João 3
ydd (YDD) vs ARIB
1 און עס איז געווען א מאן פון די פרושים, ער האט געהייסן נקדימון, א שר ביי יידן;
1 Ora, havia entre os fariseus um homem chamado Nicodemos, um dos principais dos judeus.
2 דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.
2 Este foi ter com Jesus, de noite, e disse-lhe: Rabi, sabemos que és Mestre, vindo de Deus; pois ninguém pode fazer estes sinais que tu fazes, se Deus não estiver com ele.
3 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.
3 Respondeu-lhe Jesus: Em verdade, em verdade te digo que se alguém não nascer de novo, não pode ver o reino de Deus.
4 זאגט נקדימון צו אים: וויאזוי קען א מענטש געבוירן ווערן, זייענדיק א זקן? צי קען ער דען א צווייט מאל אריינגיין אין זיין מוטערס לייב און געבוירן ווערן?
4 Perguntou-lhe Nicodemos: Como pode um homem nascer, sendo velho? porventura pode tornar a entrar no ventre de sua mãe, e nascer?
5 האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
5 Jesus respondeu: Em verdade, em verdade te digo que se alguém não nascer da água e do Espírito, não pode entrar no reino de Deus.
6 דאס, וואס איז געבוירן פון דעם פלייש, איז פלייש; און דאס, וואס איז געבוירן פון גייסט, איז גייסט.
6 O que é nascido da carne é carne, e o que é nascido do Espírito é espírito.
7 וואונדער דיך נישט, ווייל איך האב דיר געזאגט: איר מוזט ווידער געבוירן ווערן.
7 Não te admires de eu te haver dito: Necessário vos é nascer de novo.
8 דער ווינט בלאזט, וואו ער וויל, און דו הערסט זיין קול, נאר ווייסט נישט, פונוואנען ער קומט און וואואהין ער גייט; פונקט אזוי איז יעדער איינער וואס איז געבוירן פון דעם גייסט.
8 O vento sopra onde quer, e ouves a sua voz; mas não sabes donde vem, nem para onde vai; assim é todo aquele que é nascido do Espírito.
9 נקדימון האט געענטפערט און געזאגט צו אים: וויאזוי קען דאס געשען?
9 Perguntou-lhe Nicodemos: Como pode ser isto?
10 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט א רבי בישראל, און ווייסט דאס נישט?
10 Respondeu-lhe Jesus: Tu és mestre em Israel, e não entendes estas coisas?
11 באמת, באמת זאג איך דיר: וואס מיר ווייסן, דאס רעדן מיר, און וואס מיר האבן געזען, דערפון זאגן מיר עדות: און איר נעמט אונדזער עדות זאגן נישט אָן.
11 Em verdade, em verdade te digo que nós dizemos o que sabemos e testemunhamos o que temos visto; e não aceitais o nosso testemunho!
12 אויב איך האב צו אייך גערעדט פון ערדישע זאכן, און איר גלויבט נישט, וויאזוי וועט איר גלויבן, ווען איך וועל צו אייך רעדן פון הימלישע זאכן?
12 Se vos falei de coisas terrestres, e não credes, como crereis, se vos falar das celestiais?
13 און קיינער איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, אחוץ דער, וועלכער איז אראפגעקומען פון הימל, דער בר אנש, וואס איז אין הימל.
13 Ora, ninguém subiu ao céu, senão o que desceu do céu, o Filho do homem.
14 און ווי משה האט אויפגעהויבן די שלאנג אין דער מדבר, אזוי מוז דער בר אנש אויפגעהויבן ווערן;
14 E como Moisés levantou a serpente no deserto, assim importa que o Filho do homem seja levantado;
15 כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן.
15 para que todo aquele que nele crê tenha a vida eterna.
16 ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
16 Porque Deus amou o mundo de tal maneira que deu o seu Filho unigênito, para que todo aquele que nele crê não pereça, mas tenha a vida eterna.
17 ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן.
17 Porque Deus enviou o seu Filho ao mundo, não para que julgasse o mundo, mas para que o mundo fosse salvo por ele.
18 דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳.
18 Quem crê nele não é julgado; mas quem não crê, já está julgado; porquanto não crê no nome do unigênito Filho de Deus.
19 און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.
19 E o julgamento é este: A luz veio ao mundo, e os homens amaram antes as trevas que a luz, porque as suas obras eram más.
20 ווארום יעדער איינער, וואס טוט שלעכטס, האט פיינט דאס ליכט, און קומט נישט צו דעם ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן נישט אויפגעדעקט ווערן.
20 Porque todo aquele que faz o mal aborrece a luz, e não vem para a luz, para que as suas obras não sejam reprovadas.
21 דער אבער, וואס טוט דעם אמת, קומט צום ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן אנטפלעקט ווערן, אז זיי ווערן געטאן אין ה׳.
21 Mas quem pratica a verdade vem para a luz, a fim de que seja manifesto que as suas obras são feitas em Deus.
22 נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק מיט זיינע תלמידים צום לאנד יהודה, און איז דארטן פארבלייבן מיט זיי, און האט טובל געווען אין דער מקווה.
22 Depois disto foi Jesus com seus discípulos para a terra da Judéia, onde se demorou com eles e batizava.
23 און אויך יוחנן האט טובל געווען אין דער מקווה אין עינון, נאענט ביי שלם, ווייל דארטן איז געווען א סך וואסער פאר דער מקווה; און מען פלעגט קומען און זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה.
23 Ora, João também estava batizando em Enom, perto de Salim, porque havia ali muitas águas; e o povo ia e se batizava.
24 ווארום יוחנן איז נאך נישט געווען אריינגעווארפן אין תפיסה.
24 Pois João ainda não fora lançado no cárcere.
25 און עס איז געקומען צו א מחלוקה צווישן די תלמידים פון יוחנן און א יידן וועגן טהרה.
25 Surgiu então uma contenda entre os discípulos de João e um judeu acerca da purificação.
26 און זיי זענען געקומען צו יוחנן, און האבן געזאגט צו אים: רבי, ער, וואס איז געווען מיט דיר אויף יענער זייט ירדן, וועגן וועמען דו האסט עדות געזאגט, אָט זע, ער טובלט אין דער מקווה, און אלע קומען צו אים.
26 E foram ter com João e disseram-lhe: Rabi, aquele que estava contigo além do Jordão, do qual tens dado testemunho, eis que está batizando, e todos vão ter com ele.
27 האט יוחנן געענטפערט און געזאגט: קיין מענטש קען זיך גארנישט נעמען, אויב עס איז אים נישט געגעבן געווארן פון הימל.
27 Respondeu João: O homem não pode receber coisa alguma, se não lhe for dada do céu.
28 איר אליין זענט מיינע עדות, אז איך האב געזאגט: איך בין נישט דער משיח, נאר אז איך בין געשיקט געווארן פאר אים.
28 Vós mesmos me sois testemunhas de que eu disse: Não sou o Cristo, mas sou enviado adiante dele.
29 ווער עס האט די כלה, דער איז דער חתן; אבער דער פריינד פון דעם חתן, וואס שטייט און הערט זיך צו צו אים, טוט מיט שמחה זיך פרייען איבער דעם חתנס קול; אָט די דאזיקע פרייד מיינע איז דערפילט.
29 Aquele que tem a noiva é o noivo; mas o amigo do noivo, que está presente e o ouve, regozija-se muito com a voz do noivo. Assim, pois, este meu gozo está completo.
30 ער מוז וואקסן, איך אבער פארמינערט ווערן.
30 É necessário que ele cresça e que eu diminua.
31 דער, וואס קומט פון אויבן, איז איבער אלעמען: דער, וואס איז פון דער ערד, איז פון דער ערד, און רעדט פון דער ערד; דער, וואס קומט פון הימל, איז איבער אלעמען.
31 Aquele que vem de cima é sobre todos; aquele que vem da terra é da terra, e fala da terra. Aquele que vem do céu é sobre todos.
32 וואס ער האט געזען און געהערט, דערפון זאגט ער עדות; און זיין עדות זאגן נעמט קיינער נישט אָן.
32 Aquilo que ele tem visto e ouvido, isso testifica; e ninguém aceita o seu testemunho.
33 ווער עס נעמט יא אָן זיין עדות זאגן, דער האט צוגעלייגט זיין חתימה, אז ה׳ איז אמת.
33 Mas o que aceitar o seu testemunho, esse confirma que Deus é verdadeiro.
34 ווארום ער, וועמען ה׳ האט געשיקט, רעדט די ווערטער פון ה׳; ווארום ער גיט נישט דעם גייסט מיט א מאס.
34 Pois aquele que Deus enviou fala as palavras de Deus; porque Deus não dá o Espírito por medida.
35 דער פאטער האט ליב דעם זון, און האט אלץ געגעבן אין זיין האנט אריין.
35 O Pai ama ao Filho, e todas as coisas entregou nas suas mãos.
36 דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.
36 Quem crê no Filho tem a vida eterna; o que, porém, desobedece ao Filho não verá a vida, mas sobre ele permanece a ira de Deus.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar João 3, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.