Lucas 20

ydd (YDD) vs ARIB

Sair da comparação
ARIB Almeida Revisada Imprensa Bíblica
1 און עס איז געשען, אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט דאס פאלק אין בית המקדש, און אנגעזאגט די גוטע בשורה, זענען די הויפט כהנים און די סופרים און די זקנים צוגעטרעטן
1 Num desses dias, quando Jesus ensinava o povo no templo, e anunciava o evangelho, sobrevieram os principais sacerdotes e os escribas, com os anciãos.
2 און האבן געזאגט צו אים, אזוי צו זאגן: זאג אונדז, מיט וועמעס רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער איז עס, וואס האט דיר געגעבן דאס דאזיקן רשות?
2 e falaram-lhe deste modo: Dize-nos, com que autoridade fazes tu estas coisas? Ou, quem é o que te deu esta autoridade?
3 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: איך וועל אייך אויך פרעגן א שאלה! און זאגט מיר:
3 Respondeu-lhes ele: Eu também vos farei uma pergunta; dizei-me, pois:
4 די מקווה פון יוחנן איז געווען פון הימל אדער פון מענטשן?
4 O batismo de João era do céu ou dos homens?
5 און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: פון הימל, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט?
5 Ao que eles arrazoavam entre si: Se dissermos: do céu, ele dirá: Por que não crestes?
6 וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא.
6 Mas, se dissermos: Dos homens, todo o povo nos apedrejará; pois está convencido de que João era profeta.
7 און זיי האבן געענטפערט, אז זיי ווייסן נישט פונוואנען.
7 Responderam, pois, que não sabiam donde era.
8 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: זאג איך אייך אויך נישט מיט וועמעס רשות איך טו די דאזיקע זאכן.
8 Replicou-lhes Jesus: Nem eu vos digo com que autoridade faço estas coisas.
9 און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צום פאלק דאס דאזיקע משל: א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן אויף א לאנגער צייט.
9 Começou então a dizer ao povo esta parábola: Um homem plantou uma vinha, arrendou-a a uns lavradores, e ausentou-se do país por muito tempo.
10 און צום זמן האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז זיי זאלן אים געבן פון דער פרוכט פון דעם וויינגארטן; די גערטנער אבער האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
10 No tempo próprio mandou um servo aos lavradores, para que lhe dessem dos frutos da vinha; mas os lavradores, espancando-o, mandaram-no embora de mãos vazias.
11 און ער האט געמערט צו שיקן אן אנדערן קנעכט; זיי אבער האבן אויך יענעם געשלאגן און אנגעטאן אים בזיונות, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
11 Tornou a mandar outro servo; mas eles espancaram também a este e, afrontando-o, mandaram-no embora de mãos vazias.
12 און ער האט מוסיף געווען צו שיקן א דריטן; אבער אויך דעם דאזיקן האבן זיי בלוטיק צעשלאגן און ארויסגעווארפן.
12 E mandou ainda um terceiro; mas feriram também a este e lançaram-no fora.
13 און דער האר פון דעם וויינגארטן האט געזאגט: וואס זאל איך טאן? איך וועל שיקן מיין געליבטן זון; אפשר וועלן זיי אים שוינען.
13 Disse então o senhor da vinha: Que farei? Mandarei o meu filho amado; a ele talvez respeitarão.
14 נאר ווי די גערטנער האבן אים דערזען, האבן זיי זיך איבערגעלייגט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: דער דאזיקער איז דער יורש; לאמיר אים טייטן; כדי די ירושה זאל ווערן אונדזער.
14 Mas quando os lavradores o viram, arrazoaram entre si, dizendo: Este é o herdeiro; matemo-lo, para que a herança seja nossa.
15 און זיי האבן אים ארויסגעווארפן אויסער דעם וויינגארטן, און אים דערהרגעט. וואס זשע וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן צו זיי?
15 E lançando-o fora da vinha, o mataram. Que lhes fará, pois, o senhor da vinha?
16 ער וועט קומען און אומברענגען די דאזיקע גערטנער, און דעם וויינגארטן געבן צו אנדערע. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי געזאגט: חלילה!
16 Virá e destruirá esses lavradores, e dará a vinha a outros. Ouvindo eles isso, disseram: Tal não aconteça!
17 ער אבער האט אויף זיי געקוקט, און געזאגט; וואס דען איז דאס דאזיקע, וואס שטייט געשריבן;
17 Mas Jesus, olhando para eles, disse: Pois, que quer dizer isto que está escrito: A pedra que os edificadores rejeitaram, essa foi posta como pedra angular?
18 יעדער איינער, וואס פאלט אויף יענעם שטיין,
18 Todo o que cair sobre esta pedra será despedaçado; mas aquele sobre quem ela cair será reduzido a pó.
19 און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי.
19 Ainda na mesma hora os escribas e os principais sacerdotes, percebendo que contra eles proferira essa parábola, procuraram deitar-lhe as mãos, mas temeram o povo.
20 און זיי האבן געלויערט אויף אים, און געשיקט שפיאנען, וואס האבן זיך פארשטעלט פאר צדיקים, כדי אים צו פאנגען מיט א ווארט, אז זיי זאלן אים איבערגעבן צו דער ממשלה און דער מאכט פון דעם גובערנאטאר.
20 E, aguardando oportunidade, mandaram espias, os quais se fingiam justos, para o apanharem em alguma palavra, e o entregarem à jurisdição e à autoridade do governador.
21 און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳.
21 Estes, pois, o interrogaram, dizendo: Mestre, sabemos que falas e ensinas retamente, e que não consideras a aparência da pessoa, mas ensinas segundo a verdade o caminho de Deus;
22 מעגן מיר געבן שטייער צום קיסר, אדער נישט?
22 é-nos lícito dar tributo a César, ou não?
23 ער אבער האט פארשטאנען זייער כיטרעקייט, און האט צו זיי געזאגט:
23 Mas Jesus, percebendo a astúcia deles, disse-lhes:
24 ווייזט מיר א דינר. וועמעס בילד און אויפשריפט האט ער? און זיי האבן געזאגט: דעם קיסרס.
24 Mostrai-me um denário. De quem é a imagem e a inscrição que ele tem? Responderam: De César.
25 און ער האט צו זיי געזאגט: דעריבער גיט אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס!
25 Disse-lhes então: Dai, pois, a César o que é de César, e a Deus o que é de Deus.
26 און זיי האבן אים נישט געקענט פאנגען מיט קיין ווארט פאר דעם פאלק; און האבן זיך געוואונדערט אויף זיין ענטפער, און האבן געשוויגן.
26 E não puderam apanhá-lo em palavra alguma diante do povo; e admirados da sua resposta, calaram-se.
27 און עס זענען צוגעקומען צו אים אייניקע פון די צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים;
27 Chegaram então alguns dos saduceus, que dizem não haver ressurreição, e perguntaram-lhe:
28 און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, משה האט אונדז געשריבן; אויב עמיצנס ברודער וועט שטארבן, האבנדיק א ווייב, און איז אָן א קינד, זאל זיין ברודער נעמען די פרוי, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. (דברים כה, ה-ו.)
28 Mestre, Moisés nos deixou escrito que se morrer alguém, tendo mulher mas não tendo filhos, o irmão dele case com a viúva, e suscite descendência ao irmão.
29 אָט זענען געווען זיבן ברידער; און דער ערשטער האט גענומען א ווייב, און איז געשטארבן אָן קינדער;
29 Havia, pois, sete irmãos. O primeiro casou-se e morreu sem filhos;
30 און דער צווייטער;
30 então o segundo, e depois o terceiro, casaram com a viúva;
31 און דער דריטער האט זי גענומען; און אזוי א האבן אויך די זיבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און זענען געשטארבן.
31 e assim todos os sete, e morreram, sem deixar filhos.
32 צום סוף איז אויך די פרוי געשטארבן.
32 Depois morreu também a mulher.
33 וועמעס ווייב פון זיי וועט דעריבער די פרוי זיין נאך תחית המתים? ווארום די זיבן האבן זי געהאט פאר א ווייב.
33 Portanto, na ressurreição, de qual deles será ela esposa, pois os sete por esposa a tiveram?
34 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: די קינדער פון דער דאזיקער וועלט האבן חתונה, און ווערן חתונה געמאכט;
34 Respondeu-lhes Jesus: Os filhos deste mundo casaram-se e dão-se em casamento;
35 די אבער, וואס זענען ווערט צו דערגרייכן יענע וועלט און תחית המתים, האבן נישט חתונה, און ווערן נישט חתונה געמאכט;
35 mas os que são julgados dignos de alcançar o mundo vindouro, e a ressurreição dentre os mortos, nem se casam nem se dão em casamento;
36 ווארום זיי קענען מער נישט שטארבן; ווארום זיי זענען גלייך צו די מלאכים; און זענען ה׳ס קינדער, זייענדיק קינדער פון תחית המתים.
36 porque já não podem mais morrer; pois são iguais aos anjos, e são filhos de Deus, sendo filhos da ressurreição.
37 און אז די טויטע שטייען אויף, האט אויך משה מרמז געווען ביים סנה, ווען ער רופט דעם האר דעם ג‑ט פון אברהם און דעם ג‑ט פון יצחק און דעם ג‑ט פון יעקב. (שמות ג, ו.)
37 Mas que os mortos hão de ressurgir, o próprio Moisés o mostrou, na passagem a respeito da sarça, quando chama ao Senhor; Deus de Abraão, e Deus de Isaque, e Deus de Jacó.
38 ער אבער איז דער ג‑ט, נישט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע; ווארום אלע לעבן פאר אים.
38 Ora, ele não é Deus de mortos, mas de vivos; porque para ele todos vivem.
39 און אייניקע פון די סופרים האבן ענטפערנדיק געזאגט: רבי, דו האסט וואויל געזאגט!
39 Responderam alguns dos escribas: Mestre, disseste bem.
40 ווארום זיי האבן זיך מער נישט אונטערגעשטעלט, אים עפעס צו פרעגן.
40 Não ousavam, pois, perguntar-lhe mais coisa alguma.
41 ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווי אזוי זאגט מען, אז דער משיח איז דודס זון?
41 Jesus, porém, lhes perguntou: Como dizem que o Cristo é filho de Davi?
42 דוד אליין זאגט דאך אינם ספר תהלים:
42 Pois o próprio Davi diz no livro dos Salmos: Disse o Senhor ao meu Senhor: Assenta-te à minha direita,
43 ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט
43 até que eu ponha os teus inimigos por escabelo dos teus pés.
44 דוד רופט אים דעריבער האר; און וויאזוי זשע איז ער זיין זון?
44 Logo Davi lhe chama Senhor como, pois, é ele seu filho?
45 און בעת דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט, האט ער געזאגט צו די תלמידים:
45 Enquanto todo o povo o ouvia, disse Jesus aos seus discípulos:
46 היט זיך פאר די סופרים, וואס ווילן ארומגיין אין טליתים, און האבן ליב מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער, און די ערשטע ערטער אין שול, און פלעצער אויבנאן אויף סעודות;
46 Guardai-vos dos escribas, que querem andar com vestes compridas, e gostam das saudações nas praças, dos primeiros assentos nas sinagogas, e dos primeiros lugares nos banquetes;
47 זיי פארצערן די הייזער פון אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאווענען זיי לאנג; זיי וועלן באקומען א הארבער משפט.
47 que devoram as casas das viúvas, fazendo, por pretexto, longas orações; estes hão de receber maior condenação.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 20, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.