mulheres, que tinham vindo com Jesus da Galiléia, acompanharam José. Elas viram o túmulo e o modo como o corpo de Jesus ali fora depositado.
56 און האבן זיך אומגעקערט, און צוגעגרייט בשמים און זאלבן.
56 Elas voltaram e prepararam aromas e bálsamos. No dia de sábado, observaram o preceito do repouso.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 23, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.