João 17

ydd (YDD) vs ACF

Sair da comparação
ACF Almeida Corrigida Fiel
1 דאס האט יהושע/ישוע גערעדט; און אויפהויבנדיק זיינע אויגן צום הימל, האט ער געזאגט; פאטער, עס איז געקומען די שעה; פארהערלעך דיין זון, כדי דער זון זאל דיך פארהערלעכן;
1 Jesus falou assim e, levantando seus olhos ao céu, e disse: Pai, é chegada a hora; glorifica a teu Filho, para que também o teu Filho te glorifique a ti;
2 ווי דו האסט אים געגעבן מאכט איבער יעדן בשר (ודם), כדי ער זאל געבן אייביק לעבן צו אלעמען, וואס דו האסט אים געגעבן.
2 Assim como lhe deste poder sobre toda a carne, para que dê a vida eterna a todos quantos lhe deste.
3 און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט.
3 E a vida eterna é esta: que te conheçam, a ti só, por único Deus verdadeiro, e a Jesus Cristo, a quem enviaste.
4 איך האב דיך פארהערלעכט אויף דער ערד, איך האב פארענדיקט דאס ווערק, וואס דו האסט מיר געגעבן צו טאן.
4 Eu glorifiquei-te na terra, tendo consumado a obra que me deste a fazer.
5 און איצט, פאטער, פארהערלעך דו מיך, מיט דער הערלעכקייט, וואס איך האב געהאט ביי דיר, איידער די וועלט איז (באשאפן) געווארן.
5 E agora glorifica-me tu, ó Pai, junto de ti mesmo, com aquela glória que tinha contigo antes que o mundo existisse.
6 איך האב אנטפלעקט דיין נאמען צו די מענטשן, וועלכע דו האסט מיר געגעבן אויס דער וועלט; דיין זענען זיי געווען, און דו האסט זיי מיר געגעבן; און זיי האבן געהאלטן דיין ווארט.
6 Manifestei o teu nome aos homens que do mundo me deste; eram teus, e tu mos deste, e guardaram a tua palavra.
7 איצט ווייסן זיי, אז אלץ, וואס דו האסט מיר געגעבן, איז פון דיר;
7 Agora já têm conhecido que tudo quanto me deste provém de ti;
8 ווייל די ווערטער, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן; און זיי האבן זיי אנגענומען, און באמת דערקענט, אז איך בין ארויסגעגאנגען פון דיר; און האבן געגלויבט, אז דו האסט מיך געשיקט.
8 Porque lhes dei as palavras que tu me deste; e eles as receberam, e têm verdadeiramente conhecido que saí de ti, e creram que me enviaste.
9 איך בעט דיך פאר זייערטוועגן; איך בעט נישט פאר דער וועלט, נאר פאר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, ווייל זיי זענען דיין;
9 Eu rogo por eles; não rogo pelo mundo, mas por aqueles que me deste, porque são teus.
10 און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין, און דיינס איז מיין; און איך בין פארהערלעכט אין זיי.
10 E todas as minhas coisas são tuas, e as tuas coisas são minhas; e neles sou glorificado.
11 און איך בין מער נישט אין דער וועלט, און זיי זענען אין דער וועלט, און איך קום צו דיר. הייליקער פאטער, באהיט זיי אין דיין נאמען, וואס דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס, אזוי ווי מיר!
11 E eu já não estou mais no mundo, mas eles estão no mundo, e eu vou para ti. Pai santo, guarda em teu nome aqueles que me deste, para que sejam um, assim como nós.
12 בשעת איך בין געווען מיט זיי, האב איך זיי באהיט אין דיין נאמען, וועלכן דו האסט מיר געגעבן; און האב געוואכט (איבער זיי), און קיינער פון זיי איז נישט פארלוירן געגאנגען, אחוץ דער בן האבדון (פארלוירענער זון), כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן.
12 Estando eu com eles no mundo, guardava-os em teu nome. Tenho guardado aqueles que tu me deste, e nenhum deles se perdeu, senão o filho da perdição, para que a Escritura se cumprisse.
13 איצט אבער גיי איך צו דיר; און דאס זאג איך אין דער וועלט, כדי זיי זאלן האבן מיין פרייד שלמותדיק אין זיך.
13 Mas agora vou para ti, e digo isto no mundo, para que tenham a minha alegria completa em si mesmos.
14 איך האב זיי געגעבן דיין ווארט; און די וועלט האט זיי פיינט, ווייל זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט.
14 Dei-lhes a tua palavra, e o mundo os odiou, porque não são do mundo, assim como eu não sou do mundo.
15 איך בעט נישט, אז דו זאלסט זיי ארויסנעמען אויס דער וועלט, נאר אז דו זאלסט זיי אפהיטן פון בייז.
15 Não peço que os tires do mundo, mas que os livres do mal.
16 זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט.
16 Não são do mundo, como eu do mundo não sou.
17 הייליק זיי אין דעם אמת; דיין ווארט איז אמת.
17 Santifica-os na tua verdade; a tua palavra é a verdade.
18 ווי דו האסט מיך געשיקט אין דער וועלט אריין, אזוי האב איך זיי געשיקט אין דער וועלט אריין.
18 Assim como tu me enviaste ao mundo, também eu os enviei ao mundo.
19 און פאר זייערטוועגן הייליק איך מיך, כדי זיי זאלן זיין געהייליקט אין דעם אמת.
19 E por eles me santifico a mim mesmo, para que também eles sejam santificados na verdade.
20 און נישט נאר פאר די דאזיקע אליין בעט איך, נאר אויך פאר יענע, וואס וועלן גלויבן אין מיר דורך זייער ווארט,
20 E não rogo somente por estes, mas também por aqueles que pela tua palavra hão de crer em mim;
21 כדי אלע זאלן זיין איינס; ווי דו, פאטער, אין מיר, און איך אין דיר, אז אויך זיי זאלן זיין אין אונדז; כדי די וועלט זאל גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט.
21 Para que todos sejam um, como tu, ó Pai, o és em mim, e eu em ti; que também eles sejam um em nós, para que o mundo creia que tu me enviaste.
22 און דעם כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס פונקט ווי מיר זענען איינס.
22 E eu dei-lhes a glória que a mim me deste, para que sejam um, como nós somos um.
23 איך אין זיי, און דו אין מיר, כדי זיי זאלן ווערן שלמותדיק אין איינעם, כדי די וועלט זאל וויסן, אז דו האסט מיך געשיקט, און האסט זיי ליב געהאט, פונקט אזוי ווי דו האסט מיך ליב געהאט.
23 Eu neles, e tu em mim, para que eles sejam perfeitos em unidade, e para que o mundo conheça que tu me enviaste a mim, e que os tens amado a eles como me tens amado a mim.
24 פאטער, איך וויל, אז וואו איך בין, זאלן אויך זיין מיט מיר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זען מיין כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן; ווייל דו האסט מיך ליב געהאט פון פאר דער גרינדונג פון דער וועלט.
24 Pai, aqueles que me deste quero que, onde eu estiver, também eles estejam comigo, para que vejam a minha glória que me deste; porque tu me amaste antes da fundação do mundo.
25 גערעכטער פאטער, די וועלט האט דיך נישט געקענט, איך אבער האב דיך יא געקענט; און די דאזיקע ווייסן, אז דו האסט מיך געשיקט;
25 Pai justo, o mundo não te conheceu; mas eu te conheci, e estes conheceram que tu me enviaste a mim.
26 און איך האב צו זיי באקאנט געמאכט דיין נאמען, און וועל אים באקאנט מאכן, כדי די ליבע, מיט וועלכער דו האסט מיך ליב געהאט, זאל זיין אין זיי, און איך אין זיי.
26 E eu lhes fiz conhecer o teu nome, e lho farei conhecer mais, para que o amor com que me tens amado esteja neles, e eu neles esteja.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar João 17, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.