João 13
ydd (YDD) vs NAA
1 און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.
1 Antes da Festa da Páscoa, sabendo Jesus que era chegada a sua hora de passar deste mundo para o Pai, tendo amado os seus que estavam no mundo, amou-os até o fim.
2 און בשעת דער סעודה אין אוונט, נאך דעם ווי דער שׂטן האט שוין געהאט געלייגט אין הארצן פון יהודה בן שמעון איש‑קריות, אז ער זאל אים פארראטן,
2 Durante a ceia, tendo já o diabo posto no coração de Judas, filho de Simão Iscariotes, que traísse Jesus,
3 (יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳,
3 sabendo este que o Pai tinha confiado tudo às suas mãos, e que ele tinha vindo de Deus e voltava para Deus,
4 איז ער אויפגעשטאנען פונם טיש, און האט אוועקגעלייגט די מלבושים, און נעמענדיק א האנטוך, האט ער זיך ארומגעגארטלט.
4 levantou-se da ceia, tirou a vestimenta de cima e, pegando uma toalha, cingiu-se com ela.
5 נאך דעם האט ער אריינגעגאסן וואסער אינם בעקן און אנגעהויבן צו וואשן די תלמידימס פיס און אפצואווישן מיטן האנטוך, מיט וועלכן ער איז געווען ארומגעגארטלט.
5 Em seguida Jesus pôs água numa bacia e começou a lavar os pés dos discípulos e a enxugá-los com a toalha com que estava cingido.
6 אזוי קומט ער צו שמעון פעטרוסן. זאגט ער צו אים: האר, דו זאלסט מיר וואשן די פיס?
6 Quando se aproximou de Simão Pedro, este lhe perguntou: — Vai lavar os meus pés, Senhor?
7 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס איך טו, ווייסטו נישט אצונד, שפעטער אבער וועסטו זיך דערוויסן.
7 Jesus respondeu:
8 זאגט פעטרוס צו אים: דו זאלסט מיר בשום אופן קיינמאל נישט וואשן מיינע פיס. האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: אויב איך וואש דיך נישט, האסטו נישט קיין חלק מיט מיר.
8 Então Pedro disse: — O senhor nunca lavará os meus pés! Ao que Jesus respondeu:
9 זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, נישט בלויז מיינע פיס, נאר אפילו מיינע הענט און דעם קאפ!
9 Então Pedro lhe pediu: — Senhor, não somente os pés, mas também as mãos e a cabeça.
10 זאגט יהושע/ישוע צו אים: דער געוואשענער דארף נישט מער ווי אפצואוואשן די פיס, ווייל ער איז אינגאנצן ריין; און איר זענט ריין, אבער נישט אלע.
10 Jesus respondeu:
11 ווארום ער האט געוואוסט, ווער עס וועט אים פארראטן; דערפאר האט ער געזאגט: נישט אלע זענט איר ריין.
11 Pois ele sabia quem era o traidor. Foi por isso que disse: “Nem todos estão limpos.”
12 און ווען ער האט שוין געהאט געוואשן זייערע פיס, און גענומען זיינע מלבושים, און זיך ווידער אנידערגעזעצט, האט ער צו זיי געזאגט: צי ווייסט איר וואס איך האב געטאן צו אייך?
12 Depois de lhes ter lavado os pés, Jesus pôs de novo as suas vestimentas e, voltando à mesa, perguntou-lhes:
13 איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס.
13 Vocês me chamam de Mestre e de Senhor e fazem bem, porque eu o sou.
14 דעריבער אויב איך, דער האר און רבי, האב אייך געוואשן אייערע פיס, זענט איר אויך מחייב צו וואשן איינער דעם אנדערן די פיס.
14 Ora, se eu, sendo Senhor e Mestre, lavei os pés de vocês, também vocês devem lavar os pés uns dos outros.
15 ווארום איך האב אייך געגעבן א ביישפיל, כדי, ווי איך האב געטאן צו אייך, אזוי זאלט איר אויך טאן.
15 Porque eu lhes dei o exemplo, para que, como eu fiz, vocês façam também.
16 באמת, באמת זאג איך אייך; א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר, אויך איז א שליח נישט גרעסער ווי דער, וואס האט אים געשיקט.
16 Em verdade, em verdade lhes digo que o servo não é maior do que seu senhor, nem o enviado é maior do que aquele que o enviou.
17 אויב איר ווייסט דאס, געבענטשט זענט איר, אויב איר טוט עס.
17 Se vocês sabem estas coisas, bem-aventurados serão se as praticarem.
18 נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן:
18 Não falo a respeito de todos vocês, pois eu conheço aqueles que escolhi. Mas é para que se cumpra a Escritura: “Aquele que come do meu pão levantou contra mim o seu calcanhar.”
19 שוין איצט זאג איך עס אייך, איידער עס געשעט, כדי ווען עס וועט געשען, זאלט איר גלויבן, אז איך בין עס.
19 Desde já lhes digo isso, antes que aconteça, para que, quando acontecer, vocês creiam que
20 באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס נעמט אויף דעם, וועמען איך שיק, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט אויף אים, וואס האט מיך געשיקט.
20 Em verdade, em verdade lhes digo: quem recebe aquele que eu enviar recebe a mim; e quem recebe a mim recebe aquele que me enviou.
21 דאס זאגנדיק, האט יהושע/ישוע זיך באאומרואיקט אין זיין גייסט, און האט עדות געזאגט, און גערעדט: באמת, באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן.
21 Depois de dizer isso, Jesus se angustiou em espírito e afirmou:
22 די תלמידים האבן דעריבער געקוקט איינער אויפן אנדערן, מסופק וועגן וועמען ער זאגט עס.
22 Então os discípulos olharam uns para os outros, sem saber a quem ele se referia.
23 און איינער פון זיינע תלמידים, וועמען יהושע/ישוע האט (באזונדערס) ליב געהאט, איז געווען אנגעלענט אויף ישועס ברוסט.
23 Ao lado de Jesus estava reclinado um dos seus discípulos, aquele a quem ele amava.
24 האט שמעון פעטרוס געוואונקען צו דעם דאזיקן, און צו אים געזאגט: זאג ווער עס איז, וועגן וועמען ער רעדט.
24 Simão Pedro fez um sinal a esse, para que perguntasse a quem Jesus se referia.
25 נייגנדיק זיך אזוי צו ישועס ברוסט, זאגט יענער צו אים: האר, ווער איז עס?
25 Então aquele discípulo, reclinando-se sobre o peito de Jesus, perguntou: — Senhor, quem é?
26 יהושע/ישוע האט געענטפערט: יענער איז עס, פאר וועמען איך וועל איינטונקען דעם ביסן און אים געבן. און איינטונקענדיק דעם ביסן, נעמט ער און גיט אים צו יהודה בן שמעון איש‑קריות.
26 Jesus respondeu: Então Jesus pegou um pedaço de pão e, tendo-o molhado, deu-o a Judas, filho de Simão Iscariotes.
27 און נאך דעם ביסן איז דער שׂטן דעמאלט אריין אין אים. יהושע/ישוע האט דעריבער צו אים געזאגט: וואס דו טוסט, טו גיך.
27 E, depois que Judas recebeu o pedaço de pão, imediatamente Satanás entrou nele. Então Jesus disse a Judas:
28 און קיינער ארום דעם טיש האט נישט פארשטאנען, פארוואס ער האט דאס געזאגט צו אים.
28 Nenhum dos que estavam à mesa entendeu por que Jesus tinha dito isso.
29 ווארום אייניקע האבן געמיינט, ווייל יהודה האט געהאט די פושקע, זאגט יהושע/ישוע צו אים: קויף איין, וואס מיר ברויכן אויף יום טוב; אדער אז ער זאל עפעס געבן צו די ארעמעלייט.
29 Pois, como Judas era quem trazia a bolsa do dinheiro, alguns pensaram que Jesus tinha dito a ele: “Compre o que precisamos para a festa” ou, então, que havia solicitado que desse alguma coisa aos pobres.
30 און ווי ער האט געהאט גענומען דעם ביסן, איז ער גלייך ארויסגעגאנגען; און עס איז געווען נאכט.
30 Assim, tendo recebido o pedaço de pão, Judas logo saiu. E era noite.
31 און ווען ער איז ארויסגעגאנגען, האט יהושע/ישוע געזאגט: איצט איז דער בר אנש פארהערלעכט, און ה׳ איז פארהערלעכט אין אים;
31 Quando Judas saiu, Jesus disse:
32 און אויב ה׳ איז פארהערלעכט אין אים, וועט ה׳ אים פארהערלעכן אין זיך אליין, און באלד וועט ער אים פארהערלעכן.
32 Se Deus foi glorificado nele, também Deus o glorificará nele mesmo; e ele o glorificará imediatamente.
33 קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.
33 Filhinhos, ainda por um pouco estou com vocês. Vocês vão me procurar, mas o que eu disse aos judeus também agora digo a vocês: para onde eu vou vocês não podem ir.
34 א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן.
34 Eu lhes dou um novo mandamento: que vocês amem uns aos outros. Assim como eu os amei, que também vocês amem uns aos outros.
35 דורך דעם דאזיקן וועלן אלע דערקענען, אז איר זענט מיינע תלמידים, אויב איר וועט האבן ליבע איינער פאר דעם אנדערן.
35 Nisto todos conhecerão que vocês são meus discípulos: se tiverem amor uns aos outros.
36 זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, וואואהין גייסטו? האט יהושע/ישוע געענטפערט: וואואהין איך גיי, קענסטו מיר איצט נישט נאכפאלגן, שפעטער אבער וועסטו מיר נאכפאלגן.
36 Simão Pedro perguntou a Jesus: — Para onde o Senhor vai? Jesus respondeu:
37 זאגט פעטרוס צו אים: האר, פארוואס קען איך דיר איצט נישט נאכפאלגן? מיין לעבן וועל איך אנידערלייגן פאר דיינעטוועגן.
37 Pedro disse: — Senhor, por que não posso segui-lo agora? Darei a minha vida pelo senhor.
38 ענטפערט יהושע/ישוע: דיין לעבן וועסטו אנידערלייגן פאר מיינעטוועגן? באמת, באמת זאג איך דיר: איידער נאך דער האן וועט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!
38 Jesus respondeu:
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar João 13, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.