João 1
ydd (YDD) vs VC
1 אינם אנהויב איז געווען דאס ווארט, און דאס ווארט איז געווען ביי ה׳, און דאס ווארט איז געווען גארנישט ווייניקער ווי ג‑ט.
1 No princípio era o Verbo, e o Verbo estava junto de Deus e o Verbo era Deus.
2 דאס דאזיקע איז געווען אין אנהויב ביי ה׳.
2 Ele estava no princípio junto de Deus.
3 אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן; און אחוץ דורך אים איז נישט באשאפן געווארן קיין זאך, וואס איז באשאפן געווארן.
3 Tudo foi feito por ele, e sem ele nada foi feito.
4 אין אים איז געווען לעבן; און דאס לעבן איז געווען דאס ליכט פון די מענטשן.
4 Nele havia a vida, e a vida era a luz dos homens.
5 און דאס ליכט שיינט אין דער פינצטערניש; און די פינצטערניש האט עס נישט גובר געווען.
5 A luz resplandece nas trevas, e as trevas não a compreenderam.
6 עס איז געווען א מענטש, פון ה׳ געשיקט, זיין נאמען איז געווען יוחנן.
6 Houve um homem, enviado por Deus, que se chamava João.
7 דער דאזיקער איז געקומען פאר אן עדות, כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט, אז אלע זאלן גלויבן דורך אים.
7 Este veio como testemunha, para dar testemunho da luz, a fim de que todos cressem por meio dele.
8 ער איז נישט געווען דאס ליכט, נאר (איז געקומען) כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט.
8 Não era ele a luz, mas veio para dar testemunho da luz.
9 דאס איז געווען דאס אמתע ליכט, וואס באלייכט יעדן מענטשן, וועלכער קומט אין דער וועלט אריין.
9 {O Verbo} era a verdadeira luz que, vindo ao mundo, ilumina todo homem.
10 ער איז געווען אין דער וועלט, און די וועלט איז דורך אים באשאפן געווארן, און די וועלט האט אים נישט געקענט.
10 Estava no mundo e o mundo foi feito por ele, e o mundo não o reconheceu.
11 צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען.
11 Veio para o que era seu, mas os seus não o receberam.
12 וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען:
12 Mas a todos aqueles que o receberam, aos que crêem no seu nome, deu-lhes o poder de se tornarem filhos de Deus,
13 וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳.
13 os quais não nasceram do sangue, nem da vontade da carne, nem da vontade do homem, mas sim de Deus.
14 און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.
14 E o Verbo se fez carne e habitou entre nós, e vimos sua glória, a glória que o Filho único recebe do seu Pai, cheio de graça e de verdade.
15 יוחנן האט עדות געזאגט וועגן אים, און אויסגערופן, אזוי צו זאגן: ער איז עס, וועגן וועמען איך האב געזאגט: דער, וואס קומט נאך מיר, איז געווען פאר מיר, ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר.
15 João dá testemunho dele, e exclama: Eis aquele de quem eu disse: O que vem depois de mim é maior do que eu, porque existia antes de mim.
16 און פון זיין פולקייט האבן מיר אלע באקומען, און (טאקע) חסד איבער חסד.
16 Todos nós recebemos da sua plenitude graça sobre graça.
17 ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.
17 Pois a lei foi dada por Moisés, a graça e a verdade vieram por Jesus Cristo.
18 קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.
18 Ninguém jamais viu Deus. O Filho único, que está no seio do Pai, foi quem o revelou.
19 און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?
19 Este foi o testemunho de João, quando os judeus lhe enviaram de Jerusalém sacerdotes e levitas para perguntar-lhe: Quem és tu?
20 און ער האט מודה געווען, און נישט געלייקנט; און האט מודה געווען: איך בין נישט דער משיח.
20 Ele fez esta declaração que confirmou sem hesitar: Eu não sou o Cristo.
21 און זיי האבן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? צי ביסטו אליהו? און ער זאגט: איך בין עס נישט. צי ביסטו דער נביא? און ער האט געענטפערט: ניין.
21 Pois, então, quem és?, perguntaram-lhe eles. És tu Elias? Disse ele: Não o sou. És tu o profeta? Ele respondeu: Não.
22 האבן זיי דעריבער געזאגט: ווער זשע ביסטו? כדי מיר זאלן געבן אן ענטפער צו די, וואס האבן אונדז געשיקט. וואס זאגסטו וועגן דיר אליין?
22 Perguntaram-lhe de novo: Dize-nos, afinal, quem és, para que possamos dar uma resposta aos que nos enviaram. Que dizes de ti mesmo?
23 האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.)
23 Ele respondeu: Eu sou a voz que clama no deserto: Endireitai o caminho do Senhor, como o disse o profeta Isaías {40,3}.
24 און די שליחים זענען געווען פון די פרושים.
24 Alguns dos emissários eram fariseus.
25 און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא?
25 Continuaram a perguntar-lhe: Como, pois, batizas, se tu não és o Cristo, nem Elias, nem o profeta?
26 האט יוחנן זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: איך בין טובל מיט וואסער אין א מקווה: אין אייער מיט שטייט (איינער), וועמען איר קענט נישט,
26 João respondeu: Eu batizo com água, mas no meio de vós está quem vós não conheceis.
27 דער, וואס קומט נאך מיר, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיין שוך.
27 Esse é quem vem depois de mim; e eu não sou digno de lhe desatar a correia do calçado.
28 דאס איז געשען אין בית‑היני, אויף יענער זייט ירדן, וואו יוחנן פלעגט טובל זיין אין דער מקווה.
28 Este diálogo se passou em Betânia, além do Jordão, onde João estava batizando.
29 צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.)
29 No dia seguinte, João viu Jesus que vinha a ele e disse: Eis o Cordeiro de Deus, que tira o pecado do mundo.
30 ער איז דאס, פון וועמען איך האב געזאגט: נאך מיר קומט א מאן, וועלכער איז געווען פאר מיר; ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר.
30 É este de quem eu disse: Depois de mim virá um homem, que me é superior, porque existe antes de mim.
31 און איך האב אים נישט געקענט; נאר כדי ער זאל אנטפלעקט ווערן צו ישראל, דערפאר בין איך געקומען, טובל זייענדיק מיט וואסער אין דער מקווה.
31 Eu não o conhecia, mas, se vim batizar em água, é para que ele se torne conhecido em Israel.
32 און יוחנן האט עדות געזאגט, אזוי צו זאגן: איך האב געזען דעם גייסט אראפנידערן פון הימל ווי א טויב; און בלייבן אויף אים.
32 {João havia declarado: Vi o Espírito descer do céu em forma de uma pomba e repousar sobre ele.}
33 און איך האב אים נישט געקענט; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט טובל צו זיין מיט וואסער אין א מקווה, האט צו מיר געזאגט: אויף וועמען דו וועסט זען דעם גייסט אראפשוועבן, און בלייבן אויף אים, דער דאזיקער איז עס, וועלכער איז טובל אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.
33 Eu não o conhecia, mas aquele que me mandou batizar em água disse-me: Sobre quem vires descer e repousar o Espírito, este é quem batiza no Espírito Santo.
34 און איך האב געזען, און האב עדות געזאגט, אז ער איז דער זון פון דער אויבערשטער.
34 Eu o vi e dou testemunho de que ele é o Filho de Deus.
35 צומארגנס איז יוחנן ווידער געשטאנען, און צוויי פון זיינע תלמידים;
35 No dia seguinte, estava lá João outra vez com dois dos seus discípulos.
36 און דערזעענדיק יהושען/ישוען ווי ער איז פארבייגעגאנגען, האט ער געזאגט: זעט, דאס (איז) ה׳ס לאם!
36 E, avistando Jesus que ia passando, disse: Eis o Cordeiro de Deus.
37 און די צוויי תלמידים זיינע האבן אים געהערט רעדן, און האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען.
37 Os dois discípulos ouviram-no falar e seguiram Jesus.
38 און אויסדרייענדיק זיך און זעענדיק זיי נאכפאלגען, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: וואס באגערט איר? האבן זיי געזאגט צו אים: רבי (דאס הייסט, לערער) וואו וואוינסטו?
38 Voltando-se Jesus e vendo que o seguiam, perguntou-lhes: Que procurais? Disseram-lhe: Rabi {que quer dizer Mestre}, onde moras?
39 זאגט ער צו זיי: קומט און זעט. זענען זיי דעריבער געקומען און האבן געזען וואו ער האט געוואוינט; און זענען ביי אים פארבלייבן יענעם טאג. עס איז געווען ארום דער צענטער שעה.
39 Vinde e vede, respondeu-lhes ele. Foram aonde ele morava e ficaram com ele aquele dia. Era cerca da hora décima.
40 איינער פון די צוויי, וואס האבן געהערט פון יוחנן און האבן אים נאכגעפאלגט, איז געווען אנדריי, דער ברודער פון שמעון פעטרוס.
40 André, irmão de Simão Pedro, era um dos dois que tinham ouvido João e que o tinham seguido.
41 דער דאזיקער געפינט צוערשט זיין אייגענעם ברודער שמעון און זאגט צו אים: מיר האבן געפונען דעם משיח, (דאס הייסט פארטייטשט, געזאלבטער).
41 Foi ele então logo à procura de seu irmão e disse-lhe: Achamos o Messias {que quer dizer o Cristo}.
42 ער האט אים געברענגט צו יהושען/ישוען. יהושע/ישוע האט א בליק געטאן אויף אים און געזאגט: דו ביסט שמעון בן יונה; דו זאלסט הייסן כיפא, (פארטייטשט אויף יידיש, פעלדזן).
42 Levou-o a Jesus, e Jesus, fixando nele o olhar, disse: Tu és Simão, filho de João; serás chamado Cefas {que quer dizer pedra}.
43 צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע זאגט צו אים: פאלג מיר נאך.
43 No dia seguinte, tinha Jesus a intenção de dirigir-se à Galiléia. Encontra Filipe e diz-lhe: Segue-me.
44 און דער פיליפוס איז געווען פון בית‑צידה, פון דער שטאט פון אנדריי און פעטרוס.
44 {Filipe era natural de Betsaida, cidade de André e Pedro.}
45 פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת.
45 Filipe encontra Natanael e diz-lhe: Achamos aquele de quem Moisés escreveu na lei e que os profetas anunciaram: é Jesus de Nazaré, filho de José.
46 און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע.
46 Respondeu-lhe Natanael: Pode, porventura, vir coisa boa de Nazaré? Filipe retrucou: Vem e vê.
47 יהושע/ישוע האט געזען נתנאלן קומען צו אים, און זאגט וועגן אים: אָט איז אן אמתער ישראל, אין וועמען עס איז נישט פאראן קיין כיטרעקייט.
47 Jesus vê Natanael, que lhe vem ao encontro, e diz: Eis um verdadeiro israelita, no qual não há falsidade.
48 זאגט נתנאל צו אים: פונוואנען קענסטו מיך? האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: איידער נאך פיליפוס האט דיך גערופן, האב איך דיך געזען, בשעת דו ביסט נאך געווען אונטער דעם פייגנבוים.
48 Natanael pergunta-lhe: Donde me conheces? Respondeu Jesus: Antes que Filipe te chamasse, eu te vi quando estavas debaixo da figueira.
49 האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל.
49 Falou-lhe Natanael: Mestre, tu és o Filho de Deus, tu és o rei de Israel.
50 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: ווייל איך האב דיר געזאגט, אז איך האב דיך געזען אונטער דעם פייגנבוים, גלויבסטו? גרעסערע זאכן ווי די דאזיקע וועסטו זען.
50 Jesus replicou-lhe: Porque eu te disse que te vi debaixo da figueira, crês! Verás coisas maiores do que esta.
51 און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש.
51 E ajuntou: Em verdade, em verdade vos digo: vereis o céu aberto e os anjos de Deus subindo e descendo sobre o Filho do Homem.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar João 1, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.