Lucas 22
ydd (YDD) vs NTLH
1 און עס איז שוין געווען נאענט פאר דעם חג המצות, וואס מען רופט פסח.
1 Faltava pouco tempo para a Festa dos Pães sem Fermento , chamada Páscoa .
2 און די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזוכט אויף וואס פאר אן אופן אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק.
2 Os chefes dos sacerdotes e os mestres da Lei procuravam um jeito para matar Jesus em segredo porque tinham medo do povo.
3 און דער שׂטן איז אריינגעגאנגען אין יהודהן, וואס מען האט אים גערופן איש‑קריות, זייענדיק פון דער צאל פון די צוועלף.
3 Então Satanás entrou em Judas, chamado Iscariotes, que era um dos doze discípulos.
4 און ער איז אוועקגעגאנגען, און זיך אפגערעדט מיט די הויפט כהנים און הויפטלייט, אויף וואס פאר אן אופן ער זאל אים איבערגעבן צו זיי,
4 Judas foi falar com os chefes dos sacerdotes e com os oficiais da guarda do Templo para combinar a maneira como ele ia lhes entregar Jesus.
5 און זיי האבן זיך דערפריידט, און האבן אפגעמאכט אים צו געבן געלט.
5 Eles ficaram muito contentes e prometeram dar dinheiro a ele.
6 און ער האט (עס) צוגעזאגט, און געזוכט א געלעגנהייט אים איבערצוגעבן צו זיי אָן א צוזאמענגעלויף.
6 Judas aceitou e começou a procurar uma oportunidade para entregar Jesus a eles, sem que o povo ficasse sabendo.
7 און עס איז געקומען דער יום המצות, אין וועלכן מען דארף מקריב זיין דאס (קרבן) פסח.
7 Chegou o dia da Festa dos Pães sem Fermento , dia em que os judeus matavam carneirinhos para comemorar a Páscoa .
8 און ער האט אוועקגעשיקט פעטרוסן און יוחנן, זאגנדיק, גייט און גרייט צו פאר אונדזערטוועגן דאס (קרבן) פסח, כדי מיר זאלן עס עסן!
8 Então Jesus deu a Pedro e a João a seguinte ordem:
9 און זיי האבן צו אים געזאגט: וואו ווילסטו, אז מיר זאלן עס צוגרייטן?
9 Eles perguntaram: — Onde o senhor quer que a gente prepare o jantar?
10 האט ער צו זיי געזאגט: זע, ווען איר וועט אריינקומען אין דער שטאט, וועט אייך אנטקעגנקומען א מענטש טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן אין דעם הויז, אין וועלכן ער גייט אריין.
10 Jesus respondeu:
11 און זאגט דעם בעל הבית פון דעם הויז: דער רבי לאזט דיר זאגן: וואו איז דאס גאסט צימער, וואו איך וועל עסן דאס (קרבן) פסח מיט מיינע תלמידים?
11 e digam ao dono dela: “O Mestre mandou perguntar a você onde fica a sala em que ele e os seus discípulos vão comer o jantar da Páscoa.”
12 און יענער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערשטוב אויסגעשטאט מיט הסב‑בעטן; דארטן זאלט איר עס צוגרייטן.
12 Então ele mostrará a vocês uma grande sala mobiliada, no andar de cima. Preparem ali o jantar.
13 און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און האבן צוגעגרייט דאס (קרבן) פסח.
13 Os dois discípulos foram até a cidade e encontraram tudo como Jesus tinha dito. Então prepararam o jantar da Páscoa.
14 און ווען די שעה איז געקומען, האט ער זיך אנידערגעזעצט, און די שליחים מיט אים.
14 Quando chegou a hora, Jesus sentou-se à mesa com os apóstolos
15 און האט צו זיי געזאגט: מיט א באגער האב איך באגערט צו עסן דאס דאזיקע (קרבן) פסח מיט אייך, איידער איך גיי ליידן;
15 e lhes disse:
16 ווארום איך זאג אייך: איך וועל עס מער נישט עסן, ביז עס וועט דערפילט ווערן אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
16 Pois eu digo a vocês que nunca comerei este jantar até que eu coma o verdadeiro jantar que haverá no
17 און נעמענדיק א בעכער, האט ער געמאכט א ברכה און געזאגט: נעמט דעם דאזיקן, און צעטיילט אים צווישן זיך,
17 Então Jesus pegou o cálice de vinho, deu graças a Deus e disse:
18 ווארום איך זאג אייך: איך וועל פון איצט אָן מער נישט טרינקען פון דער פרוכט פון דעם וויינשטאק, ביז דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט קומען.
18 Pois eu afirmo a vocês que nunca mais beberei deste vinho até que chegue o Reino de Deus.
19 און ער האט גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, און האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי, אזוי צו זאגן: דאס דאזיקע איז מיין גוף, וואס ווערט געגעבן פאר אייך; דאס דאזיקע זאלט איר טאן לזכרון פון מיר!
19 Depois pegou o pão e deu graças a Deus. Em seguida partiu o pão e o deu aos apóstolos, dizendo:
20 דעסגלייכן אויך דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער בעכער איז דער נייער בונד אין מיין בלוט, וואס ווערט פארגאסן פאר אייך.
20 Depois do jantar, do mesmo modo deu a eles o cálice de vinho, dizendo:
21 דאך זע, די האנט פון דעם, וואס פארראט מיך, איז מיט מיר אויפן טיש.
21 Mas vejam: o traidor está aqui sentado comigo à mesa!
22 יא, דער בר אנש גייט טאקע, לויט ווי עס איז באשטימט געווארן; נאר וויי איז צו יענעם מענטשן, דורך וועמען ער ווערט פארראטן!
22 Pois o
23 און זיי האבן אנגעהויבן צו פרעגן איינס דאס אנדערע, ווער פון זיי דאס קען זיין, וואס וועט דאס דאזיקע טאן.
23 Então os apóstolos começaram a perguntar uns aos outros quem seria o traidor.
24 און עס איז אויך געקומען צו א מחלוקה צווישן זיי, ווער פון זיי זאל געהאלטן ווערן פאר דעם גרעסטן.
24 Os apóstolos tiveram uma forte discussão sobre qual deles deveria ser considerado o mais importante.
25 ער אבער האט צו זיי געזאגט: די מלכים פון די פעלקער הערשן איבער זיי, און זייערע מושלים רופט מען וואוילטעטער.
25 Então Jesus disse:
26 איר אבער נישט אזוי; נאר דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין ווי דער יונגסטער; און דער מנהיג ווי דער משרת.
26 Mas entre vocês não pode ser assim. Pelo contrário, o mais importante deve ser como o menos importante; e o que manda deve ser como o que é mandado.
27 ווארום ווער איז גרעסער, דער וואס זיצט ביים טיש, צי דער וואס באדינט? איז עס דען נישט דער, וואס זיצט? איך אבער בין אין אייער מיט ווי דער משרת.
27 Quem é o mais importante? É o que está sentado à mesa para comer ou é o que está servindo? Claro que é o que está sentado à mesa. Mas entre vocês eu sou como aquele que serve.
28 איר אבער זענט עס, וואס זענען פארבלייבן מיט מיר אין די נסיונות מיינע;
28 — Vocês têm estado sempre comigo nos meus sofrimentos.
29 און איך באשטים פאר אייך א מלכות, אזוי ווי מיין פאטער האט פאר מיר באשטימט,
29 Por isso, assim como o meu Pai me deu o direito de governar, eu também dou o mesmo direito a vocês.
30 כדי איר זאלט עסן און טרינקען אויף מיין טיש אין מיין קעניגרייך; און זיצן אויף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל.
30 Vocês vão comer e beber à minha mesa no meu
31 שמעון, שמעון, זע, דער שׂטן האט זיך אויסגעבעטן, אייך צו זיפען ווי ווייץ;
31 Jesus continuou:
32 איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער!
32 Mas eu tenho orado por você, Simão, para que não lhe falte fé. E, quando você voltar para mim, anime os seus irmãos.
33 ער אבער האט צו אים געזאגט: האר, מיט דיר בין איך גרייט צו גיין סאי אין תפיסה אריין און סאי צום טויט!
33 Então Pedro disse a Jesus: — Estou pronto para ser preso e morrer com o senhor!
34 ער אבער האט געזאגט: איך זאג דיר, פעטרוס, נישט וועט היינט דער האן קרייען, ביז דו האסט דריי מאל געלייקנט מיך צו קענען!
34 Então Jesus afirmou:
35 און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט!
35 Depois Jesus perguntou aos discípulos: — Não faltou nada! — responderam eles.
36 האט ער צו זיי געזאגט: נאר איצט ווער עס האט א געלטבייטל, זאל ער אים נעמען, און אויך אזוי דעם טייסטער; און ווער עס האט גארנישט, דער זאל פארקויפן זיין מלבוש, און קויפן א שווערד.
36 Então Jesus disse:
37 ווארום איך זאג אייך, אז דאס, וואס שטייט געשריבן, מוז דערפילט ווערן אין מיר: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן (ישעיהו נג, יב.); ווייל דאס, וואס איז שייך מיר, האט (איצט) א סוף.
37 Pois as
38 און זיי האבן געזאגט: האר, זע, דא זענען דא צוויי שווערדן! ער אבער האט צו זיי געזאגט: עס איז גענוג!
38 Aí os seus discípulos disseram: — Senhor, aqui estão duas espadas.
39 און ער איז ארויסגעגאנגען, און איז אוועק, ווי עס איז געווען זיין געוואוינהייט, צום הר הזיתים; און די תלמידים האבן אים אויך נאכגעפאלגט.
39 Jesus saiu e foi, como de costume, ao monte das Oliveiras; e os seus discípulos foram com ele.
40 און קומענדיק צו דעם ארט, האט ער צו זיי געזאגט: טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון!
40 Quando chegou ao lugar escolhido, Jesus disse:
41 און אליין האט ער זיך פון זיי דערווייטערט (א שטח) אזוי ווי א שטיינוואורף; און האט אנידערגעקניט און תפילה געטאן,
41 Então se afastou a uma distância de mais ou menos trinta metros. Ajoelhou-se e começou a orar,
42 אזוי צו זאגן: פאטער, אויב דו ווילסט, נעם אוועק פון מיר דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט מיין, נאר דיין רצון זאל געשען!
42 dizendo:
43 און עס האט זיך צו אים באוויזן א מלאך פון הימל, און אים געשטארקט.
43 [Então um anjo do céu apareceu e o animava.
44 און א טויט אנגסט איז אויף אים געקומען, און ער האט העפטיקער תפילה געטאן; און זיין שווייס איז געווארן ווי בלוטסטראפן, וואס זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד.
44 Cheio de uma grande aflição, Jesus orava com mais força ainda. O seu suor era como gotas de sangue caindo no chão.]
45 און ווען ער איז אויפגעשטאנען נאך דער תפילה און איז געקומען צו די תלמידים, האט ער זיי געפונען שלאפן פאר צער.
45 Depois de orar, ele se levantou, voltou para o lugar onde os discípulos estavam e os encontrou dormindo, pois a tristeza deles era muito grande.
46 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס שלאפט איר? שטייט אויף און טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון!
46 E disse:
47 בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, עס איז געקומען א המון מענטשן און דער מיט דעם נאמען יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געגאנגען פארויס פאר זיי און האט גענענט צו יהושען/ישוען, כדי אים א קוש צו טאן,
47 Jesus ainda estava falando, quando chegou uma multidão. Judas, um dos doze discípulos, que era quem guiava aquela gente, chegou perto de Jesus para beijá-lo.
48 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: יהודה, מיט א קוש פארראטסטו דעם בר אנש?
48 Mas Jesus disse:
49 און ווי די, וואס זענען געווען ארום אים, האבן געזען וואס דא גייט ווערן, האבן זיי געזאגט: האר, צי זאלן מיר שלאגן מיט דער שווערד?
49 Quando os discípulos que estavam com Jesus viram o que ia acontecer, disseram: — Senhor, devemos atacar essa gente com as nossas espadas?
50 און איינער פון זיי האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט זיין רעכט אויער.
50 Um deles feriu com a espada o empregado do Grande Sacerdote , cortando a sua orelha direita.
51 יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: לאזט געמאכט! און האט אנגערירט זיין אויער, און אים געהיילט.
51 Mas Jesus ordenou: Aí tocou na orelha do homem e o curou.
52 און יהושע/ישוע האט געזאגט צו די הויפט כהנים, און הויפטלייט פון בית המקדש, און זקנים, וועלכע זענען געקומען קעגן אים: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און מיט שטאנגען!
52 Em seguida disse aos chefes dos sacerdotes, aos oficiais da guarda do Templo e aos líderes judeus que tinham vindo para prendê-lo:
53 ווען איך בין געווען טאג אויס טאג איין מיט אייך אינם בית המקדש, האט איר נישט אויסגעשטרעקט די הענט קעגן מיר; נאר די דאזיקע איז אייער שעה, און די מאכט פון דער פינצטערניש.
53 Eu estava com vocês todos os dias no pátio do Templo, e vocês não tentaram me prender. Mas esta é a hora de vocês e também a hora do poder da escuridão.
54 און זיי האבן אים געכאפט, און אים אוועקגעפירט, און אריינגעברענגט אין כהן גדולס הויז אריין. פעטרוס אבער האט נאכגעפאלגט פונדערווייטנס.
54 Eles prenderam Jesus e o levaram até a casa do Grande Sacerdote . E Pedro os seguia de longe.
55 און ווען זיי האבן אנגעצונדן א פייער אינמיטן הויף, און זיך אנידערגעזעצט צוזאמען, האט פעטרוס זיך אנידערגעזעצט צווישן זיי.
55 Quando acenderam uma fogueira no meio do pátio, Pedro foi e sentou-se com os que estavam em volta do fogo.
56 א דינסטמיידל אבער האט אים געזען זיצן ביים פייער, האט זי זיך גוט איינגעקוקט אויף אים און געזאגט: אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים!
56 Uma das empregadas o viu sentado ali perto da fogueira, olhou bem para ele e disse: — Este homem também estava com Jesus!
57 און ער האט עס אפגעלייקנט, אזוי צו זאגן: אשה, איך קען אים נישט!
57 Mas Pedro negou, dizendo: — Mulher, eu nem conheço esse homem!
58 און אביסל שפעטער האט אים אן אנדערער דערזען, און געזאגט: דו ביסט אויך פון זיי! פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך בין עס נישט!
58 Pouco tempo depois, um homem o viu ali e disse: — Você também é um deles! Mas Pedro respondeu: — Homem, eu não sou um deles.
59 און נאך א פארלויף פון אן ערך איין שעה, האט אן אנדערער באשטימט פארזיכערט, אזוי צו זאגן: אויף אן אמת אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים; ווארום ער איז אויך א גלילי!
59 Mais ou menos uma hora depois, outro insistiu: — Você estava mesmo com ele porque também é galileu.
60 פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! און אין אן אויגנבליק, בשעת ער האט נאך גערעדט, האט דער האן געקרייט.
60 Mas Pedro respondeu: — Homem, eu não sei do que é que você está falando! Naquele instante, enquanto ele falava, o galo cantou.
61 און דער האר האט זיך אויסגעדרייט, און א בליק געטאן אויף פעטרוסן. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון דעם האר, ווי ער האט צו אים געזאגט: איידער דער האן וועט היינט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען.
61 Então o Senhor virou-se e olhou firme para Pedro, e ele lembrou das palavras que o Senhor lhe tinha dito: “Hoje, antes que o galo cante, você dirá três vezes que não me conhece.”
62 און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט זיך ביטער צעוויינט.
62 Então Pedro saiu dali e chorou amargamente.
63 און די מענער, וואס האבן אים (יהושען/ישוען) באוואכט, האבן אפגעשפאט פון אים, און אים געשלאגן.
63 Os homens que estavam guardando Jesus zombavam dele e batiam nele.
64 און זיי האבן אים ארומגעהילט (דאס פנים), און אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: זאג נבואות, ווער עס איז, וואס האט דיך געשלאגן?
64 Taparam os olhos dele e perguntavam: — Quem foi que bateu em você? Adivinhe!
65 און א סך אנדערע לעסטערונגען האבן זיי געזאגט קעגן אים.
65 E diziam muitas outras coisas para insultá-lo.
66 און ווי עס איז געווארן טאג, זענען זיך צוזאמענגעקומען די זקנים פון פאלק, די הויפט כהנים און סופרים, און האבן אים אוועקגעפירט צו זייער סנהדרין, און געזאגט:
66 Quando amanheceu, alguns líderes dos judeus, alguns chefes dos sacerdotes e alguns mestres da Lei se reuniram. Depois mandaram levar Jesus diante do Conselho Superior .
67 אויב דו ביסט דער משיח, זאג עס אונדז! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך זאל עס אייך זאגן, וועט איר נישט גלויבן;
67 Então lhe disseram: — Diga para nós se você é o Ele respondeu:
68 און אויב איך וועל פרעגן, וועט איר נישט ענטפערן.
68 E, se eu fizer uma pergunta, vocês não vão responder.
69 פון איצט אָן אבער וועט דער בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס מאכט. (תהלים קי, א.)
69 Mas de agora em diante o
70 האבן זיי אלע געזאגט: צי ביסטו דען דער זון פון דער אויבערשטער? און ער האט צו זיי געזאגט: איר זאגט עס, ווייל איך בין עס!
70 Aí todos perguntaram: — Então você é o Filho de Deus? Jesus respondeu:
71 זיי אבער האבן געזאגט: וואס דארפן מיר נאך אן עדות זאגן? ווארום מיר אליין האבן עס געהערט פון זיין מויל.
71 E eles disseram: — Não precisamos mais de testemunhas. Nós mesmos ouvimos o que ele disse.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 22, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.