João 20

ydd (YDD) vs NVI

Sair da comparação
NVI Nova Versão Internacional
1 און דעם ערשטן טאג פון דער וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר.
1 No primeiro dia da semana, bem cedo, estando ainda escuro, Maria Madalena chegou ao sepulcro e viu que a pedra da entrada tinha sido removida.
2 לויפט זי דעריבער און קומט צו שמעון פעטרוסן און צום אנדערן תלמיד, וועמען יהושע/ישוע האט ליב געהאט, און זאגט צו זיי: מען האט אוועקגענומען דעם האר פון דעם קבר ארויס, און מיר ווייסן נישט, וואו מען האט אים געלייגט.
2 Então correu ao encontro de Simão Pedro e do outro discípulo, aquele a quem Jesus amava, e disse: "Tiraram o Senhor do sepulcro, e não sabemos onde o colocaram! "
3 און פעטרוס איז ארויסגעגאנגען און דער אנדערער תלמיד, און זענען אוועק צום קבר.
3 Pedro e o outro discípulo saíram e foram para o sepulcro.
4 און ביידע זענען געלאפן צוזאמען; און דער אנדערער תלמיד איז געלאפן פארויס, גיכער ווי פעטרוס און איז דער ערשטער אנגעקומען צום קבר.
4 Os dois corriam, mas o outro discípulo foi mais rápido que Pedro e chegou primeiro ao sepulcro.
5 און איינבייגנדיק זיך, האט ער געזען די תכריכים ליגן; ער איז אבער נישט אריינגעגאנגען.
5 Ele se curvou e olhou para dentro, viu as faixas de linho ali, mas não entrou.
6 דאן קומט אויך שמעון פעטרוס, נאכפאלגנדיק אים, און איז אריינגעגאנגען אין קבר אריין; און זעט די תכריכים ליגן,
6 A seguir Simão Pedro, que vinha atrás dele, chegou, entrou no sepulcro e viu as faixas de linho,
7 און דאס טיכל (מצנפת), וואס איז געווען אויף זיין קאפ, איז נישט געלעגן צוזאמען מיט די תכריכים, נאר באזונדער צונויפגעוויקלט אויף איין ארט.
7 bem como o lenço que estivera sobre a cabeça de Jesus. Ele estava dobrado à parte, separado das faixas de linho.
8 און דעמאלט איז אויך דער אנדערער תלמיד אריינגעגאנגען, ער, וואס איז געקומען דער ערשטער צום קבר, און האט געזען און געגלויבט.
8 Depois o outro discípulo, que chegara primeiro ao sepulcro, também entrou. Ele viu e creu.
9 ווארום זיי האבן נאך נישט פארשטאנען די שריפט, אז ער מוז אויפשטיין פון די טויטע.
9 ( Eles ainda não haviam compreendido que, conforme a Escritura, era necessário que Jesus ressuscitasse dos mortos. )
10 און די תלמידים זענען ווידער אוועק צו זיך אהיים.
10 Os discípulos voltaram para casa.
11 מרים אבער איז געשטאנען אינדרויסן ביים קבר וויינענדיק; און בשעת זי האט געוויינט, האט זי זיך אראפגעבויגן צום קבר,
11 Maria, porém, ficou à entrada do sepulcro, chorando. Enquanto chorava, curvou-se para olhar dentro do sepulcro
12 און זעט צוויי מלאכים אין ווייסן זיצן, איינעם צוקאפנס און איינעם צופוסנס, וואו ישועס גוף איז געלעגן.
12 e viu dois anjos vestidos de branco, sentados onde estivera o corpo de Jesus, um à cabeceira e o outro aos pés.
13 און יענע זאגן צו איר: אשה, וואס וויינסטו? זאגט זי צו זיי: ווייל מען האט אוועקגענומען דעם האר מיינעם, און איך ווייס נישט, וואו מען האט אים געלייגט.
13 Eles lhe perguntaram: "Mulher, por que você está chorando? " "Levaram embora o meu Senhor", respondeu ela, "e não sei onde o puseram".
14 דאס זאגנדיק, האט זי זיך אויסגעדרייט הינטער זיך, און זעט יהושען/ישוען שטיין, און האט נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע.
14 Nisso ela se voltou e viu Jesus ali, em pé, mas não o reconheceu.
15 זאגט יהושע/ישוע צו איר: אשה, וואס וויינסטו? וועמען זוכסטו? און מיינענדיק, אז ער איז דער גערטנער, זאגט זי צו אים: האר, אויב דו האסט אים אוועקגעטראגן, זאג מיר, וואו דו האסט אים געלייגט, און איך וועל אים אוועקנעמען.
15 Disse ele: "Mulher, por que está chorando? Quem você está procurando? " Pensando que fosse o jardineiro, ela disse: "Se o senhor o levou embora, diga-me onde o colocou, e eu o levarei".
16 זאגט יהושע/ישוע צו איר: מרים! זי האט זיך אויסגעדרייט און זאגט צו אים: אויף לשון קודש: רבוני! (דאס הייסט לערער!)
16 Jesus lhe disse: "Maria! " Então, voltando-se para ele, Maria exclamou em aramaico: "Rabôni! " ( que significa Mestre ).
17 זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.
17 Jesus disse: "Não me segure, pois ainda não voltei para o Pai. Vá, porém, a meus irmãos e diga-lhes: Estou voltando para meu Pai e Pai de vocês, para meu Deus e Deus de vocês".
18 קומט מרים פון מגדלה און דערציילט די תלמידים, אז זי האט געזען דעם האר, און דאס האט ער איר געזאגט.
18 Maria Madalena foi e anunciou aos discípulos: "Eu vi o Senhor! " E contou o que ele lhe dissera.
19 און אין יענעם טאג אין אוונט, דעם ערשטן פון דער וואך, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, וואו די תלמידים האבן זיך געפונען, אויס מורא פאר די יידן, איז יהושע/ישוע געקומען און האט זיך געשטעלט אין דער מיט, און זאגט צו זיי: שלום עליכם!
19 Ao cair da tarde daquele primeiro dia da semana, estando os discípulos reunidos a portas trancadas, por medo dos judeus, Jesus entrou, pôs-se no meio deles e disse: "Paz seja com vocês! "
20 און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די זייט. און די תלמידים האבן זיך געפריידט, זעענדיק דעם האר.
20 Tendo dito isso, mostrou-lhes as mãos e o lado. Os discípulos alegraram-se quando viram o Senhor.
21 און יהושע/ישוע האט ווידער צו זיי געזאגט: שלום עליכם! ווי דער פאטער האט מיך געשיקט, אזוי שיק איך אייך.
21 Novamente Jesus disse: "Paz seja com vocês! Assim como o Pai me enviou, eu os envio".
22 און דאס זאגנדיק, האט ער אויף זיי געאטעמט, און זאגט צו זיי; זייט מקבל דעם רוח הקודש!
22 E com isso, soprou sobre eles e disse: "Recebam o Espírito Santo.
23 וועמען איר וועט מוחל זיין די זינד, וועט עס זיי זיין פארגעבן געווארן; וועמען איר וועט צוריקהאלטן, וועלן זיי זיין צוריקגעהאלטן.
23 Se perdoarem os pecados de alguém, estarão perdoados; se não os perdoarem, não estarão perdoados".
24 אבער תומא, איינער פון די צוועלף, וועמען מען האט גערופן דידומאס, איז נישט געווען צוזאמען מיט זיי, ווען יהושע/ישוע איז געקומען.
24 Tomé, chamado Dídimo, um dos Doze, não estava com os discípulos quando Jesus apareceu.
25 האבן די אנדערע תלמידים דעריבער געזאגט צו אים: מיר האבן געזען דעם האר! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך וועל נישט זען דעם צייכן פון די נעגל אין זיינע הענט, און אריינשטעקן מיין פינגער אויף דעם ארט פון די נעגל, און אריינטאן מיין האנט אין זיין זייט, וועל איך בשום אופן נישט גלויבן!
25 Os outros discípulos lhe disseram: "Vimos o Senhor! " Mas ele lhes disse: "Se eu não vir as marcas dos pregos nas suas mãos, não colocar o meu dedo onde estavam os pregos e não puser a minha mão no seu lado, não crerei".
26 און אין אכט טעג ארום זענען זיינע תלמידים ווידער געווען אינעווייניק (אינם הויז), און תומא איז געווען מיט זיי. קומט יהושע/ישוע, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, און האט זיך געשטעלט אין דער מיט און געזאגט: שלום עליכם!
26 Uma semana mais tarde, os seus discípulos estavam outra vez ali, e Tomé com eles. Apesar de estarem trancadas as portas, Jesus entrou, pôs-se no meio deles e disse: "Paz seja com vocês! "
27 דאן זאגט ער צו תומא: שטרעק אויס דיין פינגער אהער און זע מיינע הענט; און שטרעק אויס דיין האנט און טו זי אריין אין מיין זייט, און זיי נישט אומגלויביק, נאר זיי א מאמין!
27 E Jesus disse a Tomé: "Coloque o seu dedo aqui; veja as minhas mãos. Estenda a mão e coloque-a no meu lado. Pare de duvidar e creia".
28 האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט!
28 Disse-lhe Tomé: "Senhor meu e Deus meu! "
29 זאגט יהושע/ישוע צו אים: ווייל דו האסט מיך געזען, גלויבסטו? וואויל איז די, וואס האבן נישט געזען און גלויבן דאך!
29 Então Jesus lhe disse: "Porque me viu, você creu? Felizes os que não viram e creram".
30 און נאך א סך אנדערע נסים האט יהושע/ישוע געטאן פאר זיינע תלמידים, וואס שטייען נישט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר.
30 Jesus realizou na presença dos seus discípulos muitos outros sinais miraculosos, que não estão registrados neste livro.
31 און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.
31 Mas estes foram escritos para que vocês creiam que Jesus é o Cristo, o Filho de Deus e, crendo, tenham vida em seu nome.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar João 20, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.