Atos 8

ydd (YDD) vs ARC

Sair da comparação
ARC Almeida Revista e Corrigida 2009
1 און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.
1 E também Saulo consentiu na morte dele. E fez-se, naquele dia, uma grande perseguição contra a igreja que estava em Jerusalém; e todos foram dispersos pelas terras da Judeia e da Samaria, exceto os apóstolos.
2 און ג‑טספארכטיקע לייט האבן גענומען סטעפאנוסן און אים קובר געווען, און געמאכט א גרויס הספד אויף אים.
2 E uns varões piedosos foram enterrar Estêvão e fizeram sobre ele grande pranto.
3 שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין.
3 E Saulo assolava a igreja, entrando pelas casas; e, arrastando homens e mulheres, os encerrava na prisão.
4 און די, וואס זענען צעשפרייט געווארן, זענען ארומגעגאנגען מבשר זייענדיק דאס ווארט.
4 Mas os que andavam dispersos iam por toda parte anunciando a palavra.
5 און פיליפוס איז אראפגעגאנגען אין דער שטאט שומרון אריין, און האט אויסגערופן צו זיי דעם משיח.
5 E, descendo Filipe à cidade de Samaria, lhes pregava a Cristo.
6 און די מאסן האבן אלע אינאיינעם פארנומען מיט פלייס פיליפוסנס רייד, הערנדיק און זעענדיק די אותות, וואס ער האט געטאן.
6 E as multidões unanimemente prestavam atenção ao que Filipe dizia, porque ouviam e viam os sinais que ele fazia,
7 ווארום פון א סך פון די, וואס האבן געהאט אומריינע גייסטער, זענען (די דאזיקע) ארויס, שרייענדיק מיט א הויך קול, און א סך פאראליזשירטע און לאמע זענען געהיילט געווארן.
7 pois que os espíritos imundos saíam de muitos que os tinham, clamando em alta voz; e muitos paralíticos e coxos eram curados.
8 און עס איז געווארן א גרויסע שמחה אין יענער שטאט.
8 E havia grande alegria naquela cidade.
9 און א געוויסער מאן מיטן נאמען שמעון, וועלכער פלעגט זיך פריער אפגעבן מיט כשוף אין דער שטאט און האט דערשטוינט דאס פאלק פון שומרון, אויסגעבנדיק זיך פאר עפעס גרויס;
9 E estava ali um certo homem chamado Simão, que anteriormente exercera naquela cidade a arte mágica e tinha iludido a gente de Samaria, dizendo que era uma grande personagem;
10 וואס צו אים האבן זיך אלע צוגעהערט, פון קליין ביז גרויס, און געזאגט: דער דאזיקער (מאן) איז די קראפט פון ג-ט, וואס מען רופט די גרויסע.
10 ao qual todos atendiam, desde o mais pequeno até ao maior, dizendo: Este é a grande virtude de Deus.
11 און זיי האבן זיך צוגעהערט צו אים, ווייל במשך פון א לענגערער צייט האט ער זיי דערשטוינט מיט די כישופים.
11 E atendiam-no a ele, porque já desde muito tempo os havia iludido com artes mágicas.
12 ווען אבער זיי האבן געגלויבט פיליפוסן, וועלכער האט זיי אנגעזאגט די גוטע בשורה וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳ און דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, מענער און פרויען.
12 Mas, como cressem em Filipe, que lhes pregava acerca do Reino de Deus e do nome de Jesus Cristo, se batizavam, tanto homens como mulheres.
13 און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט.
13 E creu até o próprio Simão; e, sendo batizado, ficou, de contínuo, com Filipe e, vendo os sinais e as grandes maravilhas que se faziam, estava atônito.
14 און ווען די שליחים אין ירושלים האבן געהערט, אז שומרון האט אנגענומען ה׳ס ווארט, האבן זיי געשיקט צו זיי פעטרוסן און יוחנן;
14 Os apóstolos, pois, que estavam em Jerusalém, ouvindo que Samaria recebera a palavra de Deus, enviaram para lá Pedro e João,
15 וועלכע, אראפקומענדיק, האבן מתפלל געווען פאר זיי, אז זיי זאלן באקומען דעם רוח הקודש.
15 os quais, tendo descido, oraram por eles para que recebessem o Espírito Santo.
16 ווארום דער רוח הקודש איז נאך נישט געהאט געפאלן אויף קיין איינעם פון זיי; זיי זענען בלויז געווען געטובלט אין דער מקווה אינם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע.
16 (Porque sobre nenhum deles tinha ainda descido, mas somente eram batizados em nome do Senhor Jesus.)
17 דאן האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי האבן באקומען דעם רוח הקודש.
17 Então, lhes impuseram as mãos, e receberam o Espírito Santo.
18 און ווי שמעון האט געזען, אז דער רוח הקודש איז געגעבן געווארן דורך דעם ארויפלייגן די הענט פון די שליחים, האט ער געברענגט געלט צו זיי,
18 E Simão, vendo que pela imposição das mãos dos apóstolos era dado o Espírito Santo, lhes ofereceu dinheiro,
19 און געזאגט: גיט מיר אויך די דאזיקע מאכט, כדי ווען איך וועל ארויפלייגן די הענט אויף עמיצן, זאל ער באקומען דעם רוח הקודש.
19 dizendo: Dai-me também a mim esse poder, para que aquele sobre quem eu puser as mãos receba o Espírito Santo.
20 פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: דיין זילבער זאל בלייבן ביי דיר צו (דיין) פארדארבונג, ווייל דו האסט בדעה געהאט צו קויפן די מתנה פון ה׳ מיט געלט.
20 Mas disse-lhe Pedro: O teu dinheiro seja contigo para perdição, pois cuidaste que o dom de Deus se alcança por dinheiro.
21 דו האסט נישט קיין חלק און נישט קיין נחלה אין דער דאזיקער זאך, ווארום דיין הארץ איז נישט אויפריכטיק פאר ה׳.
21 Tu não tens parte nem sorte nesta palavra, porque o teu coração não é reto diante de Deus.
22 דעריבער טו תשובה פון דער דאזיקער שלעכטסקייט דיינער, און טו תפילה צום האר (ה׳), אפשר וועט דיר פארגעבן ווערן די מחשבה פון דיין הארץ.
22 Arrepende-te, pois, dessa tua iniquidade e ora a Deus, para que, porventura, te seja perdoado o pensamento do teu coração;
23 ווארום איך זע, אז דו ביסט אין דער גאל פון ביטערקייט (ראש ולענה), און אין דעם בונד פון רשעות. (דברים כט, יז.)
23 pois vejo que estás em fel de amargura e em laço de iniquidade.
24 און שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: זייט איר מתפלל פאר מיר צום האר (ג‑ט), אז קיין זאך זאל נישט קומען אויף מיר, פון וועלכע איר האט גערעדט.
24 Respondendo, porém, Simão disse: Orai vós por mim ao Senhor, para que nada do que dissestes venha sobre mim.
25 און עדות זאגנדיק און רעדנדיק דאס ווארט פונם האר, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און אנגעזאגט (אונטערוועגנס) די גוטע בשורה אין פיל שומרונישע דערפער.
25 Tendo eles, pois, testificado e falado a palavra do Senhor, voltaram para Jerusalém e, em muitas aldeias dos samaritanos, anunciaram o evangelho.
26 און א מלאך פון האר (ג‑ט) האט גערעדט צו פיליפוסן, אזוי צו זאגן: שטיי אויף, און גיי קיין דרום זייט אויף דעם וועג, וואס פירט אראפ פון ירושלים קיין עזה; דער זעלביקער איז וויסט.
26 E o anjo do Senhor falou a Filipe, dizendo: Levanta-te e vai para a banda do Sul, ao caminho que desce de Jerusalém para Gaza, que está deserto.
27 און ער איז אויפגעשטאנען, און געגאנגען; און זע, א מאן, אן עטיאפיער, א סריס, א הויפט באאמטער ביי קאנדאקע, קעניגין פון די עטיאפיער—ער איז געווען איבער אלע אירע אוצרות—איז געקומען זיך צו בוקן (פאר ה׳) אין ירושלים;
27 E levantou-se e foi. E eis que um homem etíope, eunuco, mordomo-mor de Candace, rainha dos etíopes, o qual era superintendente de todos os seus tesouros e tinha ido a Jerusalém para adoração,
28 און אומקערנדיק זיך (אהיים), און זיצנדיק אויף זיין רייטוואגן, האט ער געלייענט (דאס ספר פון) דעם נביא ישעיה.
28 regressava e, assentado no seu carro, lia o profeta Isaías.
29 און דער גייסט האט געזאגט צו פיליפוסן: גיי צו, און באהעפט דיך צו דעם דאזיקן רייטוואגן.
29 E disse o Espírito a Filipe: Chega-te e ajunta-te a esse carro.
30 און פיליפוס איז צוגעלאפן, און געהערט אים לייענען דאס (ספר פון) ישעיה הנביא, און האט געזאגט: צי פארשטייסטו וואס דו לייענסט?
30 E, correndo Filipe, ouviu que lia o profeta Isaías e disse: Entendes tu o que lês?
31 האט ער געזאגט: וויאזוי זאל איך קענען, ווען קיינער לערנט מיך נישט? און האט געבעטן פיליפוסן איינצושטייגן און זיך אנידערצוזעצן מיט אים.
31 E ele disse: Como poderei entender, se alguém me não ensinar? E rogou a Filipe que subisse e com ele se assentasse.
32 און דער תוכן פון דער שריפט, וואס ער האט געלייענט איז געווען דאס דאזיקע:
32 E o lugar da Escritura que lia era este: Foi levado como a ovelha para o matadouro; e, como está mudo o cordeiro diante do que o tosquia, assim não abriu a sua boca.
33 אין זיין דערנידעריקונג איז זיין משפט אוועקגענומען געווארן;
33 Na sua humilhação, foi tirado o seu julgamento; e quem contará a sua geração? Porque a sua vida é tirada da terra.
34 און דער סריס האט ענטפערנדיק געזאגט צו פיליפוסן: איך בעט דיך, וועגן וועמען רעדט דאס דער נביא? וועגן זיך אליין אדער וועגן אן אנדערן?
34 E, respondendo o eunuco a Filipe, disse: Rogo-te, de quem diz isto o profeta? De si mesmo ou de algum outro?
35 און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען.
35 Então, Filipe, abrindo a boca e começando nesta Escritura, lhe anunciou a Jesus.
36 און ווי זיי זענען אזוי געפארן אויפן וועג, זענען זיי געקומען צו א וואסער; און דער סריס האט געזאגט: זע, א וואסער; וואס שטערט מיר געטובלט צו ווערן אין דער מקווה?
36 E, indo eles caminhando, chegaram ao pé de alguma água, e disse o eunuco: Eis aqui água; que impede que eu seja batizado?
37 האט פיליפוס צו אים געזאגט: אויב דו גלויבסט מיטן גאנצן הארצן, מעגסטו. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך גלויב, אז יהושע/ישוע המשיח איז דער זון פון דער אויבערשטער.
37 E disse Filipe: É lícito, se crês de todo o coração. E, respondendo ele, disse: Creio que Jesus Cristo é o Filho de Deus.
38 און האט באפוילן אפצושטעלן דעם רייטוואגן, און ביידע זענען אראפגעגאנגען אין וואסער אריין, פיליפוס און דער סריס; און ער האט אים געטובלט אין דער מקווה,
38 E mandou parar o carro, e desceram ambos à água, tanto Filipe como o eunuco, e o batizou.
39 און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן פונם וואסער, האט דער גייסט פון דעם האר פארטראגן פיליפוסן, און דער סריס האט אים שוין מער נישט געזען, און א פריילעכער איז ער זיך געפארן אויף זיין וועג.
39 E, quando saíram da água, o Espírito do Senhor arrebatou a Filipe, e não o viu mais o eunuco; e, jubiloso, continuou o seu caminho.
40 פיליפוס אבער האט זיך געפונען אין אשדוד; און איז ארומגעגאנגען און האט אנגעזאגט די גוטע בשורה אין אלע שטעט, ביז ער איז געקומען קיין קיסריה.
40 E Filipe se achou em Azoto e, indo passando, anunciava o evangelho em todas as cidades, até que chegou a Cesareia.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Atos 8, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.