Atos 12

ydd (YDD) vs ACF

Sair da comparação
ACF Almeida Corrigida Fiel
1 און ארום יענער צייט האט דער קעניג הורדוס אויסגעשטרעקט די הענט צו פייניקן אייניקע פון דער קהלה.
1 E por aquele mesmo tempo o rei Herodes estendeu as mãos sobre alguns da igreja, para os maltratar;
2 און האט געטייט יעקבן, יוחננס ברודער, מיט דער שווערד.
2 E matou à espada Tiago, irmão de João.
3 און זעענדיק, אז עס איז געפעלן די יידן, האט ער געמערט צו ארעסטירן פעטרוסן אויך. און עס זענען (דעמאלט) געווען די טעג פונם חג המצות.
3 E, vendo que isso agradara aos judeus, continuou, mandando prender também a Pedro. E eram os dias dos ázimos.
4 און נעמענדיק אים געפאנגען, האט ער אים איינגעזעצט אין תפיסה, איבערגעבנדיק אים צו פיר אפטיילונגען זעלנער, יעדע פון פיר מאן, צו היטן, האבנדיק בדעה נאך פסח אים ארויסצופירן פארן פאלק.
4 E, havendo-o prendido, o encerrou na prisão, entregando-o a quatro quaternos de soldados, para que o guardassem, querendo apresentá-lo ao povo depois da páscoa.
5 פעטרוס איז דעריבער באוואכט געווארן אין דעם געפענקעניש, און די קהלה האט זייער ערנסט מתפלל געווען פאר אים צו ה׳.
5 Pedro, pois, era guardado na prisão; mas a igreja fazia contínua oração por ele a Deus.
6 און ווען הורדוס האט אים שוין געזאלט ארויספירן, איז פעטרוס יענע נאכט געשלאפן צווישן צוויי זעלנער, מיט צוויי קייטן געבונדן; און לייט אויף דער וואך ביי דער טיר האבן געהיטן די תפיסה.
6 E quando Herodes estava para o fazer comparecer, nessa mesma noite estava Pedro dormindo entre dois soldados, ligado com duas cadeias, e os guardas diante da porta guardavam a prisão.
7 און זע, א מלאך פונם האר איז געקומען, און א ליכט האט אויפגעלויכטן אין דער קאמער; און ער האט א קלאפ געטאן פעטרוסן אויף דער זייט און אים אויפגעוועקט, און געזאגט: שטיי אויף געשווינד. און די קייטן זענען אים אראפגעפאלן פון די הענט.
7 E eis que sobreveio o anjo do Senhor, e resplandeceu uma luz na prisão; e, tocando a Pedro na ilharga, o despertou, dizendo: Levanta-te depressa. E caíram-lhe das mãos as cadeias.
8 און דער מלאך האט צו אים געזאגט: גארטל דיך אונטער און טו אָן דיינע שיך. און ער האט אזוי געטאן. און ער האט צו אים געזאגט: היל דיך איין אין דיין מלבוש און פאלג מיר נאך.
8 E disse-lhe o anjo: Cinge-te, e ata as tuas alparcas. E ele assim o fez. Disse-lhe mais: Lança às costas a tua capa, e segue-me.
9 און ער איז ארויסגעגאנגען און האט נאכגעפאלגט; און נישט געוואוסט, אז עס איז אמת, וואס איז געשען דורך דעם מלאך, נאר האט געמיינט, ער זעט א חזיון.
9 E, saindo, o seguia. E não sabia que era real o que estava sendo feito pelo anjo, mas cuidava que via alguma visão.
10 און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די ערשטע וואך און די צווייטע, זענען זיי געקומען צו דעם אייזערנעם טויער, וואס פירט אין דער שטאט אריין; פון זיך אליין האט עס זיך אויפגעמאכט פאר זיי; און זיי זענען ארויסגעגאנגען אינדרויסן און זענען דורכגעגאנגען איין גאס; און פלוצלונג האט זיך דער מלאך אפגעשיידט פון אים.
10 E, quando passaram a primeira e segunda guarda, chegaram à porta de ferro, que dá para a cidade, a qual se lhes abriu por si mesma; e, tendo saído, percorreram uma rua, e logo o anjo se apartou dele.
11 און קומענדיק צו זיך, האט פעטרוס געזאגט: איצט ווייס איך באמת, אז דער האר האט ארויסגעשיקט זיין מלאך און מיך מציל געווען פון דער האנט פון הורדוס און דעם גאנצן פלאן פון יידישן פאלק.
11 E Pedro, tornando a si, disse: Agora sei verdadeiramente que o Senhor enviou o seu anjo, e me livrou da mão de Herodes, e de tudo o que o povo dos judeus esperava.
12 און ער האט זיך מישב געווען, און איז אוועק צום הויז פון מרים, די מוטער פון יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס, וואו א סך זענען געווען פארזאמלט און האבן תפילה געטאן.
12 E, considerando ele nisto, foi à casa de Maria, mãe de João, que tinha por sobrenome Marcos, onde muitos estavam reunidos e oravam.
13 און ווען ער האט אנגעקלאפט אין דער טיר פונם טויער, איז א דינסטמיידל—זי האט געהייסן ראדא—ארויסגעקומען הערן.
13 E, batendo Pedro à porta do pátio, uma menina chamada Rode saiu a escutar;
14 און דערקענענדיק פעטרוסנס קול, האט זי אויס פרייד אים נישט אויפגעמאכט דאס טויער, נאר איז אריינגעלאפן און האט דערציילט, אז פעטרוס שטייט ביים טויער.
14 E, conhecendo a voz de Pedro, de gozo não abriu a porta, mas, correndo para dentro, anunciou que Pedro estava à porta.
15 זיי אבער האבן צו איר געזאגט: דו ביסט משוגע. און זי האט זיך געהאלטן ביי אירס, אז עס איז אזוי (ווי זי האט געזאגט). האבן זיי געזאגט: עס איז זיין מלאך.
15 E disseram-lhe: Estás fora de ti. Mas ela afirmava que assim era. E diziam: É o seu anjo.
16 פעטרוס אבער האט געהאלטן אין איין קלאפן, און ווען זיי האבן אויפגעעפנט און אים דערזען, זענען זיי דערשטוינט געווארן.
16 Mas Pedro perseverava em bater e, quando abriram, viram-no, e se espantaram.
17 און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט.
17 E acenando-lhes ele com a mão para que se calassem, contou-lhes como o Senhor o tirara da prisão, e disse: Anunciai isto a Tiago e aos irmãos. E, saindo, partiu para outro lugar.
18 ווען אבער עס איז געווארן טאג, איז געווארן נישט קיין קליינע בהלה צווישן די זעלנער, וואס האט עס געקענט געשען מיט פעטרוסן?
18 E, sendo já dia, houve não pouco alvoroço entre os soldados sobre o que seria feito de Pedro.
19 הורדוס אבער, זוכנדיק אים און נישט געפינענדיק, האט אויסגעפארשט די שומרים, און געגעבן א באפעל, מען זאל זיי אוועקפירן געטייט צו ווערן. און איז אראפגעגאנגען פון יהודה קיין קיסריה און האט זיך דארט אויפגעהאלטן.
19 E, quando Herodes o procurou e o não achou, feita inquirição aos guardas, mandou-os justiçar. E, partindo da Judéia para Cesaréia, ficou ali.
20 און ער איז געווען שרעקלעך אויפגעבראכט אויף די לייט פון צור און צידון, און אלע צוזאמען זענען געקומען צו אים, און נאך דעם ווי זיי האבן איבערגערעדט בלאסטוס, דעם שר איבער דעם מלכס שלאפצימער, האבן זיי געבעטן צו מאכן שלום, צוליב דעם וואס זייער לאנד איז גענערט געווארן פון דעם קעניגס לאנד.
20 E ele estava irritado com os de Tiro e de Sidom; mas estes, vindo de comum acordo ter com ele, e obtendo a amizade de Blasto, que era o camarista do rei, pediam paz; porquanto o seu país se abastecia do país do rei.
21 און אין א פעסטגעזעצטן טאג האט הורדוס, געקליידט אין קעניגלעכע מלבושים, זיך אנידערגעזעצט אויפן טראן און געהאלטן א רעדע פאר זיי.
21 E num dia designado, vestindo Herodes as vestes reais, estava assentado no tribunal e lhes fez uma prática.
22 און דאס פאלק האט געשריגן: עס איז דאס קול פון א ג-ט און נישט פון קיין מענטשן!
22 E o povo exclamava: Voz de Deus, e não de homem.
23 און פלוצלונג האט א מלאך פון דעם האר אים א שלאג געטאן, דערפאר וואס ער האט נישט אפגעגעבן דעם כבוד צו ה׳; און ווערנדיק אויפגעפרעסן פון ווערעם, איז ער אויסגעגאנגען.
23 E no mesmo instante feriu-o o anjo do Senhor, porque não deu glória a Deus e, comido de bichos, expirou.
24 ה׳ס ווארט אבער איז געוואקסן און זיך פארמערט.
24 E a palavra de Deus crescia e se multiplicava.
25 און בר‑נבא און שאול האבן זיך אומגעקערט פון ירושלים, האבנדיק דערפילט זייער שליחות, און מיטנעמענדיק דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
25 E Barnabé e Saulo, havendo terminado aquele serviço, voltaram de Jerusalém, levando também consigo a João, que tinha por sobrenome Marcos.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Atos 12, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.