João 11

ydd (YDD) vs NAA

Sair da comparação
NAA Nova Almeida Atualizada 2017
1 און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית‑היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא.
1 Um homem chamado Lázaro estava doente. Ele era de Betânia, da aldeia de Maria e de sua irmã Marta.
2 און די מרים איז עס געווען, וואס האט געזאלבט דעם האר מיט טייער זאלב, און אים אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר, וועמעס ברודער אלעזר איז געלעגן קראנק.
2 Esta Maria, cujo irmão Lázaro estava doente, era a mesma que ungiu o Senhor com perfume e lhe enxugou os pés com os seus cabelos.
3 די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק.
3 Por isso, as irmãs de Lázaro mandaram dizer a Jesus: — Aquele que o Senhor ama está doente.
4 און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די דאזיקע קראנקייט איז נישט צום טויט, נאר צום כבוד פון ה׳, כדי דער זון פון דער אויבערשטער זאל פארהערלעכט ווערן דורך איר.
4 Ao receber a notícia, Jesus disse:
5 און יהושע/ישוע האט ליב געהאט מרתאן און איר שוועסטער און אלעזרן.
5 Ora, Jesus amava Marta e a irmã dela, e também Lázaro.
6 און ווען ער האט געהערט, אז ער ליגט קראנק, איז ער דעמאלט נאך פארבלייבן צוויי טעג אויף דעם ארט, וואו ער איז געווען.
6 Quando soube que Lázaro estava doente, ainda se demorou dois dias no lugar onde estava.
7 דערנאך האט ער ערשט געזאגט צו די תלמידים: לאמיר ווידער גיין קיין יהודה.
7 Depois, disse aos seus discípulos:
8 זאגן די תלמידים צו אים: רבי, איצט האבן די יידן דיך געזוכט צו שטייניקן, און דו גייסט ווידער דארטן אהין?
8 Os discípulos disseram: — Mestre, ainda há pouco os judeus queriam apedrejá-lo! E o senhor quer voltar para lá?
9 האט יהושע/ישוע געענטפערט: צי האט דען נישט דער טאג צוועלף שעה? ווער עס גייט ארום בייטאג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאס ליכט פון דער דאזיקער וועלט.
9 Jesus respondeu:
10 ווער אבער עס גייט ארום ביינאכט, דער שטרויכלט, ווייל דאס ליכט איז נישט אין אים.
10 Mas, se andar de noite, tropeça, porque nele não há luz.
11 דאס האט ער גערעדט, און נאך דעם זאגט ער צו זיי: אלעזר, אונדזער פריינד איז אנטשלאפן געווארן; נאר איך גיי, כדי אים אויפצוועקן פון שלאף.
11 Tendo dito isso, acrescentou:
12 די תלמידים האבן דעריבער געזאגט צו אים: אויב ער איז איינגעשלאפן, וועט ער גענעזן ווערן.
12 Então os discípulos disseram: — Senhor, se dorme, estará salvo.
13 יהושע/ישוע אבער האט גערעדט וועגן זיין טויט; און זיי האבן געמיינט, אז ער רעדט וועגן דעם רואיקן שלומער פון שלאף.
13 Jesus falava da morte de Lázaro, mas eles pensavam que tivesse falado do repouso do sono.
14 דעריבער האט יהושע/ישוע דעמאלט צו זיי געזאגט גאנץ אפן: אלעזר איז געשטארבן.
14 Então Jesus lhes disse claramente:
15 און איך פריי מיך צוליב אייך, אז איך בין דארטן נישט געווען, כדי איר זאלט גלויבן; נאר לאמיר גיין צו אים.
15 Por causa de vocês me alegro de que não estivesse lá, para que vocês possam crer. Mas vamos até ele.
16 דאן האט תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, געזאגט צו זיינע חברים תלמידים: לאמיר אויך גיין, כדי מיר זאלן שטארבן מיט אים.
16 Então Tomé, chamado Dídimo, disse aos outros discípulos: — Vamos também nós para morrer com o Mestre!
17 און אהין קומענדיק, האט יהושע/ישוע אים געפונען שוין ליגן זינט פיר טעג אין קבר.
17 Quando Jesus chegou, encontrou Lázaro já sepultado havia quatro dias.
18 און בית‑היני איז געווען נאענט צו ירושלים, אן ערך פיפצן אקערפעלד ווייט;
18 Ora, Betânia ficava a mais ou menos três quilômetros de Jerusalém.
19 און א סך יידן זענען ארויסגעקומען צו מרתאן און מרים, כדי זיי מנחם-אבל צו זיין וועגן דעם ברודער זייערן.
19 Muitos dos judeus vieram visitar Marta e Maria, a fim de consolá-las por causa do irmão.
20 און ווי מרתא האט געהערט, אז יהושע/ישוע קומט, איז זי אים אנטקייגן געגאנגען; מרים אבער איז געבליבן זיצן אין הויז.
20 Marta, quando soube que Jesus estava chegando, foi encontrar-se com ele; Maria, porém, ficou sentada em casa.
21 און מרתא האט געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט מיין ברודער נישט געשטארבן.
21 Então Marta disse a Jesus: — Se o Senhor estivesse aqui, o meu irmão não teria morrido.
22 און אפילו איצט ווייס איך, אז אלץ, וואס דו וועסט נאר בעטן ביי ה׳, וועט ה׳ דיר געבן.
22 Mas também sei que, mesmo agora, tudo o que o senhor pedir a Deus, ele concederá.
23 זאגט יהושע/ישוע צו איר: דיין ברודער וועט אויפשטיין.
23 Jesus disse a ela:
24 זאגט מרתא צו אים: איך ווייס, אז ער וועט אויפשטיין אין דער אויפשטייאונג אין דעם לעצטן טאג.
24 Ao que Marta respondeu: — Eu sei que ele há de ressurgir na ressurreição, no último dia.
25 האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן,
25 Então Jesus declarou:
26 און יעדער איינער, וואס לעבט און גלויבט אין מיר, וועט אויף אייביק נישט שטארבן. צי גלויבסטו דאס דאזיקע?
26 E todo o que vive e crê em mim não morrerá eternamente. Você crê nisto?
27 זאגט זי צו אים: יא, האר, איך גלויב, אז דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, וואס זאל קומען אין דער וועלט אריין.
27 Marta respondeu: — Sim, Senhor! Eu creio que o senhor é o Cristo, o Filho de Deus que devia vir ao mundo.
28 און האבנדיק דאס געזאגט, איז זי אוועקגעגאנגען, און האט גערופן איר שוועסטער שטילערהייט, און געזאגט צו איר: דער רבי איז דא און רופט דיך.
28 Depois de dizer isto, Marta foi chamar Maria, a sua irmã, e lhe disse em particular: — O Mestre chegou e está chamando você.
29 און ווי יענע האט עס געהערט, איז זי גיך אויפגעשטאנען, און געקומען צו אים.
29 Quando Maria ouviu isso, levantou-se depressa e foi até ele,
30 און יהושע/ישוע איז נאך נישט אריינגעגאנגען אין דארף אריין, נאר איז נאך געווען אויף דעם ארט, וואו מרתא האט אים באגעגענט.
30 pois Jesus ainda não tinha entrado na aldeia, mas permanecia onde Marta o havia encontrado.
31 און די יידן, וואס זענען מיט איר געווען אינם הויז, און האבן זי געטרייסט, זעענדיק, אז מרים האט זיך גיך אויפגעהויבן און איז ארויסגעגאנגען, האבן איר נאכגעפאלגט, מיינענדיק, אז זי גייט צום קבר, כדי דארט צו וויינען.
31 Os judeus que estavam com Maria em casa e a consolavam, vendo-a levantar-se depressa e sair, seguiram-na, pensando que ela ia ao túmulo para chorar.
32 און ווי מרים איז אהינגעקומען, וואו יהושע/ישוע איז געווען, און האט אים געזען, איז זי אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט צו אים געזאגט: אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט דער ברודער מיינער נישט געשטארבן.
32 Quando Maria chegou ao lugar onde Jesus estava, ao vê-lo, lançou-se aos seus pés, dizendo: — Se o Senhor estivesse aqui, o meu irmão não teria morrido.
33 און ווי יהושע/ישוע האט זי געזען וויינען און די יידן, וואס זענען מיטגעקומען מיט איר, אויך וויינען, האט ער א זיפץ געטאן אין זיין גייסט, און זיך מצער געווען,
33 Quando Jesus viu que ela chorava, e que os judeus que a acompanhavam também choravam, agitou-se no espírito e se comoveu.
34 און געזאגט: וואו האט איר אים געלייגט? זאגן זיי צו אים: האר, קום און זע.
34 E perguntou: Eles responderam: — Senhor, venha ver!
35 יהושע/ישוע האט פארגאסן א טרער.
35 Jesus chorou.
36 די יידן האבן דעריבער געזאגט: אָט זעט, ווי ער האט אים ליב געהאט!
36 Então os judeus disseram: — Vejam o quanto ele o amava.
37 אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: צי האט ער, וואס האט אויפגעעפנט די אויגן פון דעם בלינדן, דען נישט געקענט מאכן, אז אויך דער (אלעזר) זאל נישט שטארבן?
37 Mas alguns disseram: — Será que ele, que abriu os olhos ao cego, não podia fazer com que Lázaro não morresse?
38 און ווידער א זיפץ טוענדיק אין זיך אליין, קומט יהושע/ישוע צום קבר. און עס איז געווען א הייל, און א שטיין איז געלעגן אויף איר.
38 Jesus, agitando-se novamente em si mesmo, foi até o túmulo, que era uma gruta em cuja entrada tinham colocado uma pedra.
39 זאגט יהושע/ישוע: נעמט אוועק דעם שטיין. זאגט מרתא, די שוועסטער פון דעם בר מינה, צו אים: האר, ער שטינקט שוין, ווארום ער ליגט שוין פיר טעג.
39 Então Jesus ordenou: Marta, irmã do falecido, disse a Jesus: — Senhor, já cheira mal, porque está morto há quatro dias.
40 זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳?
40 Jesus respondeu:
41 און זיי האבן אוועקגענומען דעם שטיין. און יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן (צום הימל) ארויף און געזאגט: פאטער, איך דאנק דיר, אז דו האסט מיך דערהערט.
41 Então tiraram a pedra. E Jesus, levantando os olhos para o céu, disse:
42 און איך האב געוואוסט, אז דו הערסט מיך תמיד; נאר צוליב דעם המון, וואס שטייט ארום, האב איך עס געזאגט, כדי זיי זאלן גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט.
42 Eu sei que sempre me ouves, mas falei isso por causa da multidão presente, para que creiam que tu me enviaste.
43 און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלעזר, קום ארויס.
43 E, depois de dizer isso, clamou em alta voz:
44 און דאס מת איז ארויסגעקומען, און זיינע הענט און פיס זענען געווען ארומגעוויקלט מיט תכריכים; און זיין פנים איז געווען פארבונדן מיט א טיכל. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: בינדט אים אויף, און לאזט אים גיין.
44 Aquele que tinha morrido saiu, tendo os pés e as mãos amarrados com ataduras e o rosto envolto num lenço. Então Jesus lhes ordenou:
45 און א סך פון די יידן, וואס זענען געקומען צו מרים, זעענדיק וואס ער האט געטאן, האבן געגלויבט אין אים.
45 Muitos dos judeus que tinham vindo visitar Maria, vendo o que Jesus havia feito, creram nele.
46 אייניקע אבער פון זיי זענען אוועקגעגאנגען צו די פרושים, און האבן זיי דערציילט, וואס יהושע/ישוע האט געטאן.
46 Outros, porém, foram até os fariseus e lhes contaram o que Jesus havia feito.
47 די הויפט כהנים און די פרושים האבן דעריבער צוזאמענגעברענגט דאס סנהדרין, און געזאגט: וואס זאלן מיר טאן? ווייל דער דאזיקער מענטש טוט א סך נסים!
47 Então os principais sacerdotes e os fariseus convocaram o Sinédrio e disseram: — O que estamos fazendo, uma vez que este homem opera muitos sinais?
48 אויב מיר וועלן אים אזוי לאזן, וועלן אלע גלויבן אין אים, און די רוימער וועלן קומען און אוועקנעמען אונדזער לאנד און פאלק.
48 Se o deixarmos assim, todos crerão nele; depois, virão os romanos e tomarão não só o nosso lugar, mas a própria nação.
49 נאר איינער פון זיי, קיפא, זייענדיק כהן גדול אין יענעם יאר, האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט גארנישט,
49 Mas um deles, Caifás, que era sumo sacerdote naquele ano, advertiu-os, dizendo: — Vocês não sabem nada,
50 און בארעכנט אפילו נישט, אז עס טויג פאר אייך, אז איין מענטש זאל שטארבן פארן פאלק, און דאס גאנצע פאלק זאל נישט פארלוירן גיין.
50 nem entendem que é melhor para vocês que morra um só homem pelo povo e que não venha a perecer toda a nação.
51 דאס דאזיקע אבער האט ער פון זיך אליין נישט געזאגט, נאר ווייל ער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר, האט ער געזאגט נבואות, אז יהושע/ישוע וועט שטארבן פאר דעם פאלק (ישעיהו נג, ח.);
51 Ora, Caifás não disse isto por conta própria, mas, sendo sumo sacerdote naquele ano, profetizou que Jesus estava para morrer pela nação.
52 און נישט בלויז פאר דעם פאלק אליין, נאר כדי אויך די צעשפרייטע קינדער פון ה׳ זאל ער איינזאמלען אינאיינעם.
52 E não somente pela nação, mas também para reunir em um só corpo os filhos de Deus, que andam dispersos.
53 און פון יענעם טאג אָן האבן זיי זיך באראטן, אים צו טייטן.
53 Desde aquele dia, resolveram matar Jesus.
54 יהושע/ישוע איז דעריבער מער נישט ארומגעגאנגען עפנטלעך צווישן די יידן, נאר איז אוועק פון דארטן צו דער געגנט נאענט פון דער מדבר, אין א שטאט, וואס מען רופט זי עפרים, און איז דארט פארבלייבן מיט די תלמידים.
54 Assim sendo, Jesus já não andava publicamente entre os judeus, mas retirou-se para uma região vizinha ao deserto, para uma cidade chamada Efraim, onde permaneceu com os discípulos.
55 און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן פסח, און א סך זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים פון דער געגנט אויף פסח, כדי זיך צו הייליקן.
55 Estava próxima a Páscoa dos judeus, e muitos daquela região foram a Jerusalém antes da Páscoa para se purificar.
56 און האבן געזוכט יהושען/ישוען, און געזאגט איינער צום אנדערן שטייענדיק אין בית המקדש: וואס מיינט איר? אז ער קומט נישט אויף יום טוב?
56 Lá, procuravam Jesus e, estando eles no templo, diziam uns aos outros: — O que vocês acham? Ele não virá à festa?
57 און די הויפט כהנים און די פרושים האבן ארויסגעגעבן א באפעל, אז ווען עמיצער ווייסט וואו ער שטייט איין, זאל ער עס צו וויסן געבן, כדי זיי זאלן אים כאפן.
57 Ora, os principais sacerdotes e os fariseus haviam ordenado que, se alguém soubesse onde ele estava, o denunciasse, para que pudessem prendê-lo.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar João 11, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.