João 5

ydd (YDD) vs ARIB

Sair da comparação
ARIB Almeida Revisada Imprensa Bíblica
1 נאך דעם איז געווען א יידישער יום טוב, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
1 Depois disso havia uma festa dos judeus; e Jesus subiu a Jerusalém.
2 און אין ירושלים ביים שער הצאן איז דא א טייך, וואס הייסט אויף לשון קודש בית-חסדא, און האט פינף זאלן.
2 Ora, em Jerusalém, próximo à porta das ovelhas, há um tanque, chamado em hebraico Betesda, o qual tem cinco alpendres.
3 אין די דאזיקע איז געלעגן א מאסע קראנקע, בלינדע, הינקענדיקע, אויסגעצערטע, (וואס האבן געווארט, אז דאס וואסער זאל זיך באוועגן;
3 Nestes jazia grande multidão de enfermos, cegos, mancos e ressicados {esperando o movimento da água.}
4 ווארום פון צייט צו צייט פלעגט אראפקומען א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) אין דעם טייך אריין און באוועגן דאס וואסער; דעריבער ווער עס איז אריינגעגאנגען דער ערשטער נאך דער באוועגונג פונם וואסער, דער איז געזונט געווארן, פון יעדער קראנקייט וואס ער האט נאר געהאט.)
4 {Porquanto um anjo descia em certo tempo ao tanque, e agitava a água; então o primeiro que ali descia, depois do movimento da água, sarava de qualquer enfermidade que tivesse.}
5 און דארט איז געווען א מענטש, וואס איז קראנק געווען אכט און דרייסיק יאר לאנג.
5 Achava-se ali um homem que, havia trinta e oito anos, estava enfermo.
6 ווען יהושע/ישוע האט געזען דעם דאזיקן ליגן, און האט זיך דערוואוסט, אז ער ליגט שוין דארט א לאנגע צייט, זאגט ער צו אים: ווילסט געזונט ווערן?
6 Jesus, vendo-o deitado e sabendo que estava assim havia muito tempo, perguntou-lhe: Queres ficar são?
7 האט דער חולה אים געענטפערט: האר, איך האב נישט קיין מענטשן, מיך אריינצואווארפן אין טייך אריין, ווען דאס וואסער ווערט באוועגט; נאר בשעת איך קום, גייט אן אנדערער אראפ פאר מיר.
7 Respondeu-lhe o enfermo: Senhor, não tenho ninguém que, ao ser agitada a água, me ponha no tanque; assim, enquanto eu vou, desce outro antes de mim.
8 זאגט יהושע/ישוע צו אים: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי.
8 Disse-lhe Jesus: Levanta-te, toma o teu leito e anda.
9 און גלייך איז דער מענטש געזונט געווארן, און האט גענומען זיין בעט, און איז ארומגעגאנגען. און יענער טאג איז געווען א שבת.
9 Imediatamente o homem ficou são; e, tomando o seu leito, começou a andar. Ora, aquele dia era sábado.
10 די יידן האבן דעריבער געזאגט צום געהיילטן: עס איז שבת, און דו טארסט נישט טראגן דאס בעט.
10 Pelo que disseram os judeus ao que fora curado: Hoje é sábado, e não te é lícito carregar o leito.
11 ער אבער האט זיי געענטפערט: דער, וואס האט מיך געזונט געמאכט, האט צו מיר געזאגט: נעם דיין בעט און גיי.
11 Ele, porém, lhes respondeu: Aquele que me curou, esse mesmo me disse: Toma o teu leito e anda.
12 האבן זיי אים געפרעגט: ווער איז דער מענטש, וואס האט צו דיר געזאגט: נעם און גיי?
12 Perguntaram-lhe, pois: Quem é o homem que te disse: Toma o teu leito e anda?
13 און דער, וואס איז געהיילט געווארן, האט נישט געוואוסט, ווער עס איז; ווארום יהושע/ישוע האט זיך אוועקגעקערט, מחמת עס איז געווען א המון מענטשן אויף דעם ארט.
13 Mas o que fora curado não sabia quem era; porque Jesus se retirara, por haver muita gente naquele lugar.
14 שפעטער האט יהושע/ישוע אים געפונען אין בית המקדש, און צו אים געזאגט: זע, דו ביסט געזונט געווארן; זינדיק נישט מער, כדי קיין ערגערס זאל דיר נישט געשען.
14 Depois Jesus o encontrou no templo, e disse-lhe: Olha, já estás curado; não peques mais, para que não te suceda coisa pior.
15 איז דער מענטש אוועקגעגאנגען, און האט געזאגט צו די יידן, אז עס איז יהושע/ישוע, וואס האט אים געזונט געמאכט.
15 Retirou-se, então, o homem, e contou aos judeus que era Jesus quem o curara.
16 און צוליב דעם האבן די יידן גערודפט יהושען/ישוען, ווייל ער האט עס געטאן אין שבת.
16 Por isso os judeus perseguiram a Jesus, porque fazia estas coisas no sábado.
17 יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט: מיין פאטער ארבעט ביז אצונד, און איך ארבעט אויך.
17 Mas Jesus lhes respondeu: Meu Pai trabalha até agora, e eu trabalho também.
18 דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג‑ט.
18 Por isso, pois, os judeus ainda mais procuravam matá-lo, porque não só violava o sábado, mas também dizia que Deus era seu próprio Pai, fazendo-se igual a Deus.
19 יהושע/ישוע האט דעריבער געענטפערט און געזאגט צו זיי:
19 Disse-lhes, pois, Jesus: Em verdade, em verdade vos digo que o Filho de si mesmo nada pode fazer, senão o que vir o Pai fazer; porque tudo quanto ele faz, o Filho o faz igualmente.
20 ווארום דער פאטער האט ליב דעם זון, און ווייזט אים אלץ, וואס ער אליין טוט; און גרעסערע מעשים ווי די דאזיקע וועט ער אים ווייזן, כדי איר זאלט זיך וואונדערן.
20 Porque o Pai ama ao Filho, e mostra-lhe tudo o que ele mesmo faz; e maiores obras do que estas lhe mostrará, para que vos maravilheis.
21 ווארום ווי דער פאטער וועקט אויף די טויטע און מאכט לעבעדיק, אזוי אויך מאכט דער זון לעבעדיק וועמען ער וויל.
21 Pois, assim como o Pai levanta os mortos e lhes dá vida, assim também o Filho dá vida a quem ele quer.
22 ווארום דער פאטער משפט נישט קיינעם, נאר האט איבערגעגעבן דאס גאנצע משפט צום זון,
22 Porque o Pai a ninguém julga, mas deu ao Filho todo o julgamento,
23 כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט.
23 para que todos honrem o Filho, assim como honram o Pai. Quem não honra o Filho, não honra o Pai que o enviou.
24 באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.
24 Em verdade, em verdade vos digo que quem ouve a minha palavra, e crê naquele que me enviou, tem a vida eterna e não entra em juízo, mas já passou da morte para a vida.
25 באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן.
25 Em verdade, em verdade vos digo que vem a hora, e agora é, em que os mortos ouvirão a voz do Filho de Deus, e os que a ouvirem viverão.
26 ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין;
26 Pois assim como o Pai tem vida em si mesmo, assim também deu ao Filho ter vida em si mesmos;
27 אויך האט ער אים געגעבן רשות צו טאן משפט, ווייל ער איז דער בר אנש.
27 e deu-lhe autoridade para julgar, porque é o Filho do homem.
28 וואונדערט זיך נישט איבער דעם; ווייל א שעה קומט אָן, אין וועלכער אלע, וואס זענען אין די קברים, וועלן הערן זיין קול,
28 Não vos admireis disso, porque vem a hora em que todos os que estão nos sepulcros ouvirão a sua voz e sairão:
29 און וועלן ארויסקומען; די, וואס האבן געטאן (מעשים) טובים, צו דער אויפשטייאונג פון לעבן; אבער די, וואס האבן געטאן (מעשים) רעים, צו דער אויפשטייאונג פון משפט.
29 os que tiverem feito o bem, para a ressurreição da vida, e os que tiverem praticado o mal, para a ressurreição do juízo.
30 איך קען פון מיר אליין גארנישט טאן; ווי איך הער, אזוי משפט איך; און מיין משפט איז גערעכט, ווייל איך זוך נישט מיין ווילן, נאר דעם רצון פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.
30 Eu não posso de mim mesmo fazer coisa alguma; como ouço, assim julgo; e o meu juízo é justo, porque não procuro a minha vontade, mas a vontade daquele que me enviou.
31 אויב איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז מיין עדות זאגן נישט אמת.
31 Se eu der testemunho de mim mesmo, o meu testemunho não é verdadeiro.
32 אן אנדערער איז עס, וואס זאגט עדות וועגן מיר; און איך ווייס, אז ווארהאפטיק איז דאס עדות זאגן, וואס ער זאגט וועגן מיר.
32 Outro é quem dá testemunho de mim; e sei que o testemunho que ele dá de mim é verdadeiro.
33 איר האט געשיקט צו יוחנן, און ער האט עדות געזאגט אויף דעם אמת.
33 Vós mandastes mensageiros a João, e ele deu testemunho da verdade;
34 איך אבער נעם נישט אָן דאס עדות זאגן פון א מענטשן, נאר דאס זאג איך, כדי איר זאלט געראטעוועט ווערן.
34 eu, porém, não recebo testemunho de homem; mas digo isto para que sejais salvos.
35 ער איז געווען דאס ברענענדיקע און שיינענדיקע ליכט; און איר האט זיך געוואלט משמח זיין לפי שעה אין זיין ליכט.
35 Ele era a lâmpada que ardia e alumiava; e vós quisestes alegrar-vos por um pouco de tempo com a sua luz.
36 איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.
36 Mas o testemunho que eu tenho é maior do que o de João; porque as obras que o Pai me deu para realizar, as mesmas obras que faço dão testemunho de mim que o Pai me enviou.
37 און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, האט עדות געזאגט וועגן מיר. נישט האט איר, ווען עס איז, געהערט זיין קול, נישט האט איר זיין געזען געשטאלט.
37 E o Pai que me enviou, ele mesmo tem dado testemunho de mim. Vós nunca ouvistes a sua voz, nem vistes a sua forma;
38 און זיין ווארט האט איר נישט וואוינען אין אייך, ווייל איר גלויבט נישט אין דעם דאזיקן, וועמען ער האט געשיקט.
38 e a sua palavra não permanece em vós; porque não credes naquele que ele enviou.
39 איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.
39 Examinais as Escrituras, porque julgais ter nelas a vida eterna; e são elas que dão testemunho de mim;
40 און איר ווילט נישט קומען צו מיר, כדי איר זאלט האבן לעבן.
40 mas não quereis vir a mim para terdes vida!
41 כבוד פון מענטשן נעם איך נישט אָן.
41 Eu não recebo glória da parte dos homens;
42 נאר איך קען אייך, אז איר האט נישט די ליבע פון ה׳ אין זיך.
42 mas bem vos conheço, que não tendes em vós o amor de Deus.
43 איך בין געקומען אין דעם נאמען פון מיין פאטער, און איר נעמט מיך נישט אויף; ווען אן אנדערער וועט קומען אין זיין אייגענעם נאמען, וועט איר אים יא אויפנעמען.
43 Eu vim em nome de meu Pai, e não me recebeis; se outro vier em seu próprio nome, a esse recebereis.
44 וויאזוי קענט איר גלויבן, איר, וואס נעמט אָן כבוד איינער פונם אנדערן, און דעם כבוד, וואס קומט פון דעם איינציקן ג-ט, זוכט איר נישט?
44 Como podeis crer, vós que recebeis glória uns dos outros e não buscais a glória que vem do único Deus?
45 מיינט נישט אז איך וועל אייך מקטרג זיין ביי דעם פאטער; אייער מקטרג איז משה, אויף וועמען איר האט געהאפט.
45 Não penseis que eu vos hei de acusar perante o Pai. Há um que vos acusa, Moisés, em quem vós esperais.
46 ווייל וואלט איר געגלויבט משהן, וואלט איר אויך מיר געגלויבט, ווארום ער האט געשריבן וועגן מיר.
46 Pois se crêsseis em Moisés, creríeis em mim; porque de mim ele escreveu.
47 אויב אבער איר גלויבט נישט זיינע שריפטן, וויאזוי זשע וועט איר גלויבן מיינע רייד? (דברים יח, טו.)
47 Mas, se não credes nos escritos, como crereis nas minhas palavras?

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar João 5, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.