Atos 28
ydd (YDD) vs VC
1 און נאך דעם ווי מיר זענען געראטעוועט געווארן, האבן מיר זיך דעמאלט דערוואוסט, אז די אינדזל הייסט מעליטא.
1 Estando já salvos, soubemos então que a ilha se chamava Malta.
2 און די בארבארן האבן אונדז ארויסגעוויזן אן אויסערגעוויינלעכע מענטשלעכקייט; ווארום זיי האבן אנגעצונדן א פייער און אונדז אלעמען אויפגענומען צוליב דעם רעגן, וואס האט געהאלטן אין איין פאלן און צוליב דער קעלט.
2 Os indígenas trataram-nos com extraordinária benevolência. Acenderam uma grande fogueira e em torno dela nos recolheram, em vista da chuva que caía e do frio que fazia.
3 און פוילוס האט צונויפגעזאמלט א בינטל ריטער און עס ארויפגעלייגט אויפן פייער, און א שלאנג איז ארויסגעקומען, מחמת דער היץ, און האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין האנט.
3 Paulo ajuntou um feixe de gravetos e o pôs na fogueira. Nisto uma víbora, que fugira ao fogo, mordeu-lhe a mão.
4 און ווי די בארבארן האבן געזען די חיה הענגען אויף זיין האנט, האבן זיי געזאגט איינער צום אנדערן: דער דאזיקער מענטש איז זיכער א מערדער, וועלכער, הגם ער איז אנטרונען פונם ים, לאזט אים דאך די גערעכטיקייט נישט לעבן.
4 Quando os indígenas viram a serpente pendendo da sua mão, diziam uns aos outros: Sem dúvida, este homem é homicida, pois, tendo escapado ao mar, a justiça não o deixa viver.
5 ער אבער האט אראפגעשאקלט די חיה אין פייער אריין, און עס האט אים גארנישט געשאדט.
5 Ele, porém, sacudindo a víbora no fogo, não sofreu mal algum.
6 און זיי האבן דערווארט, אז ער וועט געשוואלן ווערן אדער פלוצלונג אנידערפאלן טויט; ווי אבער זיי האבן לאנג געווארט, און געזען, אז עס געשעט אים נישט קיין שום שלעכטס, האבן זיי געענדערט זייער מיינונג, און געזאגט, אז ער איז א ג-ט.
6 Julgavam os indígenas que ele viesse a inchar, e que subitamente caísse morto. Mas, depois de esperarem muito tempo, vendo que não lhe acontecia mal nenhum, mudaram de parecer e disseram: Ele é um deus.
7 און נאענט פון יענעם ארט איז געווען ערד (אייגנטימער), לאנד וואס האט געהערט צום ראש פון דער אינדזל, מיטן נאמען פובליוס; וועלכער האט אונדז אויפגענומען און דריי טעג פריינדלעך באקעסטיקט,
7 Havia na vizinhança sítios pertencentes ao principal da ilha, chamado Públio. Este homem nos hospedou por três dias em sua casa, tratando-nos bem.
8 און פובליוסנס פאטער איז (גראד) געלעגן קראנק אויף א פיבער און דיזענטעריע; צו וועמען פוילוס איז אריינגעגאנגען און מתפלל געווען, און ארויפגעלייגנדיק די הענט אויף אים, האט ער אים געהיילט.
8 Ora, o pai desse Públio achava-se acamado com febre e sofrendo de disenteria. Paulo foi visitá-lo e, orando e impondo-lhe as mãos, sarou-o.
9 און ווי דאס דאזיקע איז געשען, זענען אויך די איבריקע חולאים אויף דער אינדזל געקומען, און זיך געלאזט היילן;
9 Depois desse fato, vieram ter com ele todos os habitantes da ilha que se achavam doentes, e foram curados. Tiveram assim conosco toda sorte de considerações e,
10 און האבן אונדז צוגעטיילט גרויס כבוד; און ווען מיר זענען אוועקגעפארן, האבן זיי אונדז מיטגעגעבן אלדאס נויטיקע.
10 quando estávamos para navegar, proveram-nos do que era necessário.
11 דריי חדשים שפעטער זענען מיר אפגעפארן אין אן אלעקסאנדרינישער שיף, וועלכע האט איבערגעווינטערט אויף דער אינדזל; איר צייכן איז געווען די צווילינג ברידער.
11 Ao termo de três meses, embarcamos num navio de Alexandria, que havia passado o inverno na ilha. Este navio levava por insígnias os Dióscuros.
12 און מיר זענען געקומען קיין סיראקוס, און זענען דארט פארבלייבן דריי טעג.
12 Fizemos escala em Siracusa, onde ficamos três dias.
13 פון דארטן זענען מיר ארומגעפארן און זענען געקומען קיין רעגיום; און איין טאג דערנאך האט זיך אויפגעהויבן א דרום ווינט, און דעם אנדערן טאג זענען מיר געקומען קיין פוטעאלי,
13 De lá, seguindo a costa, atingimos Régio. No dia seguinte, soprava o vento sul e chegamos em dois dias a Pozzuoli.
14 וואו מיר האבן געפונען ברידער, וועלכע האבן אונדז געבעטן צו בלייבן ביי זיי זיבן טעג, און אזוי זענען מיר געקומען קיין רוים.
14 Ali encontramos irmãos que nos rogaram que ficássemos na sua companhia sete dias. Em seguida, nos dirigimos a Roma.
15 און פון דארטן זענען די ברידער, הערנדיק וועגן אונדז, אונדז אקייגנגעקומען ביז צום אפיוס פארום און טרעסטאבערנע; זעענדיק זיי, האט פוילוס אפגעגעבן א שבח צו ה׳ און זיך געשטארקט.
15 Os irmãos de Roma foram informados de nossa chegada e vieram ao nosso encontro até o Foro de Ápio e as Três Tavernas. Ao vê-los, Paulo deu graças a Deus e se sentiu animado.
16 און ווען מיר זענען אריינגעקומען קיין רוים, האט מען פוילוסן דערלויבט צו וואוינען אליין מיט דעם זעלנער, וועלכער האט אים באוואכט.
16 Chegados que fomos a Roma, foi concedida licença a Paulo para que ficasse em casa própria com um soldado que o guardava.
17 און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האט ער צונויפגערופן די, וועלכע זענען געווען די חשובסטע צווישן די יידן; און ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האט ער צו זיי געזאגט: ברידער, הגם איך האב גארנישט געטאן קעגן אונדזער פאלק אדער די מנהגים פון אונדזערע אבות, בין איך דאך איבערגעגעבן געווארן ווי א געפאנגענער פון ירושלים צו די רוימער אין די הענט אריין,
17 Três dias depois, Paulo convocou os judeus mais notáveis. Estando reunidos, disse-lhes: Irmãos, sem cometer nada contra o povo nem contra os costumes de nossos pais, fui preso em Jerusalém e entregue nas mãos dos romanos.
18 וועלכע, נאך דעם ווי זיי האבן מיך חוקר געווען, האבן געוואלט מיך אפלאזן, ווייל עס אין מיר נישט געווען קיין טויט שולד.
18 Estes, depois de terem instruído o meu processo, quiseram soltar-me, visto não achar em mim crime algum que merecesse morte.
19 נאר אזויווי די יידן האבן זיך אקייגנגעשטעלט, בין איך געווען געצוואונגען צו אפעלירן צום קיסר; נישט ווי איך וואלט געהאט עפעס וואס אנצוקלאגן מיין פאלק.
19 Mas, opondo-se a isso os judeus, vi-me obrigado a apelar para César, sem intentar contudo acusar de alguma coisa a minha nação.
20 און צוליב דער דאזיקער סיבה האב איך אייך גערופן, כדי אייך צו זען און צו אייך צו רעדן, ווארום וועגן דער האפענונג פון ישראל בין איך געבונדן מיט דער דאזיקער קייט.
20 Por esse motivo, mandei chamar-vos, para vos ver e falar convosco. Porquanto, pela esperança de Israel, é que estou preso com esta corrente.
21 און זיי האבן צו אים געזאגט: נישט מיר האבן דערהאלטן בריוו פונם (לאנד) יהודה וועגן דיר, נישט איז עמיצער פון די ברידער געקומען, וועלכער האט דערציילט אדער געזאגט עפעס שלעכטס אויף דיר.
21 Responderam-lhe eles: Não temos recebido carta alguma da Judéia, que fale em ti, nem de lá tem vindo irmão algum que nos dissesse ou falasse mal de ti.
22 מיר ווילן אבער הערן פון דיר, וואס דו דענקסט; ווארום וואס שייך דער דאזיקער כיתה, איז אונדז באקאנט, אז אומעטום רעדט מען קעגן איר.
22 Quiséramos, porém, que tu mesmo nos dissesses o que pensas, pois o que nós sabemos dessa seita é que em toda parte lhe fazem oposição.
23 און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט.
23 Marcaram um dia e muitos foram procurá-lo no albergue onde se achava hospedado. A entrevista durou desde a manhã até a tarde. Paulo expôs-lhes o Reino de Deus e apresentou, sempre de novo, testemunhos destinados a convencê-los a respeito de Jesus, baseando-se na Lei de Moisés e nos profetas.
24 און א טייל האבן זיך געלאזט איבערצייגן פון דעם געזאגטן, אנדערע אבער האבן נישט געגלויבט.
24 Alguns se persuadiram pelas suas palavras, outros não acreditaram.
25 און אזויווי זיי זענען נישט געווען איינשטימיק צווישן זיך, זענען זיי אוועקגעגאנגען, נאך דעם ווי פוילוס האט נאך געזאגט איין ווארט: גוט האט דער רוח הקודש גערעדט דורך דעם נביא ישעיה צו אייערע עלטערן, אזוי צו זאגן:
25 Não estando concordes entre si, retiraram-se, enquanto Paulo lhes fazia esta reflexão: Bem falou o Espírito Santo pelo profeta Isaías a vossos pais, dizendo:
26 גיי צו דעם דאזיקן פאלק און זאג:
26 Vai a este povo e dize-lhes: Com vossos ouvidos ouvireis, sem compreender. Com vossos olhos olhareis, sem enxergar.
27 ווייל פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק,
27 Coração obstinado o deste povo, ouvido duro, olhos fechados, para não verem com a vista, nem ouvirem com o ouvido, nem entenderem com o coração, e se converterem e eu os curar {Is 6,9s.}.
28 דעריבער זייט וויסן, אז די דאזיקע ישועה פון ה׳ ווערט געשיקט צו די אומות העולם; און זיי וועלן (זי) הערן.
28 Ficai, pois, sabendo que aos gentios é enviada agora esta salvação de Deus; e eles a ouvirão.
29 (און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען די יידן אוועקגעגאנגען, האלטנדיק א גרויסן וויכוח צווישן זיך.)
29 {Havendo dito isso, saíram dali os judeus, discutindo animosamente entre si.}
30 און ער איז פארבלייבן גאנצע צוויי יאר אין זיין אייגענער געדונגענער דירה, און אויפגענומען אלע, וואס זענען אריינגעקומען צו אים,
30 Paulo permaneceu por dois anos inteiros no aposento alugado, e recebia a todos os que vinham procurá-lo.
31 האט אויסגערופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געלערנט פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח גאנץ אפן, פון קיינעם נישט געשטערט.
31 Pregava o Reino de Deus e ensinava as coisas a respeito do Senhor Jesus Cristo, com toda a liberdade e sem proibição.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Atos 28, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.