João 21
ydd (YDD) vs ARC
1 נאך דעם האט יהושע/ישוע זיך ווידער באוויזן צו די תלמידים ביים ים פון טבריה; און האט זיך באוויזן אויף אזא אופן:
1 Depois disso, manifestou-se Jesus outra vez aos discípulos, junto ao mar de Tiberíades; e manifestou-se assim:
2 עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים.
2 estavam juntos Simão Pedro, e Tomé, chamado Dídimo, e Natanael, que era de Caná da Galileia, e os filhos de Zebedeu, e outros dois dos seus discípulos.
3 זאגט שמעון פעטרוס צו זיי: איך גיי פאנגען פיש! זאגן זיי צו אים: מיר וועלן אויך קומען מיט דיר. און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען איינגעשטיגן אינם שיפל; און אין יענער נאכט האבן זיי גארנישט געכאפט.
3 Disse-lhes Simão Pedro: Vou pescar. Disseram-lhe eles: Também nós vamos contigo. Foram, e subiram logo para o barco, e naquela noite nada apanharam.
4 און ווען עס איז שוין געווען אינדערפרי, איז יהושע/ישוע געשטאנען ביים ברעג; דאך האבן די תלמידים נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע.
4 E, sendo já manhã, Jesus se apresentou na praia, mas os discípulos não conheceram que era Jesus.
5 און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: קינדער, צי האט איר נישט עפעס (פאנגען פיש) צו עסן? האבן זיי אים געענטפערט: ניין!
5 Disse-lhes, pois, Jesus: Filhos, tendes alguma coisa de comer? Responderam-lhe: Não.
6 ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווארפט אריין די נעץ אויף דער רעכטער זייט פונם שיפל, און איר וועט געפינען. און זיי האבן אריינגעווארפן און האבן זי מער נישט געקענט ארויסציען, צוליב דער מאסע פיש.
6 E ele lhes disse: Lançai a rede à direita do barco e achareis. Lançaram-na, pois, e já não a podiam tirar, pela multidão dos peixes.
7 זאגט יענער תלמיד, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט, צו פעטרוסן: עס איז דער האר! און ווי שמעון פעטרוס האט געהערט, אז עס איז דער האר, האט ער זיך אנגעגורט זיין אויבערמלבוש—ווארום ער איז געווען נאקעט—און האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין.
7 Então, aquele discípulo a quem Jesus amava disse a Pedro: É o Senhor. E, quando Simão Pedro ouviu que era o Senhor, cingiu-se com a túnica (porque estava nu) e lançou-se ao mar.
8 די אנדערע תלמידים אבער זענען געקומען אינם שיפל, ווארום זיי זענען נישט געווען ווייט פון דער יבשה, נאר אן ערך צוויי הונדערט איילן, שלעפנדיק די נעץ מיט פיש.
8 E os outros discípulos foram com o barco (porque não estavam distantes da terra senão quase duzentos côvados), levando a rede cheia de peixes.
9 און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן אויפן לאנד, זען זיי א פייער פון קוילן אנגעלייגט און א פיש ליגן דערויף און ברויט.
9 Logo que saltaram em terra, viram ali brasas, e um peixe posto em cima, e pão.
10 זאגט יהושע/ישוע צו זיי: ברענגט אהער פון די פיש, וואס איר האט איצט געכאפט.
10 Disse-lhes Jesus: Trazei dos peixes que agora apanhastes.
11 איז שמעון פעטרוס איינגעשטיגן און האט ארויסגעצויגן די נעץ אויף דער יבשה, פול מיט גרויסע פיש, הונדערט דריי און פיפציק, און הגם עס איז געווען אזויפיל, האט זיך די נעץ דאך נישט צעריסן.
11 Simão Pedro subiu e puxou a rede para terra, cheia de cento e cinquenta e três grandes peixes; e, sendo tantos, não se rompeu a rede.
12 זאגט יהושע/ישוע צו זיי: קומט, עסט אנבייסן! און קיינער פון די תלמידים האט זיך נישט אונטערגעשטעלט אים צו פרעגן: ווער ביסטו? ווייל זיי האבן געוואוסט, אז עס איז דער האר.
12 Disse-lhes Jesus: Vinde, jantai. E nenhum dos discípulos ousava perguntar-lhe: Quem és tu? Porque sabiam que era o Senhor.
13 קומט יהושע/ישוע און נעמט דאס ברויט און גיט עס זיי, און אויך אזוי דעם פיש.
13 Chegou, pois, Jesus, e tomou o pão, e deu-lho, e, semelhantemente, o peixe.
14 דאס דאזיקע איז שוין דאס דריטע מאל ווי יהושע/ישוע האט זיך באוויזן צו די תלמידים, נאך דעם ווי ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע.
14 E já era a terceira vez que Jesus se manifestava aos seus discípulos depois de ter ressuscitado dos mortos.
15 און ווען זיי האבן אפגעגעסן אנבייסן, זאגט יהושע/ישוע צו שמעון פעטרוסן: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב מער ווי די דאזיקע? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע לעמער.
15 E, depois de terem jantado, disse Jesus a Simão Pedro: Simão, E ele respondeu: Sim, Senhor; tu sabes que te amo. Disse-lhe: Apascenta os meus cordeiros.
16 ווידער צום צווייטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע שאף.
16 Tornou a dizer-lhe segunda vez: Simão, Disse-lhe: Sim, Senhor; tu sabes que te amo. Disse-lhe: Apascenta as minhas ovelhas.
17 צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך.
17 Disse-lhe terceira vez: Simão, Simão entristeceu-se por lhe ter dito terceira vez: Amas-me? E disse-lhe: Senhor, tu sabes tudo; tu sabes que eu te amo. Jesus disse-lhe: Apascenta as minhas ovelhas.
18 באמת, באמת זאג איך דיר: ווען דו ביסט געווען יונג, האסטו דיך ארומגעגארטלט און ביסט געגאנגען, וואו דו האסט געוואלט; אבער ווען דו וועסט אלט ווערן, וועסטו אויסשטרעקן דיינע הענט, און אן אנדערער וועט דיך ארומגארטלען און פירן, וואואהין דו וועסט נישט וועלן.
18 Na verdade, na verdade te digo
19 און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וואס פאר א טויט ער וועט פארהערלעכן ה׳. און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, זאגט ער צו אים: פאלג מיר נאך!
19 E disse isso significando com que morte havia ele de glorificar a Deus. E, dito isso, disse-lhe: Segue-me.
20 אויסדרייענדיק זיך, זעט פעטרוס דעם תלמיד נאכפאלגן, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט און וועלכער האט זיך אויך אנגעלענט אויף ישועס ברוסט ביי דער סעודה, און האט געזאגט: האר, ווער איז עס, וואס פארראט דיך?
20 E Pedro, voltando-se, viu que o seguia aquele discípulo a quem Jesus amava, e que na ceia se recostara também sobre o seu peito, e que dissera: Senhor, quem é que te há de trair?
21 און ווען פעטרוס האט אים דערזען, זאגט ער צו יהושען/ישוען: האר, און וואס וועגן דעם דאזיקן?
21 Vendo Pedro a este, disse a Jesus: Senhor, e deste que será?
22 זאגט יהושע/ישוע צו אים: אויב איך וויל ער זאל בלייבן, ביז איך קום, וואס גייט דאס דיך אָן? דו פאלג מיר נאך.
22 Disse-lhe Jesus: Se eu quero que ele fique até que eu venha, que te importa a ti? Segue-me tu.
23 און דאס דאזיקע ווארט איז ארויסגעגאנגען צווישן די ברידער, אז יענער תלמיד וועט נישט שטארבן; יהושע/ישוע אבער האט נישט געזאגט צו אים, אז ער וועט נישט שטארבן, נאר: אויב איך וויל, אז ער זאל בלייבן ביז איך קום, וואס גייט דאס דיך אָן?
23 Divulgou-se, pois, entre os irmãos o dito de que aquele discípulo não havia de morrer. Jesus, porém, não lhe disse que não morreria, mas: Se eu quero que ele fique até que eu venha, que te importa a ti?
24 דאס איז דער תלמיד, וואס זאגט עדות וועגן די דאזיקע זאכן, און האט זיי געשריבן; און מיר ווייסן, אז זיין עדות זאגן איז אמת.
24 Este é o discípulo que testifica dessas coisas e as escreveu; e sabemos que o seu testemunho é verdadeiro.
25 עס זענען אבער פאראן נאך א סך אנדערע זאכן, וואס יהושע/ישוע האט געטאן, וועלכע, אויב זיי זאלן באשריבן ווערן, איינע נאך דער אנדערער, בין איך מיך משער, אז אין דער וועלט וואלט נישט געווען גענוג ארט פאר די ספרים, וואס וואלטן אנגעשריבן געווארן.
25 Há, porém, ainda muitas outras coisas que Jesus fez; e, se cada uma das quais fosse escrita, cuido que nem ainda o mundo todo poderia conter os livros que se escrevessem. Amém!
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar João 21, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.