Lucas 16
ydd (YDD) vs ARC
1 און ער האט אויך געזאגט צו די תלמידים: עס איז געווען א געוויסער רייכער מענטש, וואס האט געהאט א פארוואלטער; און דער דאזיקער איז פאר אים אנגעקלאגט געווארן, אז ער פארשווענדט אים זיין פארמעגן.
1 E dizia também aos seus discípulos: Havia um certo homem rico, o qual tinha um mordomo; e este foi acusado perante ele de dissipar os seus bens.
2 און ער האט אים גערופן און געזאגט צו אים: וואס איז דאס וואס איך הער וועגן דיר? גיב אפ א חשבון פון דיין פארוואלטונג; ווארום דו קענסט לענגער נישט זיין פארוואלטער!
2 E ele, chamando-o, disse-lhe: Que é isso que ouço de ti? Presta contas da tua mordomia, porque já não poderás ser mais meu mordomo.
3 און דער פארוואלטער האט צו זיך געזאגט; וואס זאל איך טאן? מיין האר נעמט אוועק פון מיר די פארוואלטונג! גראבן קען איך נישט; בעטלען שעם איך מיך.
3 E o mordomo disse consigo: Que farei, pois que o meu senhor me tira a mordomia? Cavar não posso; de mendigar tenho vergonha.
4 איך ווייס, וואס איך וועל טאן, כדי ווען איך וועל אפגעשאפט ווערן פון דער פארוואלטונג, זאלן זיי מיך אויפנעמען אין זייערע הייזער אריין.
4 Eu sei o que hei de fazer, para que, quando for desapossado da mordomia, me recebam em suas casas.
5 און ער האט גערופן צו זיך יעדן איינעם פון זיין הארס בעלי חובות, און האט געזאגט צו דעם ערשטן: וויפל ביסטו שולדיק דעם האר מיינעם?
5 E, chamando a
6 האט ער געזאגט: הונדערט מאס אייל. און ער האט צו אים געזאגט: נעם דיין שטר און זעץ דיך אנידער און שרייב גיך פיפציק.
6 E ele respondeu: Cem medidas de azeite. E disse-lhe: Toma a tua conta e, assentando-te já, escreve cinquenta.
7 דערנאך האט ער געזאגט צו אן אנדערן: און וויפל ביסטו שולדיק? האט דער געזאגט: הונדערט צענטנער ווייץ. זאגט ער צו אים: נעם דיין שטר און שרייב א אכציק.
7 Disse depois a outro: E tu quanto deves? E ele respondeu: Cem alqueires de trigo. E disse-lhe: Toma a tua conta e escreve oitenta.
8 און דער האר האט געלויבט דעם אומגערעכטן פארוואלטער, ווייל ער האט קלוג געטאן; מחמת די קינדער פון דער דאזיקער וועלט זענען קליגער אין זייער דור ווי די קינדער פון דעם ליכט.
8 E louvou aquele senhor o injusto mordomo por haver procedido prudentemente, porque os filhos deste mundo são mais prudentes na sua geração do que os filhos da luz.
9 און איך זאג אייך: מאכט אייך פריינד מיט דעם ממון פון אומגערעכטיקייט, כדי ווען עס וועט אויסגיין, זאלן זיי אייך אויפנעמען אין די אייביקע וואוינונגען אריין.
9 E eu vos digo: granjeai amigos com as riquezas da injustiça, para que, quando estas vos faltarem, vos recebam eles nos tabernáculos eternos.
10 ווער עס איז געטריי אינם קלענסטן, דער איז אויך געטריי אין א סך; און ווער עס איז אומגערעכט אינם קלענסטן, דער איז אויך אומגערעכט אין א סך.
10 Quem é fiel no mínimo também é fiel no muito; quem é injusto no mínimo também é injusto no muito.
11 דעריבער אויב איר זענט נישט געווען געטריי אין דעם אומגערעכטן ממון, ווער וועט אייך אנפארטרויען דאס אמתע?
11 Pois, se nas riquezas injustas não fostes fiéis, quem vos confiará as verdadeiras?
12 און אויב איר זענט נישט געווען געטריי מיט יענעמס, ווער וועט אייך געבן אייער אייגנס?
12 E, se no alheio não fostes fiéis, quem vos dará o que é vosso?
13 קיין קנעכט קען נישט דינען צוויי הארן; ווארום אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן און דעם אנדערן ליב האבן, אדער ער וועט זיך באהעפטן צו איינעם און דעם אנדערן מבזה זיין, איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון!
13 Nenhum servo pode servir a dois senhores, porque ou há de aborrecer a um e amar ao outro ou se há de chegar a um e desprezar ao outro. Não podeis servir a Deus e a Mamom.
14 און דאס אלץ האבן די פרושים געהערט, וואס זענען געווען געלט ליבהאבער, און האבן אפגעשפאט פון אים.
14 E os fariseus, que eram avarentos, ouviam todas essas coisas e zombavam dele.
15 און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט עס, וואס גערעכטפערטיקן זיך פאר מענטשן, ה׳ אבער קען אייערע הערצער; ווייל דאס וואס איז הויך ביי מענטשן, איז אן אומווירדיקייט פאר ה׳.
15 E disse-lhes: Vós sois os que vos justificais a vós mesmos diante dos homens, mas Deus conhece o vosso coração, porque o que entre os homens é elevado perante Deus é abominação.
16 די תורה און די נביאים זענען געווען ביז יוחנן; פון דעמאלט אָן ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און יעדער איינער דרינגט אריין דערין מיט געוואלד.
16 A Lei e os Profetas
17 עס איז אבער לייכטער, אז דער הימל און די ערד זאלן פארגיין, ווי איין נקודה פון דער תורה זאל פאלן.
17 E é mais fácil passar o céu e a terra do que cair um til da Lei.
18 יעדער איינער, וואס גט זיך מיט זיין ווייב און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א פרוי, וואס איז געגט פון איר מאן, דער איז מזנה.
18 Qualquer que deixa sua mulher e casa com outra adultera; e aquele que casa com a repudiada pelo marido adultera
19 עס איז געווען א רייכער מענטש, וואס האט זיך געקליידט אין פורפור און אין טייערע לייוונט, און האט געלעבט טאג איין טאג אויס אין תענוגים און וואוילטאג;
19 Ora, havia um homem rico, e vestia-se de púrpura e de linho finíssimo, e vivia todos os dias regalada e esplendidamente.
20 און א געוויסער ארעמאן מיטן נאמען אלעזר איז געלעגן פאר זיין טיר פול מיט געשווירן,
20 Havia também
21 און האט געגארט זיך צו זעטיקן פון דעם, וואס איז אראפגעפאלן פון דעם רייכנס טיש; נאר עס זענען נאך אפילו געקומען די הינט און האבן געלעקט זיינע געשווירן.
21 E desejava alimentar-se com as migalhas que caíam da mesa do rico; e os próprios cães vinham lamber-lhe as chagas.
22 און עס איז געשען, דער אביון איז געשטארבן, און איז אוועקגעטראגן געווארן פון די מלאכים אין אברהמס שויס אריין. און דער עושר איז אויך געשטארבן און איז באגראבן געווארן.
22 E aconteceu que o mendigo morreu e foi levado pelos anjos para o seio de Abraão; e morreu também o rico e foi sepultado.
23 און אין שאול תחתית האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסורים, און זעט אברהמען פונדערווייטנס און אלעזרן אין זיין שויס.
23 E, no Hades, ergueu os olhos, estando em tormentos, e viu ao longe Abraão e Lázaro, no seu seio.
24 און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם!
24 E, clamando, disse: Abraão, meu pai, tem misericórdia de mim e manda a Lázaro que molhe na água a ponta do seu dedo e me refresque a língua, porque estou atormentado nesta chama.
25 אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט.
25 Disse, porém, Abraão: Filho, lembra-te de que recebeste os teus bens em tua vida, e Lázaro, somente males; e, agora, este é consolado, e tu, atormentado.
26 און צו דעם אלעם איז צווישן אונדז און אייך פעסטגעלייגט א גרויסער תהום, אז די, וואס וואלטן געוואלט אריבערגיין פונדאנען צו אייך, זאלן עס נישט קענען, אויך זאל מען נישט אריבערקומען פון דארטן צו אונדז.
26 E, além disso, está posto um grande abismo entre nós e vós, de sorte que os que quisessem passar daqui para vós não poderiam, nem tampouco os de lá, passar para cá.
27 האט ער געזאגט: איך בעט דיך דעריבער, פאטער, אז דו זאלסט אים שיקן אין דעם הויז פון מיין פאטער;
27 E disse ele: Rogo-te, pois, ó pai, que o mandes à casa de meu pai,
28 ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין!
28 pois tenho cinco irmãos, para que lhes dê testemunho, a fim de que não venham também para este lugar de tormento.
29 אברהם אבער זאגט: זיי האבן (תורת) משה און די נביאים; זאלן זיי זיי הערן.
29 Disse-lhe Abraão: Eles têm Moisés e os Profetas; ouçam-nos.
30 און ער האט געזאגט: ניין, פאטער אברהם, נאר אויב עמיצער פון די טויטע זאל קומען צו זיי, וועלן זיי תשובה טאן!
30 E disse ele: Não, Abraão, meu pai; mas, se algum dos mortos fosse ter com eles, arrepender-se-iam.
31 ער אבער האט געזאגט צו אים: אויב זיי וועלן נישט הערן משהן און די נביאים, וועלן זיי זיך אויך נישט לאזן איבערצייגן, אויב עמיצער וועט אויפשטיין פון די טויטע.
31 Porém Abraão lhe disse: Se não ouvem a Moisés e aos Profetas, tampouco acreditarão, ainda que algum dos mortos ressuscite.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 16, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.