Atos 27
ydd (YDD) vs VC
1 און ווי עס איז באשלאסן געווארן, אז מיר זאלן זיך אוועקשיפן קיין איטאליען, האט מען איבערגעגעבן פוילוסן מיט אייניקע אנדערע געפאנגענע צו אן אפיציר, מיטן נאמען יוליוס, פון דער (אוגוסטישן) קיסרס אפטיילונג.
1 Logo que foi determinado que embarcássemos para a Itália, Paulo foi entregue com outros presos a um centurião da coorte Augusta, chamado Júlio.
2 און נאכן איינשטייגן אויף א שיף פון אדראמיציום, וועלכע האט געזאלט גיין צו די מקומות פון די (קליין) אזיאטישע ים ברעגעס, זענען מיר אפגעפארן, און מיט אונדז איז געווען אריסטארכוס, א מאצעדאניער פון טעסאלאניקא.
2 Embarcamos num navio de Adramito que devia costear as terras da Ásia, e levantamos âncora. Em nossa companhia estava Aristarco, macedônio de Tessalônica.
3 און דעם אנדערן טאג זענען מיר אנגעקומען קיין צידון; און יוליוס האט זיך באצויגן מענטשלעך צו פוילוסן, און אים דערלויבט צו גיין צו זיינע פריינד, כדי צו קומען צו זיך.
3 No dia seguinte, fazendo escala em Sidônia, Júlio, usando de bondade com Paulo, permitiu-lhe ir ver os seus amigos e prover-se do que havia de necessário.
4 און פון דארטן זענען מיר אוועק און זיך פארבייגעשיפט (די אינדזל) קפריסין, צוליב דעם, וואס די ווינטן זענען געווען קעגן אונדז.
4 Dali, fazendo-nos ao mar, fomos navegando perto das costas de Chipre, por nos serem contrários os ventos.
5 און אריבערפארנדיק דעם ים ביי קיליקיען און פאמפיליען, זענען מיר געקומען קיין מירא אין ליציען.
5 Tendo atravessado o mar da Cilícia e da Panfília, chegamos a Mira, cidade da Lícia.
6 און דארטן האט דער אפיציר געפונען אן אלעקסאנדרינישע שיף, וואס איז געפארן קיין איטאליען, און האט אונדז ארויפגעזעצט אויף דער דאזיקער.
6 O centurião encontrou ali um navio de Alexandria, que rumava para a Itália, e fez-nos passar para ele.
7 און במשך פון א סך טעג זענען מיר געפארן פאמעלעך און זענען קוים אנגעקומען קיין קנידוס, און ווייל דער ווינט האט אונדז נישט דערלאזט, זענען מיר געפארן פארביי דער (אינדזל) קרעטא, אנטקעגנאיבער סאלמאנע;
7 Por muitos dias navegamos lentamente e com dificuldade até diante de Cnido, onde o vento não nos permitiu aportar.
8 און פארנדיק מיט מי ביים ים ברעג, זענען מיר געקומען צו אן ארט, וואס האט געהייסן שיינער האפן נאענט פון דער שטאט לאזעא.
8 Fomos então costeando ao sul da ilha de Creta, junto ao cabo Salmona. Navegando com dificuldade ao longo da costa, chegamos afinal a um lugar, a que chamam Bons Portos, perto do qual está a cidade de Lasaia.
9 און ווען א סך צייט איז פארגאנגען, און די נסיעה איז שוין געווארן געפערלעך, צוליב דעם וואס אויך דער תענית (יום כיפור) איז שוין געווען פארביי, האט פוילוס זיי געווארנט,
9 Passara o tempo - já havia passado a época do jejum - e a navegação se tornava perigosa. Paulo advertiu-os:
10 זאגנדיק צו זיי: מענער, איך זע איין, אז די רייזע וועט זיין פארבונדן מיט סכנה און פיל שאדן, נישט בלויז פון דער לאדונג און דער שיף, נאר אויך פון אונדזערע לעבנס.
10 Amigos, vejo que a navegação não se fará sem perigo e sem graves danos, não somente ao navio e à sua carga, mas ainda às nossas vidas.
11 דער אפיציר אבער האט מער געגלויבט דעם שטייערמאן און דעם אייגנטימער פון דער שיף, ווי פוילוסנס רייד.
11 O centurião, porém, dava mais crédito ao piloto e ao mestre do que ao que Paulo dizia.
12 און היות דער פארט איז נישט געווען געראם, דארטן איבערצואווינטערן, האט די מערהייט געראטן פון דארטן אוועקצופארן, אפשר וועלן זיי קענען אנקומען קיין פעניקס—א האפן פון קרעטא, וועלכער ליגט (געשיצט) קעגן די צפון מערב און דרום מערב ווינטן—און איבערווינטערן.
12 O porto era impróprio para passar o inverno, pelo que a maior parte deles foi de parecer que se retornasse ao mar, na esperança de chegar a Fenice, para passar ali o inverno, por ser esse um porto de Creta, abrigado dos ventos do sudeste e do nordeste.
13 און בשעת דער דרום ווינט האט זאנפט געבלאזן, מיינענדיק אז זיי האבן דערגרייכט זייער ציל, האבן זיי ארויפגעצויגן דעם אנקער, און זענען געפארן פארביי קרעטא, נאענט ביים ברעג.
13 Soprava então brandamente o vento sul. Julgavam poder executar os seus planos. Levantaram a âncora e foram costeando de perto a ilha de Creta.
14 נאר נישט לאנג דערנאך האט זיך אויפגעהויבן קעגן איר (דער שיף) א שטורמווינט, וועלכער הייסט עווראקלידאן; און האט א כאפ געטאן די שיף,
14 Mas, não muito depois, veio do lado da ilha um tufão chamado Euroaquilão.
15 און אז זי האט זיך שוין מער נישט געקענט אקייגנשטעלן דעם ווינט, האבן מיר נאכגעגעבן און זענען געטראגן געווארן (פון די כוואליעס).
15 Sem poder resistir à ventania, o navio foi arrebatado e deixamo-nos arrastar.
16 און לויפנדיק אזוי הינטער אן אינדזעלע, וואס האט געהייסן קלוידא, איז עס אונדז קוים געלונגען מיט גרויסער מי איינצוהאלטן דאס (רעטונגס) שיפל;
16 Impelidos rapidamente para uma pequena ilha chamada Cauda, conseguimos, com muito esforço, recolher o batel.
17 און ווען מען האט עס ארויפגעצויגן, האט מען באנוצט הילפסמיטלען, אונטערצוגארטלען די שיף; און פארכטנדיק זיך, טאמער וועט מען ארויפגעווארפן ווערן אויף דער סירטע, האט מען אראפגעלאזט די זעגל און מען איז אזוי געטריבן געווארן.
17 Içaram-no e, depois, como meio de segurança, cingiram o navio com cabos. Então, temendo encalhar em Sirte, arriaram as velas e entregaram-se à mercê dos ventos.
18 און ווייל מיר האבן שווער געליטן פונם שטורמווינט, האט מען דעם אנדערן טאג ארויסגעווארפן די לאדונג;
18 No dia seguinte, sendo a tempestade ainda mais violenta, atiraram fora a carga.
19 און דעם דריטן טאג האט מען מיט די אייגענע הענט ארויסגעווארפן דאס שיפסגעצייג.
19 No terceiro dia, atiramos para fora com as nossas próprias mãos os acessórios do navio.
20 און אזויווי במשך פון מערערע טעג נישט די זון נישט די שטערן האבן זיך באוויזן, און דער שטורם, נישט קיין קליינער, איז (אויף אונדז) פארלייגט זיך, איז סוף כל סוף פארשווונדן יעדע האפענונג, אז מיר זאלן געראטעוועט ווערן.
20 Ora, não aparecendo por muitos dias nem sol nem estrelas e sendo batidos por forte tempestade, tínhamos por fim perdido toda a esperança de sermos salvos.
21 און היות מען האט שוין לאנג נישט געהאט געגעסן, האט פוילוס זיך געשטעלט אין זייער מיט און געזאגט: אָ מענער, איר האט מיך געדארפט הערן, זיך נישט אוועקצושיפן פון קרעטא, און איר וואלט זיך איינגעשפארט דאס דאזיקע ליידן און דעם שאדן.
21 Desde muito tempo ninguém havia comido nada. Paulo levantou-se no meio deles e disse: Amigos, deveras devíeis ter-me atendido e não ter saído de Creta, e assim evitar esse perigo e essas perdas.
22 איצט אבער פאדער איך אייך אויף, זיך צו שטארקן; ווארום עס וועט קיין נפש פון אייך נישט פארלוירן ווערן, אחוץ די שיף.
22 Agora, porém, vos admoesto a que tenhais coragem, pois não perecerá nenhum de vós, mas somente o navio.
23 ווארום אין דער דאזיקער נאכט איז ביי מיר געשטאנען א מלאך פון ה׳, וועמעס איך בין און וועמען איך דין,
23 Esta noite apareceu-me um anjo de Deus, a quem pertenço e a quem sirvo, o qual me disse:
24 אזוי צו זאגן: פארכט דיך נישט, פוילוס; דו דארפסט שטיין פארן קיסר; און זע, ה׳ האט דיר געשענקט אלע, וואס פארן מיט דיר.
24 Não temas, Paulo. É necessário que compareças diante de César. Deus deu-te todos os que navegam contigo.
25 דערפאר, מענער, האט מוט; ווייל איך גלויב ה׳, אז עס וועט זיין פונקט אזוי, ווי עס איז מיר געזאגט געווארן.
25 Por isso, amigos, coragem! Eu confio em Deus que há de acontecer como me foi dito.
26 מיר מוזן אבער געווארפן ווערן אויף עפעס אן אינדזל.
26 Vamos dar a uma ilha.
27 און ווען עס איז געקומען די פערצענטע נאכט, און מיר זענען געטריבן געווארן איבער דעם אדריאטישן ים, האבן די שיפסלייט באמערקט ארום האלבער נאכט, אז זיי דערנענטערן זיך צו עפעס א יבשה;
27 Já estávamos na décima quarta noite, pelo mar Adriático, quando, pela meia-noite, os marinheiros pressentiram que estavam perto de alguma terra.
28 האבן זיי אראפגעלאזט דאס זינקבליי און געפונען צוואנציק קלאפטער (טיף); זענען אביסל ווייטער געפארן און ווידער געזונקען דאס בליי, און האבן געפונען פופצן קלאפטער (טיף).
28 Então, atirando a sonda, perceberam que a profundidade era de vinte braças. Depois, um pouco mais adiante, viram que era de quinze braças.
29 און מורא האבנדיק, מיר זאלן נישט פאלן אויף פעלדזיקע ערטער, האבן זיי ארויסגעווארפן פיר אנקערס פון דעם הינטערטייל פון דער שיף, און תפילה געטאן, אז עס זאל (שוין) ווערן טאג.
29 Temendo que déssemos em algum recife, lançaram quatro âncoras da popa, esperando ansiosos que amanhecesse o dia.
30 נאר ווי די שיפסלייט האבן געזוכט צו אנטלויפן פון דער שיף, און האבן שוין געהאט אראפגעלאזט דאס (רעטונגס) שיפל אונטערן אויסרייד, אז זיי גייען אראפלאזן אנקערס פון דעם פאדערטייל,
30 Imediatamente, os marinheiros procuraram fugir e, sob o pretexto de largar as âncoras da proa, lançaram o bote ao mar.
31 האט פוילוס געזאגט צום אפיציר און צו די זעלנער: אויב די דאזיקע וועלן נישט איבערבלייבן אויף דער שיף, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.
31 Paulo disse ao centurião e aos soldados: Se estes homens não permanecerem no navio, não podereis salvar-vos.
32 האבן די זעלנער דעמאלט אפגעהאקט די שטריק פונם שיפל, און עס געלאזט אראפפאלן.
32 Os soldados cortaram, então, os cabos do bote e deixaram-no cair.
33 נאר ביז עס וועט נישט ווערן טאג, האט פוילוס אלעמען געבעטן, צו נעמען עפעס עסן, זאגנדיק: היינט איז (שוין) דער פערצענטער טאג ווי איר ווארט אומגעגעסן, און האט גארנישט טועם געווען.
33 Enquanto ia amanhecendo, Paulo encorajou a todos que comessem alguma coisa, e disse: Já faz hoje catorze dias que estais em jejum, sem comer nada.
34 דערפאר בעט איך אייך, צו נעמען שפייז, ווייל דאס דאזיקע האט צו טאן מיט אייער רעטונג; ווארום קיינעם פון אייך וועט קיין איין האר פונם קאפ נישט פארלוירן ווערן.
34 Rogo-vos que comais alguma coisa, no interesse de vossa vida, porque nem um cabelo da cabeça de alguém de vós perecerá.
35 און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער גענומען ברויט, און געדאנקט ה׳ פאר אלעמען; און האט עס צעבראכן, און אנגעהויבן עסן.
35 Tendo dito isso, tomou do pão, pronunciou uma bênção na presença de todos e, depois de parti-lo, começou a comer.
36 און אלע האבן זיך געשטארקט, און אויך גענומען שפייז.
36 Com isso, todos cobraram ânimo e puseram-se igualmente a comer.
37 און מיר אלע אין דער שיף זענען געווען צוויי הונדערט און זעקס און זיבעציק נפשות.
37 No navio éramos ao todo duzentas e setenta e seis pessoas.
38 און נאך דעם ווי זיי האבן געגעסן צו דער זעט, האבן זיי לייכטער געמאכט די שיף, און ארויסגעווארפן דעם ווייץ אין ים אריין.
38 Depois de terem comido à vontade, aliviaram o navio, atirando o trigo ao mar.
39 ווען אבער עס איז געווארן טאג, האבן זיי נישט דערקענט דאס לאנד; האבן אבער באמערקט א בוכטע מיט א ברעג, און באשלאסן, אויב מעגלעך ארויפצופירן די שיף אויפן ברעג.
39 Afinal, clareou o dia. Os marinheiros não reconheceram a terra, mas viram uma enseada com uma praia, na qual tencionavam encalhar o navio, caso o pudessem.
40 און האבן אפגעהאקט די אנקערס, איבערלאזנדיק זיי אין ים, און צוגלייך האבן זיי לויז געמאכט די בענדער פון די רודערס; און ארויפגעצויגן דעם זעגל קעגן ווינט, און זיך א לאז געטאן צום ברעג צו.
40 Levantaram as âncoras e largaram ao mesmo tempo as amarras dos lemes. Desfraldaram ao vento a vela mestra e rumaram para a praia.
41 ארויפפאלנדיק אבער אויף א זאמד באנק, האבן זיי ארויפגעפירט די שיף אויפן גרונט; און דער פאדערטייל איז געבליבן פעסט, אומבאוועגלעך, דער הינטערטייל אבער האט זיך צעבראכן דורך דער געוואלדיקייט פון די כוואליעס.
41 Mas deram numa língua de terra, e o navio encalhou aí. A proa, encalhada, permanecia imóvel, ao mesmo tempo que a popa se abria com a força do mar.
42 און די זעלנער האבן בדעה געהאט צו טייטן די געפאנגענע, כדי קיינער זאל נישט אוועקשווימען און אנטלויפן.
42 Os soldados tencionavam matar os presos, por temerem que algum deles fugisse a nado.
43 נאר דער אפיציר, וועלנדיק אפראטעווען פוילוסן, האט זיי געשטערט אין דער עצה, און באפוילן, אז יענע, וואס קענען שווימען, זאלן די ערשטע זיך אריינווארפן (אין ים אריין) און קומען צום לאנד;
43 O centurião, porém, querendo salvar Paulo, impediu que o fizessem e ordenou que aqueles que pudessem nadar fossem os primeiros a lançar-se ao mar e alcançar a terra.
44 און די איבריקע, ווער אויף ברעטער, ווער אויף עפעס (אנדערש) פון דער שיף. און אזוי איז עס געשען, אז אלע האבן זיך געראטעוועט אויף דער יבשה ארויף.
44 Os demais, uns atingiram a terra em tábuas, outros em cima dos destroços do navio. Desse modo, todos conseguiram chegar à terra, sãos e salvos.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Atos 27, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.