Lucas 19

ydd (YDD) vs NAA

Sair da comparação
NAA Nova Almeida Atualizada 2017
1 און ער איז אריינגעקומען און איז דורכגעגאנגען דורך יריחו.
1 Entrando em Jericó, Jesus atravessava a cidade.
2 און זע, א מאן, וואס מען האט אים גערופן מיט דעם נאמען זכי, און ער איז געווען א ראש שטייער אויפמאנער, און אן עושר;
2 Eis que um homem rico, chamado Zaqueu, chefe dos publicanos,
3 און האט באגערט צו זען יהושען/ישוען, ווער ער איז, און האט נישט געקענט מחמת דעם המון מענטשן, ווייל ער איז געווען קליין פון געוואוקס.
3 procurava ver quem era Jesus, mas não podia, por causa da multidão, por ser ele de pequena estatura.
4 און ער איז געלאפן פארויס, און האט ארויפגעקלעטערט אויף א שקמה בוים, כדי אים צו זען; ווייל ער האט דארטן געזאלט פארבייגיין.
4 Então, correndo adiante, subiu num sicômoro a fim de ver Jesus, porque ele havia de passar por ali.
5 און ווי יהושע/ישוע איז געקומען צו דעם ארט, האט ער ארויפגעבליקט און געזאגט צו אים: זכי, קום געשווינט אראפ; ווארום היינט מוז איך איינשטיין ביי דיר אין הויז!
5 Quando Jesus chegou àquele lugar, olhando para cima, disse:
6 און ער איז גיך אראפגעשטיגן, און האט אים אויפגענומען מיט פרייד.
6 Zaqueu desceu depressa e o recebeu com alegria.
7 און זעענדיק דאס, האבן אלע געמורמלט, אזוי צו זאגן: ביי אן איש חוטא איז ער אריינגעגאנגען זיך אויפצוהאלטן!
7 Todos os que viram isto murmuravam, dizendo que Jesus tinha se hospedado com um homem pecador.
8 זכי אבער האט זיך אנידערגעשטעלט און געזאגט צום האר: זע, די העלפט פון מיין פארמעגן, האר, גיב איך צו די ארעמעלייט, און אויב איך האב ביי עמיצן עפעס ארויסגעפרעסט, גיב איך אים אפ פיר מאל אזויפיל.
8 Zaqueu, por sua vez, se levantou e disse ao Senhor: — Senhor, vou dar a metade dos meus bens aos pobres. E, se roubei alguma coisa de alguém, vou restituir quatro vezes mais.
9 יהושע/ישוע האט אבער צו אים געזאגט: היינט איז א ישועה געקומען אויף דעם דאזיקן הויז, ווייל אפילו ער איז א בן אברהם;
9 Então Jesus lhe disse:
10 ווארום דער בר אנש איז געקומען צו זוכן און צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.
10 Porque o Filho do Homem veio buscar e salvar o perdido.
11 און ווען זיי האבן דאס געהערט, האט ער ווידער געזאגט א משל, צוליב דעם וואס ער איז געווען נאענט צו ירושלים, און זיי האבן געמיינט, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ מוז באלד דערשיינען.
11 Ouvindo eles estas coisas, Jesus contou uma parábola, visto estar perto de Jerusalém e lhes parecer que o Reino de Deus havia de manifestar-se imediatamente.
12 ער האט דעריבער געזאגט: א געוויסער איידלמאן איז אוועק אין א ווייט לאנד אריין, צו נעמען פאר זיך א מלכות, און זיך אומצוקערן.
12 Por isso, Jesus disse:
13 און ער האט גערופן צען קנעכט זיינע, און זיי געגעבן צען מנים, און געזאגט צו זיי: האנדלט, ביז איך קום צוריק.
13 Chamou dez dos seus servos, confiou-lhes dez minas e disse-lhes: “Negociem até que eu volte.”
14 זיינע בירגער אבער האבן אים געהאסט, און האבן געשיקט שליחים נאך אים, אזוי צו זאגן: מיר ווילן נישט, אז דער דאזיקער זאל קעניגן איבער אונדז!
14 Mas os seus concidadãos o odiavam e enviaram após ele uma embaixada, dizendo: “Não queremos que este reine sobre nós.”
15 און עס איז געשען, ווען ער איז צוריקגעקומען, נאך דעם ווי ער האט גענומען דאס מלכות, האט ער געהייסן רופן די דאזיקע קנעכט זיינע צו זיך, צו וועלכע ער האט געגעבן דאס געלט, כדי ער זאל וויסן ווער עס האט וואס איינגעהאנדלט.
15 — Quando ele voltou, depois de ter tomado posse do reino, mandou chamar os servos a quem tinha dado o dinheiro, a fim de saber quanto tinham conseguido ganhar em seus negócios.
16 און דער ערשטער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, דיין מנה האט אריינגעברענגט צען מנים!
16 — O primeiro se apresentou e disse: “Senhor, a sua mina rendeu dez.”
17 און ער האט צו אים געזאגט: וואויל, דו גוטער קנעכט! ווייל דו ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, זאלסטו האבן מאכט איבער צען שטעט!
17 O senhor lhe disse: “Muito bem, servo bom! E porque você foi fiel no pouco, terá autoridade sobre dez cidades.”
18 און דער צווייטער איז געקומען, און האט געזאגט: דיין מנה, האר, האט דערווארבן פינף מנים!
18 — O segundo servo veio e disse: “Senhor, a sua mina rendeu cinco.”
19 און ער האט געזאגט אויך צו דעם דאזיקן: און דו זאלסט זיין איבער פינף שטעט!
19 A este o senhor disse: “Você terá autoridade sobre cinco cidades.”
20 און אן אנדערער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, אָט איז דיין מנה, וואס איך האב געהאט באהאלטן אין א טיכל!
20 — Então veio outro servo, dizendo: “Senhor, aqui está a sua mina, que eu guardei embrulhada num lenço.
21 ווארום איך האב מיך געפארכטן פאר דיר, ווייל דו ביסט א שטרענגער מענטש; דו נעמסט, וואס דו האסט נישט אנידערגעלייגט, און שניידסט דאס, וואס דו האסט נישט פארזייט.
21 Porque tive medo do senhor, que é homem rigoroso. O senhor retira o que não depositou e colhe o que não semeou.”
22 זאגט ער צו אים: אויס דיין אייגן מויל וועל איך דיך משפטן, דו געמיינער קנעכט! דו האסט געוואוסט, אז איך בין א שטרענגער מענטש, איך נעם, וואס איך האב נישט אנידערגעלייגט, און שנייד, וואס איך האב נישט פארזייט;
22 Mas o senhor respondeu: “Servo mau, eu o julgarei usando as suas próprias palavras. Você sabia que eu sou homem rigoroso, que retiro o que não depositei e colho o que não semeei.
23 און פארוואס האסטו נישט אריינגעגעבן מיין געלט אין א באנק, און איך וואלט עס ביי מיין צוריק קער אויפגעמאנט מיט צינזן?
23 Por que você não pôs o meu dinheiro no banco? E, então, na minha vinda, eu o receberia com juros.”
24 און ער האט געזאגט צו די, וואס זענען געשטאנען ארום: נעמט אוועק פון אים די מנה, און גיט זי צו דעם, וואס האט די צען מנים!
24 — E disse aos que estavam ali: “Tirem dele a mina e deem ao que tem as dez.”
25 און זיי האבן געזאגט צו אים: האר, ער האט דאך שוין צען מנים.
25 Eles ponderaram: “Senhor, ele já tem dez.”
26 איך זאג אייך, אז יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט אפילו אוועקגענומען ווערן דאס, וואס ער האט יא.
26 Ao que o senhor respondeu: “Pois eu declaro a vocês que a todo o que tem será dado ainda mais; mas ao que não tem, até o que tem lhe será tirado.
27 דאך די דאזיקע שונאים מיינע, וואס האבן נישט געוואלט, אז איך זאל קעניגן איבער זיי, ברענגט אהער, און דערהרגעט זיי פאר מיר!
27 Mas quanto a esses meus inimigos, que não quiseram que eu reinasse sobre eles, tragam-nos aqui e os matem na minha presença.”
28 און ווען ער האט דאס געזאגט, איז ער אוועק פארויס, און איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
28 E, depois de dizer isto, Jesus prosseguia a sua viagem para Jerusalém.
29 און עס איז געשען, ווען ער האט זיך דערנענטערט קיין בית‑פגי און בית‑היני ביים בארג, וואס האט געהייסן הר הזיתים, האט ער געשיקט צוויי פון די תלמידים,
29 E aconteceu que, ao aproximar-se de Betfagé e de Betânia, junto ao monte das Oliveiras, Jesus enviou dois dos seus discípulos,
30 און געזאגט: גייט אריין אין דעם דארף אנטקעגנאיבער; און ווען איר וועט דארט אריינקומען, וועט איר געפינען א יונג אייזל אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אויף און ברענגט עס צו אהער.
30 dizendo-lhes:
31 און אויב עמיצער וועט אייך פרעגן: פארוואס בינדט איר עס אויף? זאלט איר אזוי זאגן: דער האר דארף עס האבן!
31 Se alguém perguntar: “Por que o estão desprendendo?”, respondam assim: “Porque o Senhor precisa dele.”
32 און די שליחים זענען אהינגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט.
32 E, indo os que foram mandados, acharam tudo conforme Jesus lhes tinha dito.
33 און ווען זיי האבן אויפגעבונדן דאס יונגע אייזל, האבן זיינע בעלי בתים געזאגט צו זיי: פארוואס בינדט איר אויף דאס אייזל?
33 Quando eles estavam soltando o jumentinho, os donos do animal disseram: — Por que estão desprendendo o jumentinho?
34 און זיי האבן געזאגט: דער האר דארף עס האבן!
34 Eles responderam: — Porque o Senhor precisa dele.
35 און זיי האבן עס געברענגט צו יהושען/ישוען, און האבן ארויפגעווארפן זייערע מלבושים אויף דעם אייזל, און ארויפגעזעצט יהושען/ישוען דערויף. (זכריה ט, ט.)
35 Então trouxeram o jumentinho até Jesus e, pondo as suas capas sobre o animal, ajudaram Jesus a montar.
36 און בשעת ער איז געגאנגען, האבן זיי אויסגעשפרייט זייערע קליידער אויפן וועג.
36 À medida que Jesus avançava, as pessoas estendiam as suas capas no caminho.
37 און ווען ער האט זיך שוין דערנענטערט צום אראפגאנג פון דעם הר הזיתים, האט די גאנצע מאסע תלמידים אנגעהויבן פריידיק צו לויבן ה׳ מיט א הויך קול פאר אלע גבורות, וואס זיי האבן געזען,
37 E, quando Jesus se aproximava da descida do monte das Oliveiras, toda a multidão dos discípulos começou, com muita alegria, a louvar a Deus em alta voz, por todos os milagres que tinham visto.
38 און האבן געזאגט:
38 Diziam: “Bendito é o Rei que vem em nome do Senhor! Paz no céu e glória nas maiores alturas!”
39 און אייניקע פון די פרושים אויס דעם המון מענטשן האבן געזאגט צו אים: רבי, שריי אָן אויף דיינע תלמידים!
39 Alguns dos fariseus lhe disseram em meio à multidão: — Mestre, repreenda os seus discípulos!
40 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך זאג אייך: אויב די דאזיקע שווייגן, וועלן די שטיינער שרייען!
40 Mas Jesus respondeu:
41 און ווי ער איז צוגעקומען נענטער און האט געזען די שטאט, האט ער זיך צעוויינט איבער איר,
41 Quando Jesus ia chegando a Jerusalém, vendo a cidade, chorou por ela,
42 אזוי צו זאגן, אָ, ווען אויך דו וואלסט געוואוסט אין דעם דאזיקן טאג דאס, וואס האט א שייכות צו דיין שלום! איצט אבער איז עס פארהוילן פון דיינע אויגן.
42 dizendo:
43 עס וועלן קומען טעג אויף דיר, און דיינע שונאים וועלן ווארפן א וואל ארום דיר, און וועלן דיך ארומרינגלען, און באלאגערן פון אלע זייטן;
43 Pois virão dias em que os seus inimigos cercarão você de trincheiras e apertarão o cerco por todos os lados;
44 און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!
44 e vão arrasar você e matar todos os seus moradores. Não deixarão pedra sobre pedra, porque você não reconheceu o tempo em que Deus veio visitá-la.
45 און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די הענדלער,
45 Depois, entrando no templo, Jesus começou a expulsar os que ali vendiam,
46 זאגנדיק צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט זיין א הויז פון תפילה (ישעיהו נו, ז.); איר אבער האט דערפון געמאכט א הייל פון רויבער! (ירמיהו ז, יא.)
46 dizendo-lhes:
47 און ער האט געלערנט טאג טעגלעך אין בית המקדש; די הויפט כהנים אבער און די סופרים און די ראשים פונם פאלק האבן געזוכט אים אומצוברענגען.
47 Diariamente, Jesus ensinava no templo. Os principais sacerdotes, os escribas e os maiorais do povo procuravam tirar-lhe a vida,
48 און האבן נישט געפונען, וואס זיי זאלן טאן; ווארום דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט צו אים מיט גרויסער ערנסטקייט.
48 mas não achavam uma forma de fazer isso, porque todo o povo, ao ouvi-lo, era cativado por ele.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 19, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.