Lucas 11
ydd (YDD) vs NTLH
1 און עס איז געשען, בשעת ער האט מתפלל געווען אויף א געוויס ארט; און אז ער האט אויפגעהערט, האט איינער פון די תלמידים זיינע געזאגט צו אים: האר, לערן אונדז תפילה צו טאן, אזוי ווי יוחנן האט אויך געלערנט זיינע תלמידים!
1 Um dia Jesus estava orando num certo lugar. Quando acabou de orar, um dos seus discípulos pediu: — Senhor, nos ensine a orar, como João ensinou os discípulos dele.
2 און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איר טאט תפילה, זאלט איר זאגן: פאטער, געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען. זאל דיין מלכות קומען.
2 Jesus respondeu:
3 גיב אונדז יעדן טאג אונדזער טעגלעך ברויט!
3 Dá-nos cada dia o alimento
4 און פארגיב אונדז אונדזערע זינד, ווארום מיר אליין זענען אויך מוחל יעדן איינעם, וואס איז אונדז שולדיק. און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון.
4 Perdoa os nossos pecados,
5 און ער האט צו זיי געזאגט: ווער פון אייך וועט האבן א פריינד, און ער וועט גיין צו אים אין מיטן דער נאכט און זאגן צו אים: פריינד, ליי מיר דריי לעבלעך ברויט,
5 Então Jesus disse aos seus discípulos:
6 ווייל א פריינד מיינער איז געקומען פון אונטערוועגנס צו מיר, און איך האב נישט וואס אנידערצולייגן פאר אים;
6 É que um amigo meu acaba de chegar de viagem, e eu não tenho nada para lhe oferecer.”
7 און יענער אינעווייניק ענטפערנדיק וועט זאגן: זיי מיך נישט מטריח; די טיר איז שוין צוגעשלאסן, און מיינע קינדער זענען מיט מיר אין בעט; איך קען נישט אויפשטיין און דיר געבן!
7 — E imaginem que o amigo responda lá de dentro: “Não me amole! A porta já está trancada, e eu e os meus filhos estamos deitados. Não posso me levantar para lhe dar os pães.”
8 איך זאג אייך; אויב ער וועט נישט אויפשטיין און אים געבן, מחמת ער איז זיין פריינד, דאך צוליב זיין עזות פנימדיקייט וועט ער אויפשטיין און אים געבן, אזויפיל וויפל ער באדארף.
8 Jesus disse:
9 און איך זאג אייך: בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן, זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן!
9 Por isso eu digo: peçam e vocês receberão; procurem e vocês acharão; batam, e a porta será aberta para vocês.
10 ווארום יעדער איינער, וואס בעט, באקומט; און ווער עס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.
10 Porque todos aqueles que pedem recebem; aqueles que procuram acham; e a porta será aberta para quem bate.
11 און וועמען פון אייך, וואס איז א פאטער, דער זון וועט בעטן ברויט, צי וועט ער אים דען געבן א שטיין? אדער פיש, צי וועט ער דען אים געבן א שלאנג אנשטאט פיש?
11 Por acaso algum de vocês será capaz de dar uma cobra ao seu filho, quando ele pede um peixe?
12 אדער אויב ער וועט בעטן אן איי, צי וועט ער דען אים געבן אן עקדיש?
12 Ou, se o filho pedir um ovo, vai lhe dar um escorpião?
13 דעריבער, אויב איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, על אחת כמה וכמה וועט דער פאטער פון הימל געבן דעם רוח הקודש צו די, וואס בעטן אים!
13 Vocês, mesmo sendo maus, sabem dar coisas boas aos seus filhos. Quanto mais o Pai, que está no céu, dará o Espírito Santo aos que lhe pedirem!
14 און ער האט ארויסגעטריבן א בייזן גייסט, וואס איז געווען שטום. און עס איז געשען, ווען דער בייזער גייסט איז ארויסגעגאנגען, האט דער שטומער גערעדט; און די מאסן האבן געשטוינט.
14 Jesus estava expulsando de certo homem um demônio que não o deixava falar. Quando o demônio saiu, o homem começou a falar. A multidão ficou admirada,
15 אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער, טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער.
15 mas alguns disseram: — É
16 און אנדערע, אויספרואוונדיק אים, האבן פון אים פארלאנגט א צייכן פון הימל.
16 Outros, querendo conseguir alguma prova contra Jesus, pediam que ele fizesse um milagre para mostrar que o seu poder vinha de Deus.
17 ער אבער, ווייל ער האט געוואוסט פון זייערע געדאנקען, האט צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז צעטיילט קעגן זיך אליין, ווערט פארוויסט; און א הויז פאלט אויף א הויז.
17 Mas Jesus, conhecendo os pensamentos deles, disse:
18 און אפילו דער שׂטן, אויב ער איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וויאזוי וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום? ווייל איר זאגט, דורך דעם בעל‑זבול טרייב איך ארויס די בייזע גייסטער.
18 Se o reino de Satanás tem grupos que lutam entre si, como continuará a existir? Vocês dizem que é Belzebu que me dá poder para expulsar demônios.
19 און אויב איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים.
19 Mas, se é assim, quem dá aos seguidores de vocês o poder para expulsar demônios? Assim, os seus próprios seguidores provam que vocês estão completamente enganados.
20 אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער מיט דעם פינגער פון ה׳, אזוי איז דאס קעניגרייך פון ה׳ שוין געקומען צו אייך!
20 Na verdade é pelo poder de Deus que eu expulso demônios, e isso prova que o
21 ווען דער גיבור, פעליק באוואפנט, באוואכט זיין הויף, בלייבט זיין פארמעגן אין פרידן;
21 — Quando um homem forte e bem-armado guarda a sua própria casa, tudo o que ele tem está seguro.
22 ווען אבער א שטארקערער פון אים קומט און באזיגט אים, וועט ער אוועקנעמען זיינע כלי זין, אויף וועלכע ער האט זיך פארלאזט, און וועט צעטיילן זיין רויב.
22 Mas, quando um homem mais forte o ataca e vence, leva todas as armas em que o outro confiava e reparte tudo o que tomou dele.
23 ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און ווער עס זאמלט נישט איין מיט מיר, דער צעשפרייט.
23 — Quem não é a meu favor é contra mim; e quem não me ajuda a ajuntar está espalhando.
24 ווען דער אומריינער גייסט גייט ארויס פון דעם מענטשן, גייט ער אדורך איבער ערטער, וואו עס איז קיין וואסער נישטא, זוכנדיק מנוחה; און ווייל ער געפינט נישט, זאגט ער: איך וועל מיך אומקערן צו דעם הויז מיינעם, פון וואנען איך בין ארויס.
24 Jesus continuou:
25 און ער קומט און געפינט עס אויסגעקערט און אויסגעצירט.
25 Aí volta e encontra a casa varrida e arrumada.
26 דעמאלט גייט ער און נעמט מיט זיבן אנדערע ערגערע גייסטער ווי ער איז אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארטן, און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב.
26 Depois sai e vai buscar outros sete espíritos piores ainda, e todos ficam morando ali. Assim a situação daquela pessoa fica pior do que antes.
27 און עס איז געשען, בשעת ער האט דאס גערעדט, האט א געוויסע פרוי פון דעם המון מענטשן אויפגעהויבן איר קול און געזאגט צו אים: אז וואויל איז דעם מוטערלייב, וואס האט דיך געטראגן, און די בריסט, וועלכע דו האסט געזויגן!
27 Quando Jesus acabou de dizer isso, uma mulher que estava no meio da multidão gritou para ele: — Como é feliz a mulher que pôs o senhor no mundo e o amamentou!
28 ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ!
28 Mas Jesus respondeu:
29 ווי אבער מאסן מענטשן האבן אהערגעשטראמט צו אים, האט ער אנגעהויבן צו זאגן: דאס דאזיקע דור איז א בייז דור! עס פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה.
29 Quando a multidão se ajuntou em volta de Jesus, ele começou a falar e disse o seguinte:
30 ווארום אזוי ווי יונה איז געווארן א צייכן פאר די אנשי נינוה, אזוי וועט דער בר אנש זיין פאר דעם דאזיקן דור. (יונה א, יז.)
30 Assim como o
31 די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אינם משפט מיט די לייט פון דעם דאזיקן דור און וועט זיי פארמשפטן; ווייל זי איז געקומען פון די עקן פון דער ערד, צו הערן שלמהס חכמה און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי שלמה! (מלכים א י, א-יג.)
31 No Dia do Juízo a rainha de Sabá vai se levantar e acusar vocês, pois ela veio de muito longe para ouvir os sábios ensinamentos de Salomão. E eu afirmo que o que está aqui é mais importante do que Salomão.
32 מענער פון נינוה וועלן אויפשטיין אינם משפט מיט דעם דאזיקן דור און וועלן עס פארמשפטן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי יונה. (יונה ג.)
32 No Dia do Juízo o povo de Nínive vai se levantar e acusar vocês porque, quando ouviram a mensagem de Jonas, eles se arrependeram dos seus pecados. E eu afirmo que o que está aqui é mais importante do que Jonas.
33 קיינער צינדט נישט אָן קיין ליכט און שטעלט עס אויף א פארבארגן ארט, אויך נישט אונטער א מאסשעפל, נאר אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דעם העלן שיין.
33 Jesus continuou:
34 דאס ליכט פון דעם קערפער איז דאס אויג דיינס. ווען דיין אויג איז געזונט, איז אויך דיין גאנצער קערפער ליכטיק; אויב אבער עס איז שלעכט, איז אויך דער גאנצער גוף דיינער חושך.
34 Os olhos são como uma luz para o corpo: quando os olhos de você são bons, todo o seu corpo fica cheio de luz. Porém, se os seus olhos forem maus, o seu corpo ficará cheio de escuridão.
35 גיב זשע אכטונג, אז דאס ליכט אין דיר זאל נישט זיין קיין פינצטערניש!
35 Portanto, tenha cuidado para que a luz que está em você não seja escuridão.
36 אויב דעריבער דיין גאנצער קערפער איז ליכטיק, אז ער האט נישט קיין פינסטערן חלק, וועט ער זיין אינגאנצן ליכטיק, ווי ווען דאס ליכט באשטראלט דיך מיט זיין שיין.
36 Pois, se o seu corpo estiver completamente luminoso, e nenhuma parte estiver escura, então ele ficará todo cheio de luz como acontece quando você é iluminado pelo brilho de uma lamparina.
37 און בשעת ער האט גערעדט, האט א פרוש אים פארבעטן, אז ער זאל עסן ביי אים. און ער איז אריינגעגאנגען און האט זיך געזעצט צום טיש.
37 Quando Jesus acabou de falar, um fariseu o convidou para jantar na casa dele. Jesus foi e sentou-se à mesa.
38 און דער פרוש האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז ער האט זיך נישט צו ערשט געוואשן פארן עסן.
38 O fariseu ficou admirado quando viu que Jesus não tinha se lavado antes de comer.
39 און דער האר האט געזאגט צו אים: איצט מאכט איר, פרושים, ריין דעם בעכער און די שיסל פון אויסנווייניק, דאס אינעווייניקסטע אבער אין אייך איז פול מיט גזלה און רשעות.
39 Então o Senhor disse a ele:
40 נאראנים וואס איר זענט! צי האט דען נישט דער, וואס האט געמאכט דאס אויסנווייניקסטע, אויך געמאכט דאס אינעווייניקסטע?
40 Seus tolos! Quem fez o lado de fora não é o mesmo que fez o lado de dentro?
41 גיט נאר צדקה פון דעם, וואס איז דרינען, און זע, אלץ איז ריין פאר אייך!
41 Portanto, deem aos pobres o que está dentro dos seus copos e pratos, e assim tudo ficará limpo para vocês.
42 נאר וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר גיט אפ מעשר פון מיענטע און רוטע און פון יעדן קרייטעכצער, און זענט עובר אויף דעם משפט און דער ליבע פון ה׳; די דאזיקע האט איר געדארפט טאן און יענע אויך נישט אויסלאזן.
42 — Ai de vocês, fariseus! Pois dão para Deus a décima parte até mesmo da hortelã, da arruda e de todas as verduras, mas não são justos com os outros e não amam a Deus. E são exatamente essas coisas que vocês devem fazer sem deixar de lado as outras.
43 וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר האט ליב צו זיצן אויבנאן אין שול און אז מען זאל אייך אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער.
43 — Ai de vocês, fariseus! Pois gostam demais dos lugares de honra nas
44 וויי איז צו אייך, אז איר זענט ווי קברים, וואס מען דערקענט נישט; און די מענטשן, וואס גייען ארום אויף זיי, ווייסן עס נישט!
44 — Ai de vocês! Pois são como sepulturas que não se veem, sepulturas que as pessoas pisam sem perceber.
45 און איינער פון די חכמים האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: רבי, ווען דו זאגסט די דאזיקע זאכן, באליידיקסטו אונדז אויך!
45 Então um mestre da Lei disse a Jesus: — Mestre, falando assim, o senhor está nos ofendendo também.
46 ער אבער האט געזאגט: וויי איז אויך צו אייך, חכמי התורה; ווייל איר באלאדנט די מענטשן מיט שווערע משאות, וואס מען קען זיי קוים דערטראגן, און איר אליין רירט אפילו נישט אָן די לאסטן מיט איינעם פון אייערע פינגער.
46 Jesus respondeu:
47 וויי איז צו אייך, ווייל איר בויט די קברים פון די נביאים, וואס אייערע פאטערס האבן זיי געהרגעט.
47 Ai de vocês! Pois fazem túmulos bonitos para os
48 אָט אזוי־אָ זענט איר עדות און איר האט א וואוילגעפעלן אין די מעשים פון די פאטערס אייערע; ווייל זיי האבן זיי געטייט, איר אבער בויט די קברים.
48 Com isso vocês mostram que concordam com o que os seus antepassados fizeram, pois eles mataram os profetas, e vocês fazem túmulos para eles.
49 צוליב דעם האט אויך די חכמה פון ה׳ געזאגט: איך וועל שיקן צו זיי נביאים און שליחים, און א טייל פון זיי וועלן זיי אומברענגען און רודפן;
49 Por isso a Sabedoria de Deus disse: “Mandarei para eles profetas e mensageiros, e eles matarão alguns e perseguirão outros.”
50 כדי דאס בלוט פון אלע נביאים, וואס איז פארגאסן געווארן זינט דער וועלטבאשאפונג, זאל געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור,
50 Por causa disso esta gente de hoje será castigada pela morte de todos os profetas assassinados desde a criação do mundo,
51 פון דעם בלוט פון הבל ביז צום בלוט פון זכריה, וואס איז אומגעקומען צווישן דעם מזבח און דעם בית (המקדש); יא, איך זאג אייך, עס וועט געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור,
51 começando pela morte de Abel até a morte de Zacarias, que foi assassinado entre o altar e o
52 וויי צו אייך, חכמי התורה, ווייל איר האט אוועקגענומען דעם שליסל פון וויסן; אליין זענט איר נישט אריינגעגאנגען, און די, וואס האבן געוואלט אריינגיין, האט איר פארווערט!
52 — Ai de vocês, mestres da Lei! Pois guardam a chave que abre a porta da casa da Sabedoria. E assim nem vocês mesmos entram, nem deixam os outros entrarem.
53 און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון דארטן, האבן די סופרים און די פרושים אנגעהויבן צוצושטיין צו אים און אים צו שטעלן קשיות איבער מערערע זאכן מיט פארביטערונג;
53 Quando Jesus saiu dali, os mestres da Lei e os fariseus começaram a criticá-lo com raiva e a lhe fazer perguntas sobre muitos assuntos.
54 לויערנדיק אויף אים, צו כאפן עפעס פון זיין מויל.
54 Eles queriam levá-lo a dizer alguma coisa que pudesse lhes servir de motivo para acusá-lo.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Lucas 11, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.