Atos 9

ydd (YDD) vs NVT

Sair da comparação
NVT Nova Versão Transformadora
1 שאול אבער האט נאך אלץ געאטעמט מיט דראונג און רציחה קעגן די תלמידים פון דעם האר, און איז געגאנגען צום כהן גדול,
1 Enquanto isso, Saulo, motivado pela ânsia de matar os discípulos do Senhor, procurou o sumo sacerdote.
2 און ביי אים געבעטן בריוו צו די שולן אין דמשק, כדי ווען ער וועט געפינען אייניקע, וואס האלטן זיך ביי דעם דרך (ה׳), סאי מענער סאי פרויען, זאל ער זיי ברענגען אין קייטן קיין ירושלים.
2 Pediu cartas para as sinagogas em Damasco, solicitando que cooperassem com a prisão de todos os seguidores do Caminho, homens e mulheres, que ali encontrasse, para levá-los como prisioneiros a Jerusalém.
3 און בשעת ער איז געפארן, איז געשען, אז ווען ער האט זיך דערנענטערט צו דמשק, האט פלוצלונג א ליכט פון הימל אים ארומגעשטראלט;
3 Quando se aproximava de Damasco, de repente uma luz do céu brilhou ao seu redor.
4 און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און געהערט א קול, וואס האט געזאגט צו אים: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך?
4 Ele caiu no chão e ouviu uma voz lhe dizer: “Saulo, Saulo, por que você me persegue?”.
5 האט ער געזאגט: ווער ביסטו, האר? און ער (האט געזאגט): איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט.
5 “Quem és tu, Senhor?”, perguntou Saulo. E a voz respondeu: “Sou Jesus, a quem você persegue!
6 נאר שטיי אויף, און גיי אריין אין דער שטאט, און עס וועט דיר געזאגט ווערן, וואס דו זאלסט טאן.
6 Agora levante-se e entre na cidade, onde lhe dirão o que fazer”.
7 און די לייט, וואס האבן מיטגערייזט מיט אים, זענען (דערנאך) געבליבן שטיין אָן לשון, הערנדיק דאס קול, און נישט זעענדיק קיינעם.
7 Os homens que estavam com Saulo ficaram calados de espanto, pois ouviam uma voz, mas não viam ninguém.
8 און שאול האט זיך אויפגעהויבן פון דער ערד; און הגם די אויגן האבן זיך אים אויפגעמאכט, האט ער דאך גארנישט געזען; און מען האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אריינגעפירט קיין דמשק.
8 Saulo levantou-se do chão, mas, ao abrir os olhos, estava cego. Então o conduziram pela mão até Damasco.
9 און דריי טעג איז ער געווען אָן ראיה; און האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען.
9 Lá ele permaneceu, cego, por três dias, e não comeu nem bebeu coisa alguma.
10 און אין דמשק איז געווען א געוויסער תלמיד מיטן נאמען חנניה; און דער האר האט צו אים געזאגט אין א חזיון: חנניה! און ער האט געזאגט: אָט בין איך, האר!
10 Havia em Damasco um discípulo chamado Ananias. O Senhor o chamou numa visão: “Ananias!”. “Sim, Senhor!”, respondeu ele.
11 און דער האר האט צו אים געזאגט: שטיי אויף, און גיי צו דער גאס, וואס מען רופט זי די גלייכע, און זוך אין יהודהס הויז שאולן מיטן צונאמען הטרסי, ווארום זע, ער טוט תפילה,
11 O Senhor disse: “Vá à rua Direita, à casa de Judas. Ao chegar, pergunte por um homem de Tarso chamado Saulo. Ele está orando neste momento.
12 און האט געזען אין א חזיון א מאן, וועלכער הייסט חנניה, אריינקומען און ארויפלייגן די הענט אויף אים, כדי ער זאל ווידער זען.
12 Mostrei-lhe numa visão um homem chamado Ananias chegando e impondo as mãos sobre ele para que voltasse a enxergar”.
13 האט חנניה געענטפערט: האר, איך האב געהערט פון פילע וועגן דעם דאזיקן מאן, וויפל שלעכטס ער האט געטאן צו דיינע קדושים אין ירושלים;
13 Ananias, porém, respondeu: “Senhor, ouvi muita gente falar das coisas horríveis que esse homem vem fazendo ao teu povo santo em Jerusalém.
14 אויך דא האט ער רשות פון די הויפט כהנים צו בינדן אלע, וואס רופן אָן דיין נאמען.
14 E ele tem autorização dos principais sacerdotes para prender todos que invocam o teu nome!”.
15 דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;
15 O Senhor, no entanto, disse: “Vá, pois Saulo é o instrumento que escolhi para levar minha mensagem aos gentios e aos reis, bem como ao povo de Israel.
16 ווארום איך וועל אים ווייזן וואס ער וועט מוזן ליידן צוליב מיין נאמען.
16 E eu mostrarei a ele quanto deve sofrer por meu nome”.
17 און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.
17 Ananias foi e encontrou Saulo. Ao impor as mãos sobre ele, disse: “Irmão Saulo, o Senhor Jesus, que lhe apareceu no caminho para cá, me enviou para que você volte a enxergar e fique cheio do Espírito Santo”.
18 און גלייך זענען אראפגעפאלן פון זיינע אויגן עפעס ווי שופן, און ער האט ווידער געזען, און איז אויפגעשטאנען און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה;
18 No mesmo instante, algo semelhante a escamas caiu dos olhos de Saulo, e sua visão foi restaurada. Então ele se levantou, foi batizado
19 און האט גענומען שפייז און זיך געשטארקט.
19 e, depois de comer, recuperou as forças. Saulo permaneceu alguns dias em Damasco, com os discípulos.
20 און האט גלייך אויסגערופן אין די שולן, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער.
20 Logo, começou a falar de Jesus nas sinagogas, dizendo: “Ele é o Filho de Deus!”.
21 און אלע, וואס האבן (אים) געהערט, זענען דערשטוינט געווארן, און האבן געזאגט: צי איז ער דען נישט דער דאזיקער, וואס פלעגט פארטיליקן אין ירושלים די, וועלכע האבן אנגערופן דעם דאזיקן נאמען? און איז אהערגעקומען פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי זיי אוועקצופירן אין קייטן צו די הויפט כהנים?
21 Todos que o ouviam ficavam admirados. “Não é esse o homem que causou tanta destruição entre os que invocavam o nome de Jesus em Jerusalém?”, perguntavam. “E não veio aqui para levá-los como prisioneiros aos principais sacerdotes?”
22 שאול אבער האט זיך נאך מער געשטארקט, און האט צעמישט די יידן, וועלכע האבן געוואוינט אין דמשק, אויפווייזנדיק, אז דער דאזיקער איז דער משיח.
22 A pregação de Saulo tornou-se cada vez mais poderosa, pois ele deixava os judeus de Damasco perplexos, provando que Jesus é o Cristo.
23 און ווען עס זענען פארביי א סך טעג, האבן די יידן זיך באראטן אים אומצוברענגען;
23 Depois de certo tempo, alguns judeus conspiraram para matá-lo.
24 נאר זייער פארשווערונג איז באקאנט געווארן צו שאולן. און זיי האבן אפילו באוואכט די טויערן בייטאג און ביינאכט, כדי אים צו טייטן.
24 Dia e noite, vigiavam a porta da cidade com a intenção de assassiná-lo, mas ele foi informado desse plano.
25 זיינע תלמידים אבער האבן אים גענומען ביינאכט, און אראפגעלאזט פון דער שטאטמויער, אראפנידערנדיק אים אין א קארב.
25 Então, durante a noite, alguns de seus discípulos o baixaram pela muralha da cidade num grande cesto.
26 און ווען ער איז געקומען קיין ירושלים, האט ער געפרואווט זיך צו באהעפטן צו די תלמידים; און אלע האבן מורא געהאט פאר אים, נישט גלויבנדיק, אז ער איז א תלמיד.
26 Quando Saulo chegou a Jerusalém, tentou se encontrar com os discípulos, mas todos estavam com medo dele, pois não acreditavam que ele tivesse de fato se tornado discípulo.
27 בר‑נבא אבער האט אים גענומען, און אוועקגעפירט צו די שליחים, און זיי דערציילט, וויאזוי ער האט געזען דעם האר אויפן וועג, און אז ער האט צו אים גערעדט, און ווי ער האט מיט דרייסטקייט גערעדט אין דמשק אין ישועס נאמען.
27 Então Barnabé o levou aos apóstolos e lhes contou como Saulo tinha visto o Senhor no caminho para Damasco e como ele lhe havia falado. Contou também que, em Damasco, Saulo havia pregado corajosamente em nome de Jesus.
28 און ער איז געווען מיט זיי, א יוצא ונכנס אין ירושלים, אויפטרעטנדיק מיט דרייסטקייט אין דעם הארס נאמען;
28 Saulo permaneceu com os apóstolos e andava com eles por Jerusalém, pregando corajosamente em nome do Senhor.
29 און האט גערעדט און זיך מתווכח געווען מיט גריכישע יידן; זיי אבער האבן געזוכט אים א מעשה אנצוטאן.
29 Também conversava e discutia com alguns judeus de fala grega, mas estes procuravam matá-lo.
30 און ווי די ברידער האבן זיך דערוואוסט, האבן זיי אים אראפגעפירט קיין קיסריה און אים אוועקגעשיקט קיין טרסוס.
30 Quando os irmãos souberam disso, levaram Saulo a Cesareia e de lá o enviaram a Tarso.
31 און די קהילה איבער גאנץ יהודה און גליל און שומרון האט געהאט שלום. איז דערבויט געווארן; און איז געגאנגען אין דער פורכט פון דעם האר; און דורך דער טרייסט פון דעם רוח הקודש האט זי זיך פארמערט.
31 A igreja tinha paz em toda a Judeia, Galileia e Samaria e ia se fortalecendo à medida que andava no temor do Senhor. E, encorajada pelo Espírito Santo, crescia em número.
32 און עס איז געשען, בשעת פעטרוס איז געגאנגען פון ארט צו ארט, איז ער אויך געקומען צו די קדושים, וואס האבן געוואוינט אין לוד.
32 Pedro viajava por toda parte, e foi visitar o povo santo que vivia na cidade de Lida.
33 און דארטן האט ער געפונען א געוויסן מענטשן מיטן נאמען ענעאס, וועלכער איז שוין געלעגן אכט יאר לאנג צו בעט; ווייל ער איז געווען פאראליזשירט.
33 Ali encontrou um paralítico chamado Eneias, que permanecia de cama havia oito anos.
34 און פעטרוס האט צו אים געזאגט: ענעאס, יהושע/ישוע המשיח מאכט דיך געזונט; שטיי אויף און מאך דיר דאס בעט! און ער איז גלייך אויפגעשטאנען.
34 Pedro lhe disse: “Eneias, Jesus Cristo cura você! Levante-se e arrume sua maca!”. E, no mesmo instante, ele se levantou.
35 און אלע איינוואוינער פון לוד און שרון האבן אים געזען און האבן זיך געקערט צום האר (אין גלויבן).
35 Todos os moradores de Lida e de Sarona viram Eneias e se converteram ao Senhor.
36 און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן.
36 Havia em Jope uma discípula chamada Tabita (que em grego é Dorcas). Sempre fazia o bem às pessoas e ajudava os pobres.
37 און עס איז געשען אין יענע טעג, (דאס) זי איז קראנק געווארן און געשטארבן, און מען האט זי אפגעוואשן און געלייגט אין אן אויבערשטיבל.
37 Por esse tempo, ficou doente e morreu. Seu corpo foi lavado para o sepultamento e colocado numa sala no andar superior.
38 און אזויווי לוד איז נאענט ביי יפו, ווייל די תלמידים האבן געהערט, אז פעטרוס געפינט זיך דארטן, האבן זיי געשיקט צוויי מענער צו אים און געבעטן: פארזאם דיך נישט צו קומען צו אונדז.
38 Quando os discípulos souberam que Pedro estava perto de Lida, enviaram dois homens para lhe suplicar: “Por favor, venha o mais rápido possível!”.
39 און פעטרוס איז אויפגעשטאנען און מיטגעגאנגען מיט זיי. ווען ער איז אהינגעקומען, האבן זיי אים ארויפגעפירט אין אויבערשטיבל אריין; און אלע אלמנות האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, וויינענדיק און ווייזנדיק אים העמדער און קליידער, וואס דארקאס האט געמאכט, ווען זי איז נאך געווען מיט זיי.
39 Então Pedro voltou com eles e, assim que chegou, foi levado para a sala do andar superior. O cômodo estava cheio de viúvas que choravam e lhe mostravam os vestidos e outras roupas que Dorcas havia feito para elas.
40 פעטרוס אבער האט אלעמען ארויסגעשיקט אינדרויסן, האט גענייגט די קניען און תפילה געטאן, און זיך דאן געווענדט צום קערפער און געזאגט: טביתא, שטיי אויף! און זי האט אויפגעמאכט אירע אויגן, און זעענדיק פעטרוסן, האט זי זיך אויפגעזעצט.
40 Pedro pediu que todos saíssem do quarto. Então, ajoelhou-se e orou. Voltando-se para o corpo da mulher, disse: “Tabita, levante-se”, e ela abriu os olhos. Quando ela viu Pedro, sentou-se.
41 און ער האט איר געגעבן די האנט און זי אויפגעשטעלט, און גערופן די קדושים און די אלמנות, און זי אוועקגעשטעלט פאר זיי א לעבעדיקע.
41 Ele lhe deu a mão e a ajudou a levantar-se. Em seguida, chamou os discípulos e as viúvas e a apresentou viva.
42 און דאס איז באקאנט געווארן איבער גאנץ יפו, און א סך האבן געגלויבט אין דעם האר.
42 A notícia se espalhou por toda a cidade, e muitos creram no Senhor.
43 און עס איז געשען, אז במשך פון מערערע טעג איז ער איינגעשטאנען אין יפו ביי א געוויסן שמעון, א גארבער.
43 Pedro ficou em Jope algum tempo, hospedado na casa de Simão, um homem que trabalhava com couro.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Atos 9, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.