Atos 22

ydd (YDD) vs ARIB

Sair da comparação
ARIB Almeida Revisada Imprensa Bíblica
1 ברידער און פאטערס, הערט איצט אויס מיין פארטיידיקונג פאר אייך—
1 Irmãos e pais, ouvi a minha defesa, que agora faço perante vós.
2 און ווי זיי האבן דערהערט, אז ער רעדט צו זיי אויף לשון קודש, האבן זיי זיך נאך רואיקער פארהאלטן; און ער האט געזאגט—
2 Ora, quando ouviram que lhes falava em língua hebraica, guardaram ainda maior silêncio. E ele prosseguiu:
3 איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג.
3 Eu sou judeu, nascido em Tarso da Cilícia, mas criado nesta cidade, instruído aos pés de Gamaliel, conforme a precisão da lei de nossos pais, sendo zeloso para com Deus, assim como o sois todos vós no dia de hoje.
4 און דעם דאזיקן (דרך ה׳) דרך האב איך גערודפט ביז צום טויט, בינדנדיק און איבערגעבנדיק אין תפיסה אריין מענער און פרויען.
4 E persegui este Caminho até a morte, algemando e metendo em prisões tanto a homens como a mulheres,
5 ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.
5 do que também o sumo sacerdote me é testemunha, e assim todo o conselho dos anciãos; e, tendo recebido destes cartas para os irmãos, seguia para Damasco, com o fim de trazer algemados a Jerusalém aqueles que ali estivessem, para que fossem castigados.
6 און עס איז געשען, בשעת איך בין געווען אויפן וועג און האב מיך דערנענטערט צו דמשק, ארום האלבן טאג האט מיך פלוצלונג ארומגעלויכטן א גרויס ליכט פון הימל.
6 Aconteceu, porém, que, quando caminhava e ia chegando perto de Damasco, pelo meio-dia, de repente, do céu brilhou-me ao redor uma grande luz.
7 און איך בין אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך?
7 Caí por terra e ouvi uma voz que me dizia: Saulo, Saulo, por que me persegues?
8 און איך האב געענטפערט: ווער ביסטו, האר? און ער האט צו מיר געזאגט: איך בין יהושע/ישוע פון נצרת, וועמען דו פארפאלגסט.
8 Eu respondi: Quem és tu, Senhor? Disse-me: Eu sou Jesus, o nazareno, a quem tu persegues.
9 און די, וואס זענען מיט מיר געווען, האבן געזען דאס ליכט, נאר דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר, האבן זיי נישט (מיט פארשטענדיקייט) געהערט.
9 E os que estavam comigo viram, em verdade, a luz, mas não entenderam a voz daquele que falava comigo.
10 און איך האב געזאגט: וואס זאל איך טאן, האר? און דער האר האט צו מיר געזאגט: שטיי אויף, גיי קיין דמשק; און דארטן וועט דיר (שוין) געזאגט ווערן וועגן אלעם, וואס איז דיר באשטימט געווארן, צו טאן.
10 Então perguntei: Senhor que farei? E o Senhor me disse: Levanta-te, e vai a Damasco, onde se te dirá tudo o que te é ordenado fazer.
11 אזויווי אבער איך האב נישט געקענט זען צוליב דעם גלאנץ פון יענעם ליכט, בין איך געקומען קיין דמשק, געפירט ביי דער האנט פון די, וואס זענען מיט מיר געווען.
11 Como eu nada visse por causa do esplendor daquela luz, guiado pela mão dos que estavam comigo cheguei a Damasco.
12 און א געוויסער חנניה, א ג‑טספארכטיקער מאן לויט דער תורה, וועלכער האט געהאט א גוטן שם ביי אלע יידן, וואס האבן דארט געוואוינט,
12 Um certo Ananias, varão piedoso conforme a lei, que tinha bom testemunho de todos os judeus que ali moravam,
13 איז געקומען צו מיר, און איז געשטאנען לעבן מיר, געזאגט: ברודער שאול, ווער ווידער זעענדיק! און אין דער זעלביקער שעה האב איך געקוקט אויף אים.
13 vindo ter comigo, de pé ao meu lado, disse-me: Saulo, irmão, recobra a vista. Naquela mesma hora, recobrando a vista, eu o vi.
14 און ער האט געזאגט: דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט דיך אויסדערוויילט, צו וויסן זיין רצון און צו זען דעם צדיק און צו הערן א קול פון זיין מויל ארויס.
14 Disse ele: O Deus de nossos pais de antemão te designou para conhecer a sua vontade, ver o Justo, e ouvir a voz da sua boca.
15 מחמת דו וועסט זיין אן עדות פאר אים צו אלע מענטשן פון דעם, וואס דו האסט געזען און געהערט.
15 Porque hás de ser sua testemunha para com todos os homens do que tens visto e ouvido.
16 און איצט וואס צעגערסטו? שטיי אויף, לאז דיך טובל זיין אין דער מקווה, און וואש אפ דיינע זינד, אנרופנדיק זיין נאמען.
16 Agora por que te demoras? Levanta-te, batiza-te e lava os teus pecados, invocando o seu nome.
17 און עס איז געשען, בעת איך האב מיך אומגעקערט קיין ירושלים און האב תפילה געטאן אין בית המקדש, בין איך אריינגעפאלן אין א טראנס,
17 Aconteceu que, tendo eu voltado para Jerusalém, enquanto orava no templo, achei-me em êxtase,
18 און האב אים געזען זאגן צו מיר: ^אייל דיך, און גיי ארויס געשווינט פון ירושלים, ווייל זיי וועלן (דא) נישט אננעמען דיין עדות זאגן וועגן מיר.
18 e vi aquele que me dizia: Apressa-te e sai logo de Jerusalém; porque não receberão o teu testemunho acerca de mim.
19 און איך האב געזאגט: האר, זיי אליין ווייסן (דאך), אז איך פלעג איינזעצן אין תפיסה און שלאגן אין אלע שולן די, וועלכע גלויבן אין דיר;
19 Disse eu: Senhor, eles bem sabem que eu encarcerava e açoitava pelas sinagogas os que criam em ti.
20 און בשעת דאס בלוט פון דיין עדות סטעפאנוס איז פארגאסן געווארן, בין איך אליין געשטאנען דערביי מסכים זייענדיק (דערצו), און אכטונג געבנדיק אויף די מלבושים פון די, וואס האבן אים געהרגעט.
20 E quando se derramava o sangue de Estêvão, tua testemunha, eu também estava presente, consentindo na sua morte e guardando as capas dos que o matavam.
21 און ער האט צו מיר געזאגט: גיי; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צו די אומות העולם.
21 Disse-me ele: Vai, porque eu te enviarei para longe, aos gentios.
22 און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט!
22 Ora, escutavam-no até esta palavra, mas então levantaram a voz, dizendo: Tira do mundo tal homem, porque não convém que viva.
23 און בשעת זיי האבן (אזוי) געשריגן און אראפגעווארפן די מלבושים (פון זיך) און געווארפן שטויב אינדערלופטן,
23 Gritando eles e arrojando de si as capas e lançando pó para o ar,
24 האט דער הויפטמאן באפוילן, ער זאל אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, און האט געהייסן, מען זאל אים אויספארשן מיט שמיץ, כדי זיך צו דערוויסן, צוליב וועלכער סיבה זיי האבן אזוי געשריגן קעגן אים.
24 o comandante mandou que levassem Paulo para dentro da fortaleza, ordenando que fosse interrogado debaixo de açoites, para saber por que causa assim clamavam contra ele.
25 ווי אבער מען האט אים אויסגעצויגן צום שמייסן, האט פוילוס געזאגט צום אפיציר, וואס איז געשטאנען דערנעבן: צי איז אייך דען דערלויבט צו שמייסן א מענטשן, וואס איז א רוימישער בירגער און וועלכער איז נישט פארמשפט?
25 Quando o haviam atado com as correias, disse Paulo ao centurião que ali estava: É-vos lícito açoitar um cidadão romano, sem ser ele condenado?
26 און ווי דער אפיציר האט דאס געהערט, איז ער צוגעגאנגען צום הויפטמאן און אים דערציילט, אזוי צו זאגן: וואס גייסטו טאן? דער דאזיקער מענטש איז דאך א רוימער!
26 Ouvindo isto, foi o centurião ter com o comandante e o avisou, dizendo: Vê o que estás para fazer, pois este homem é romano.
27 און דער הויפטמאן איז צוגעקומען און געזאגט צו אים: זאג מיר, דו ביסט (טאקע) א רוימער? האט ער געזאגט: יא.
27 Vindo o comandante, perguntou-lhe: Dize-me: és tu romano? Respondeu ele: Sim sou.
28 האט דער הויפטמאן געענטפערט: פאר א גרויסן פרייז האב איך מיר דערווארבן די דאזיקע בירגערשאפט. און פוילוס האט געזאגט: איך אבער בין געבוירן געווארן (א רוימער).
28 Tornou o comandante: Eu por grande soma de dinheiro adquiri este direito de cidadão. Paulo disse: Mas eu o sou de nascimento.
29 און די, וואס האבן אים געזאלט אויספארשן, זענען דעריבער גלייך אוועקגעגאנגען פון אים; און דער הויפטמאן האט זיך געפארכטן, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער, און אז ער האט אים געלאזט בינדן.
29 Imediatamente, pois se apartaram dele aqueles que o iam interrogar; e até o comandante, tendo sabido que Paulo era romano, atemorizou-se porque o havia ligado.
30 צומארגנס אבער, וועלנדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, וועגן וואס ער איז באשולדיקט געווארן פון די יידן, האט ער אים באפרייט פון די קייטן, און באפוילן, אז די הויפט כהנים זאלן זיך צוזאמענקומען און דאס גאנצע סנהדרין: און האט אראפגעפירט פוילוסן, און אים אוועקגעשטעלט פאר זיי.
30 No dia seguinte, querendo saber ao certo a causa por que ele era acusado pelos judeus, soltou-o das prisões, e mandou que se reunissem os principais sacerdotes e todo o sinédrio; e, trazendo Paulo, apresentou-o diante deles.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Atos 22, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.