João 14

ydd (YDD) vs NVI

Sair da comparação
NVI Nova Versão Internacional
1 זאל אייער הארץ זיך נישט באאומרואיקן; איר גלויבט אין ה׳, גלויבט אויך אין מיר.
1 "Não se perturbe o coração de vocês. Creiam em Deus; creiam também em mim.
2 אין מיין פאטערס הויז איז דא א סך וואוינונגען; וואלט עס נישט אזוי געווען, וואלט איך עס אייך געזאגט; ווייל איך גיי צוגרייטן אן ארט פאר אייך.
2 Na casa de meu Pai há muitos aposentos; se não fosse assim, eu lhes teria dito. Vou preparar-lhes lugar.
3 און ווען איך גיי און גרייט צו אן ארט פאר אייך, וועל איך ווידער קומען, און אייך נעמען צו מיר, כדי וואו איך בין, זאלט איר אויך זיין.
3 E se eu for e lhes preparar lugar, voltarei e os levarei para mim, para que vocês estejam onde eu estiver.
4 און וואואהין איך גיי, ווייסט איר, און איר קענט דעם וועג.
4 Vocês conhecem o caminho para onde vou".
5 זאגט תומא צו אים: האר, מיר ווייסן נישט וואואהין דו גייסט; און וויאזוי קענען מיר וויסן דעם וועג?
5 Disse-lhe Tomé: "Senhor, não sabemos para onde vais; como então podemos saber o caminho? "
6 זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
6 Respondeu Jesus: "Eu sou o caminho, a verdade e a vida. Ninguém vem ao Pai, a não ser por mim.
7 אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער; און פון איצט אָן קענט איר אים און האט אים געזען.
7 Se vocês realmente me conhecessem, conheceriam também o meu Pai. Já agora vocês o conhecem e o têm visto".
8 זאגט פיליפוס צו אים: האר, ווייז אונדז דעם פאטער, און עס וועט זיין גענוג פאר אונדז.
8 Disse Filipe: "Senhor, mostra-nos o Pai, e isso nos basta".
9 זאגט יהושע/ישוע צו אים: אזא לאנגע צייט בין איך שוין מיט אייך, און דו קענסט מיך נישט, פיליפוס? ווער עס האט מיך געזען, דער האט געזען דעם פאטער; און וויאזוי זאגסטו: ווייז אונדז דעם פאטער?
9 Jesus respondeu: "Você não me conhece, Filipe, mesmo depois de eu ter estado com vocês durante tanto tempo? Quem me vê, vê o Pai. Como você pode dizer: ‘Mostra-nos o Pai’?
10 צי גלויבסטו דען נישט, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער איז אין מיר? די ווערטער וואס איך רעד צו אייך, רעד איך נישט פון מיר אליין; נאר דער פאטער, וואס וואוינט אין מיר, טוט זיינע מעשים.
10 Você não crê que eu estou no Pai e que o Pai está em mim? As palavras que eu lhes digo não são apenas minhas. Pelo contrário, o Pai, que vive em mim, está realizando a sua obra.
11 גלויבט מיר, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער אין מיר; און אויב נישט, גלויבט צוליב די מעשים אליין.
11 Creiam em mim quando digo que estou no Pai e que o Pai está em mim; ou pelo menos creiam por causa das mesmas obras.
12 באמת, באמת זאג איך אייך: דער, וואס גלויבט אין מיר, די מעשים וואס איך טו, וועט ער אויך טאן; און גרעסערע ווי די דאזיקע וועט ער טאן, ווייל איך גיי צו דעם פאטער.
12 Digo-lhes a verdade: Aquele que crê em mim fará também as obras que tenho realizado. Fará coisas ainda maiores do que estas, porque eu estou indo para o Pai.
13 און וואס איר וועט נאר בעטן אין מיין נאמען, וועל איך דאס דאזיקע טאן, כדי דער פאטער זאל פארהערלעכט ווערן אין דעם זון.
13 E eu farei o que vocês pedirem em meu nome, para que o Pai seja glorificado no Filho.
14 אויב איר וועט מיך עפעס בעטן אין מיין נאמען, וועל איך עס טאן.
14 O que vocês pedirem em meu nome, eu farei".
15 אויב איר האט מיך ליב, זאלט איר האלטן מיינע געבאטן!
15 "Se vocês me amam, obedecerão aos meus mandamentos.
16 און איך וועל בעטן דעם פאטער, און ער וועט אייך געבן אן אנדערן פרקליט, כדי ער זאל זיין מיט אייך אויף אייביק;
16 E eu pedirei ao Pai, e ele lhes dará outro Conselheiro para estar com vocês para sempre,
17 דעם גייסט פון אמת, וואס די וועלט קען אים נישט אויפנעמען, מחמת זי זעט אים נישט און קען אים נישט; איר קענט אים יא, ווייל ער בלייבט ביי אייך און וועט זיין אין אייך.
17 o Espírito da verdade. O mundo não pode recebê-lo, porque não o vê nem o conhece. Mas vocês o conhecem, pois ele vive com vocês e estará em vocês.
18 איך וועל אייך נישט איבערלאזן ווי יתומים; איך וועל קומען צו אייך.
18 Não os deixarei órfãos; voltarei para vocês.
19 נאך א קליינע וויילע און די וועלט זעט מיך מער נישט, איר אבער זעט מיך; ווייל איך לעב, וועט איר לעבן אויך.
19 Dentro de pouco tempo o mundo já não me verá mais; vocês, porém, me verão. Porque eu vivo, vocês também viverão.
20 אין יענעם טאג וועט איר וויסן, אז איך בין אין מיין פאטער, און איר זענט אין מיר, און איך בין אין אייך.
20 Naquele dia compreenderão que estou em meu Pai, vocês em mim, e eu em vocês.
21 ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים.
21 Quem tem os meus mandamentos e lhes obedece, esse é o que me ama. Aquele que me ama será amado por meu Pai, e eu também o amarei e me revelarei a ele".
22 זאגט צו אים יהודה, נישט דער איש‑קריות: האר, וואס איז געשען, אז דו וועסט דיך אנטפלעקן צו אונדז און נישט צו דער וועלט?
22 Disse então Judas ( não o Iscariotes ): "Senhor, mas por que te revelarás a nós e não ao mundo? "
23 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים.
23 Respondeu Jesus: "Se alguém me ama, guardará a minha palavra. Meu Pai o amará, nós viremos a ele e faremos nele morada.
24 ווער עס האט מיך נישט ליב, דער האלט נישט מיינע ווערטער; און דאס ווארט, וואס איר הערט, איז נישט מיין, נאר פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.
24 Aquele que não me ama não guarda as minhas palavras. Estas palavras que vocês estão ouvindo não são minhas; são de meu Pai que me enviou.
25 דאס האב איך צו אייך גערעדט, זייענדיק ביי אייך.
25 "Tudo isso lhes tenho dito enquanto ainda estou com vocês.
26 דער פרקליט אבער, דער רוח הקודש, וועמען דער פאטער וועט שיקן אין מיין נאמען, ער וועט אייך אלץ לערנען, און אייך דערמאנען אלץ, וואס איך האב אייך געזאגט.
26 Mas o Conselheiro, o Espírito Santo, que o Pai enviará em meu nome, lhes ensinará todas as coisas e lhes fará lembrar tudo o que eu lhes disse.
27 שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט.
27 Deixo-lhes a paz; a minha paz lhes dou. Não a dou como o mundo a dá. Não se perturbem os seus corações, nem tenham medo.
28 איר האט געהערט, אז איך האב אייך געזאגט; איך גיי אוועק, און קום (ווידער) צו אייך. אויב איר וואלט מיך ליב געהאט, וואלט איר זיך געפריידט, אז איך גיי צו דעם פאטער, ווייל דער פאטער איז גרעסער פון מיר.
28 "Vocês me ouviram dizer: Vou, mas volto para vocês. Se vocês me amassem, ficariam contentes porque vou para o Pai, pois o Pai é maior do que eu.
29 און איצט האב איך עס אייך געזאגט, איידער עס געשעט, כדי איר זאלט גלויבן, ווען עס וועט געשען.
29 Isso eu lhes disse agora, antes que aconteça, para que, quando acontecer, vocês creiam.
30 איך וועל מער נישט רעדן קיין סך מיט אייך; ווארום דער שר פון דער וועלט קומט; און אין מיר האט ער גארנישט;
30 Já não lhes falarei muito, pois o príncipe deste mundo está vindo. Ele não tem nenhum direito sobre mim.
31 נאר כדי די וועלט זאל וויסן, אז איך האב ליב דעם פאטער, און ווי דער פאטער האט מיר געבאטן, אזוי טו איך. שטייט אויף; לאמיר אוועקגיין פונדאנען.
31 Todavia para que o mundo saiba que amo o Pai e que faço o que meu Pai me ordenou. Levantem-se, vamo-nos daqui! "

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar João 14, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.